בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:31 pm
דורך היימישער ליטוואק
בדחן האט געשריבן:איך זאל מסביר זיין וואס? די נושא פון קוק איז עפעס היינט געבוירען געווארען? איך דארף מסביר זיין א זאך וואס די פארשטייסט אליינס אז מיט ברענגן די לינק האסטע גארנישט געוויזען? וואס פשט אז האסט אנגעהויבן פון אלף?

אפשר ביזטו מסביר פארוואס דער אמרי אמת האט גערעדט קעגין אים? אדער דער ח"ח קעגן זיין מהלך אדער חזו"א אדער בריסקער רב אדער רבינו הקדוש זי"ע??

איך טענה אז דו ביסט מיסאינפארמירט לגבי דעם אמרי אמת, ח"ח והחזו"א. און אפילו לגבי בריסקער רב ז"ל יש לפקפק טובא. יא לגבי רבינו הקדוש ביסטו גרעכט, אבער ער איז שוין גווען אביסל שפעטער, און געווארן פידעד מיט מיסאינפארמאציע פון די ירושלימ'ע אוהבי שלום'ליך.

זע קונטרס אין פי.די.פ. הרב אלישיב והרב קוק ודוק וואס אנדערע רבנים האבן גהאלטן, עיין שם היטיב.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:32 pm
דורך אביגדור
געפילטע פיש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איז דא א תנא וואס קריגט אויף א אמורא?

:roll:


:like :roll: :lol:

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:34 pm
דורך בדחן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך טענה אז דו ביסט מיסאינפארמירט לגבי דעם אמרי אמת, ח"ח והחזו"א. און אפילו לגבי בריסקער רב ז"ל יש לפקפק טובא. יא לגבי רבינו הקדוש ביסטו גרעכט, אבער ער איז שוין גווען אביסל שפעטער, און געווארן פידעד מיט מיסאינפארמאציע פון די ירושלימ'ע אוהבי שלום'ליך.

נא אדרבה, לייג אראפ די אמת לויט ווי אזוי דו ווייסט עס, עס איז אנגענימען ביי יעדעם איינעם די פאקטן לויט ווי אזוי איך האב עס געשריבען און אלעס איז אפגעשריבען, אז דו ווייסט אנדערש נעם זיך שרייבען און וועסט מאכען א מהפכה בעולם השקר..... זאל איך ווארטען דערויף?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:56 pm
דורך קינות גירושין
וואס איז די אנדערקאווער דיעל, מארבעט אויס א שלום פלאן???

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 6:00 pm
דורך בדחן
יא, עפעס וועבט זיך ביהיינד די סין, דיטעליס וועל פאלאו ווי נאר געפילטע וועט זיין רעדי.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 6:02 pm
דורך קינות גירושין
בדחן האט געשריבן:איך זאל מסביר זיין וואס? די נושא פון קוק איז עפעס היינט געבוירען געווארען? איך דארף מסביר זיין א זאך וואס די פארשטייסט אליינס אז מיט ברענגן די לינק האסטע גארנישט געוויזען? וואס פשט אז האסט אנגעהויבן פון אלף?

אפשר ביזטו מסביר פארוואס דער אמרי אמת האט גערעדט קעגין אים? אדער דער ח"ח קעגן זיין מהלך אדער חזו"א אדער בריסקער רב אדער רבינו הקדוש זי"ע??

בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב
בתקוה להבנה

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 6:06 pm
דורך בדחן
קינות גירושין האט געשריבן:בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב בתקוה להבנה

עס פעלט נישט אויס, ווייל קלוז"ב רבי און אזוי אויך אלע אנדערע רבי'ס רופט מען ביים נאמען, עס איז נאר סאטמער וואס מען רופט אן די רבי זי"ע, חזיר דיר עס גוט איין אזוי אז די וועסט מער נישט האבן קין פראבלעם דערמיט,

בתקווה להבנה.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:37 pm
דורך דעת תורה
אין די העברעאישע פארומ'ס איז גאנגבאר דער אויסדרוק "הבנת הנקרא", דער מהרש"ל קריגט אויפן רמב"ם, ווייל "ער" האלט אנדערש ווי אים? אדרבה, ביסט מכובד צו ברענגען א מראה מקום צו די מחלוקת מהרש"ל ורמב"ם. בסך הכל זאגט ער אז מיר אשכנזים האבן זיך נישט וואס צו שעמען פארן רמב"ם, מיר האבן געהאט אונזערע אייגענע ראשונים אשר מפיהם אנו חיים וואס קענען זיך נאך צו יעדע צייט פארמעסטן מיטן רמב"ם, און מילא דארפן מיר זיך האלטן צו די אשכנזי'שע מסורה און צו זייערע פסקים. דאס רופסטו געקריגט אויפן רמב"ם?

אוודאי, דארטן ווי די אשכנזים קריגן אויפן רמב"ם נעמט ער אן - ד.ה. ער פסק'נט - ווי זיי (אדער אויב זיי ברענגען נישט א דין מחודש פון אים וואס שתיקתם מוכחת אז זיי נעמען נישט אן דעם דין), אבער ער אליינס זאל קריגן אויף א ראשון?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:41 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט,

די דורות זענען געווען אנדערש פארדעם, מען זעהט דאך אז חז"ל זאגען אז נאכען חורבן איז ניטלה טעם ביאה וניתנה לעברי עבירה, זעהט זיך אויס אז פארדעם איז די עיקר טעם געווען אויף א כשר'ען אופן און מענטשען זענען נישט אזוי ווילד געווארען ביים זעהן א אשה אויף די גאס,

און אזוי ווייטער, ווי מער די דורות זענען געפאלען האט זיך אויסגעפעלט פארשידענארטיגע גדרים,

היינט איז עקבתא דמשיחא, די מענטשהייט איז שוואכער, און אסאך מענטשען ווערן אינגאנצען צושאקעלט ווען זיי זעהען א שיינע פרוי, וויזוי עס צו באהאנדלען איז א שווערע זאך, ווייל טאמער ס'ווערט צי עקסטרעים קען עס צוריק קלאפען, בקיצור ס'איז א סטראגעל וויזוי עס צו באהאנדלען, אבער דאס איז קלאר אז דער מציאות היינט איז נישט קיין פארגלייך מיט הונדערט יאר צוריק, ווער רעדט נאך בזמן הבית אין בזמן פין די תנאים ואמוראים,

למעשה איז היינט א מצב פון כאאס, אסאך מענטשען האבען ווייניגער קאנטראל אויף זיך ווי אמאל, ממילא אינסטינקטיוו ווילען זיי שטיין ווייט פון א מצב ווי זיי שפירען ווי זיי זענען נישט אינגאנצען אין קאנטראל פון וואס זיי זאלען שפירען,

אבער ס'איז קאמפליצירט, ווייל פרויען זענען א חלק פון די מענטשהייט אין ס'ווערט אמאל אומרעאליסטיש, למעשה אבער איז עס טאקע עקבתא דמשיחא, ס'טאקע שווער, צי רעכטס איז פראבלעמאטיש צי לינק'ס איז פראבלעמאטיש, ס'איז א הייקעלע באלאנס, און מען דארף בעטען ס'זאל שוין זיין די גאולה און די וועלט זאל שוין קומען צום תיקון השלם, אמן.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:12 pm
דורך קינות גירושין
בדחן האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב בתקוה להבנה

עס פעלט נישט אויס, ווייל קלוז"ב רבי און אזוי אויך אלע אנדערע רבי'ס רופט מען ביים נאמען, עס איז נאר סאטמער וואס מען רופט אן די רבי זי"ע, חזיר דיר עס גוט איין אזוי אז די וועסט מער נישט האבן קין פראבלעם דערמיט,

בתקווה להבנה.

די סאטמערע האבען עפעס א מין איינרעדיניש וואס סאיז אין דגמתו, ביי אומז און סקווער רופט מען אויך די רבי זי״ע
עס א סייד נאט די מאכסט עס גוט די ברענגסט ארויס בייז בלוט ביי דעם עולם דא און די ברנגסט דעם שטיבעל צום תכלית

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:33 pm
דורך בדחן
@ חזקיה המלך, א תגובה זייער צום זאך, און האסט ארויס געברענגט א אייזן שטארקע פוינט מיט די צושטעל צום עזרת נשים אין בית המקדש, ערגעץ ווי האב איך עס שוין געזען איינעם שרייבען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:09 am
דורך ר' שמחה
אין די ליטא איז געווען מער גאנגבאר זיך צו קריגן מיט פריערדיגע, אפילו אן רעספעקט.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 9:28 pm
דורך איציק
בן תמליון האט געשריבן:איר זאגט פערל רייד. גראדע כסדר ווען איך זעה ווייבלעך שלעפן די קערידשעס פינף שטאק שבתים אין מיין בילדונג ווילט זיך מיר צולייגן א האנט אבער איך האלט מיר צוריק איך האב מורא דאס ווייבל וועט רויט ווערן כאילו איך רוף איר אין מיין בעדרום אריין, זוך איך נישט קיין כבוד. דאס משוגעת איז אויף ביידע זייטן מחיצה.

כ'האב שוין ערווענט דערוועגן דא
טאקע א פראבלעם. און מ'קען אויך נישט וויסן ווער ס'וויל הילף און ווער נישט. אפטמאל קלער איך אז ס'איז ממש א שאלה פון פיקוח נפש. חז"ל האבן דאך באטיטל'ט א חסיד שוטה יענעם וואס וויל נישט ראטעווען א פרוי וואס דערטרענקט זיך.
מיר איז אבער שווער צוויי זאכן:
1. קודם, וואו קומט צו א חסיד צו זעהן א פרוי אין די וואסער? און אויב שוין יא, דארף ער דאך באלד אנטלויפן...
2. ווי וועט זיין דער דין ווען די דערטרענקענ'דע פרוי זעלבסט וויל זיך נישט לאזן ראטעווען פון א מאנסביל? קען דאך נישט זיין אז חז"ל האבן נישט מצייר געווען אזא מציאות ווי אין אונזערע טעג, הא?
אלא מאי? אזוי לאנג ווי זי שרייט נישט "געוואלד!" דארף מען איר לאזן זיך טרענקען...

ווי אזוי פארטייטשן אנדערע אזעלכע אגדות?

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:10 am
דורך פראפעסאר
כ'האב שטארק געהאט הנאה פון לייענען אייער ארטיקל. אלץ נישט-חסידישער/חרדישער איד פרעג איך זיך אבער: מע זעט דאך קלאר פון א סך אגדות אין גמרא און מדרש אז די לעבנס-שטייגער פון חז"ל איז נישט געווען קיין היינטיקע-חרדישע. איך נעם אן אז אייער "פירוש" איוף די מעשה מיט ר' יוסי הגללי און ברורי' איז אן אומגעוויינלעכע, ווייל איר באטאנט דווקא, אז די צדיקים האבן זיך נישט געפירט ווי היינטיקע חסידים. אבער, ווי אזוי פארטייטשט מען אדער פארשטייט מען די מעשה געוויינלעך? וואס וואלט א מלמד צי א רבי אין א ישיבה, וועלכער דערווארט יא, אז מענער זאלן פשוט איגנארירן פרויען, געזאגט וועגן די דאזיקע מעשה?

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:21 am
דורך שבת אחים
בדחן האט געשריבן:לאמיר זיך נאך איינמאל פראבירען מסביר צו זיין.
אמאל איז מען געווען מער צושפרייט, עס זענענן געווען מער שותומ״צ ווי היינט, דערפאר אפילו אויב גאנצע שטעט און דערפער אידן זענענן רח״ל געגאנגענן א גאנג און זענענן געווארען אפגעפארען, איז נאך אלץ געווען ערגעץ אויפן כדור העולם גרעסערע שטעט פון ווי אידשיקייט זאל אויפבליען און וואקסן, משא״כ היינט צוטאגס ווען כלל ישראל איז צענטריט און פיר פינף מקומות זאל השי״ת בעסער פריער שיקען משיח אויב ער וויל האבן צו וועם.


היינט איז דא מעהר שותומ״צ ווי אמאל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:35 am
דורך קורקלענד
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט,
.

מיין רבי פון כתה ד' האט געזאגט אז ביז דאן האבן פרויען נישט געקענט מיטהאלטן אדער אריינקומען אין ביהמ''ק.

Re: אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 1:21 am
דורך אונטער חכם
מאטי האט געשריבן:יואב די לויפט נישט אויס פון מליצה׳לעך ממש ווי דער פאפא מעין מקוה, ווי קאנסטרוקציע אויפן בי קיו אי , ווי דאנאלט טראמפ צו משגעת.
ווי יואב צו מליצה׳לעך :like :like
t


איך האב נישט געוויסט אז אין 2013 איז שוין טראמפ געווען דער ביישפיל פון משוגעת
[emoji1]

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 6:58 am
דורך רביה''ק זי''ע
בדחן האט געשריבן:איך ווייס, אבער דאס איז געווען מיט גאנץ כלל ישראל?
היינט צוטאגס דארף גאנץ כלל ישראל רחמים, אמאל אפילו עס איז געווען וואס עס איז געווען איז נאך געווען והיה המחנה הנשאר לפליטה.

ביזטו משוגע צי וואס?! ווען איז די לעצטע מאל וואס ס'איז פארגעקומען אזא מעשה ווי פלגש בגבעה? בד"ו, פון יענע מעשה זעט אויס אז ס'שוין דעמאלטס געווען אין סטייל צו באשיצן מאלעסטערס...

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 7:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האלט אז אלו וקלו וכו' ולא פליגי. א פריערדיגער קען מאכן א טעות, א מענטש איז א מענטש, אבער מען דארף נאך אלץ רעדן מיט רעספעקט פאר גדולים

איך מיין אז רבה צי רבא האט עס שוין געזאגט, איך געדענק נישט פונקטליך דעם לשון. ער האט געזאגט עפעס אזוי: "ווען מ'וועט נאכזאגן עפעס אין מיין נאמען און עטץ וועטס האבן קשיות אויף דעם, זאלן ענק עס נישט אננעמען להלכה, ווייל ס'קען זיין אז איך האב געגרייזט. אבער עטץ זאלטס עס נישט אינגאנצן אוועקמאכן, ווייל קען זיין אז עטץ זענטס נישט יורד לסוף דעתי".

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 7:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט,
.

מיין רבי פון כתה ד' האט געזאגט אז ביז דאן האבן פרויען נישט געקענט מיטהאלטן אדער אריינקומען אין ביהמ''ק.

לויט דעם קומט אויס אז די תקנה גדולה איז געווען אז מ'האט אריינגעלאזט פרויען אין בית המקדש... אט דאס הייסט א תקנה גדולה.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 7:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט.

http://www.youtube.com/watch?v=qBFbM8JpiDU

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 7:17 am
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:לאמיר זיך נאך איינמאל פראבירען מסביר צו זיין.
אמאל איז מען געווען מער צושפרייט, עס זענענן געווען מער שותומ״צ ווי היינט, דערפאר אפילו אויב גאנצע שטעט און דערפער אידן זענענן רח״ל געגאנגענן א גאנג און זענענן געווארען אפגעפארען, איז נאך אלץ געווען ערגעץ אויפן כדור העולם גרעסערע שטעט פון ווי אידשיקייט זאל אויפבליען און וואקסן, משא״כ היינט צוטאגס ווען כלל ישראל איז צענטריט און פיר פינף מקומות זאל השי״ת בעסער פריער שיקען משיח אויב ער וויל האבן צו וועם.


היינט איז דא מעהר שותומ״צ ווי אמאל.

https://youtu.be/Gv5X8_LqLR4?list=PLa7L ... Iskm_J62un

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 7:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
קינות גירושין האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב בתקוה להבנה

עס פעלט נישט אויס, ווייל קלוז"ב רבי און אזוי אויך אלע אנדערע רבי'ס רופט מען ביים נאמען, עס איז נאר סאטמער וואס מען רופט אן די רבי זי"ע, חזיר דיר עס גוט איין אזוי אז די וועסט מער נישט האבן קין פראבלעם דערמיט,

בתקווה להבנה.

די סאטמערע האבען עפעס א מין איינרעדיניש וואס סאיז אין דגמתו, ביי אומז און סקווער רופט מען אויך די רבי זי״ע
עס א סייד נאט די מאכסט עס גוט די ברענגסט ארויס בייז בלוט ביי דעם עולם דא און די ברנגסט דעם שטיבעל צום תכלית

מענין לענין. געווען א מגיד שיעור אין א חסידישע ישיבה קטנה אין ברוקלין, וואס האט גערעדט שבת ביים סעודה אין קעמפ וועגן 'רבינו הקדוש' און די יסורים וואס ער האט געהאט פאר דרייצן יאר. אינמיטן רעדן באמערקט ער ווי אפאר בחורים שמייכלען זיך אונטער, אבער ער האט נישט געקענט כאפן פארוואס. נאך אפאר מינוט כאפט ער זיך וואס גייט דא פאר. ער, די מגיד שיעור האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעשטויסן, און די שבת, איז די שבת פאר די יארצייט פון סאטמארע רב, און די בחורים, וואס האבן נאכקיימאל נישט געהערט פון די ערשטע רבינו הקדוש, האבן געמיינט אז ער רעדט פון סאטמארע רב, און ס'איז געווען זייער פאני אז ער רעדט פון סאטמארע רב און ער רופט איהם 'רבינו הקדוש'...