בלאט 4 פון 5
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:39 pm
דורך יידל
יידל האט געשריבן:כאטשיג דערווייל האט מען נאר גערעדט פון ביכער איבער חסידים, קען מען אבער רעדן אויך פון ביכער איבער חרדים וויבאלד געווענליך טוען זיי אווערלעפן.
לעצטנס ארויסגעקומען א בוך שטרענג כשרע' ליינען - Strictly Kosher Reading פון דר. יואל פינקעלמאן, א פראפעסאר אין בר-אילן אוניווערזיטעט אין ירושלים. דער בוך אנאליזירט די מארקעט פון אנגלא-אידישע ביכער פון ארטסקראלל, פעלדהיים, תרגום פרעסס וכדו' פון אן אנטראפאלאגישן און סאציאלאגישן שטאנדפונקט. דער בוך איז צוטיילט אין אפאר חלקים און טוט באזונדער אדורך חרדישע נאוועלן און פיקציעס און זייערע מאטיוון; חרדישע היסטאריע און ביאגראפיע ביכער; חרדישע פאפ-פסיכאלאגיע, סעלף-העלפ, חינוך און שלום בית ביכער; און חרדישע השקפה און אמונה ספרים. עס איז זייער אינטערעסאנט, כאטש אביסל טעכניש. שטארק רעקמאנדירט פאר די וואס גלייכן די וועלט פון ליטעראטור - וואס קען דען זיין בעסער ווי א בוך איבער ביכער?
ווי איך האב געשריבן אין מיין ערשטן תוגה איז סטריקטלי כשר ריעדינג נאר איבער חרדים אבער נישט איבער חסידים. כ'האב אבער אנגעמערקט אז געווענליך טוען זיי אווערלעפן. לעצטנס האט מיר איינער אנגעוויזן ווי די נקודה ווערט בארירט אין
א בוך איבערזיכט אין מאורות. די שרייבערין ברענגט ארויס אז פינקלמאן איז פארזיכטיג צו מחלק זיין צווישן חרדים און חסידים, אבער ער פארלירט דערפאר געלעגנהייטן פון רייכערע אנאליזן. אלץ ביישפיל ברענגט זי פון פינקלמאן'ס בוך ווי ער שרייבט איבער חרדישע דעיטינג ביכער. פינקלמאן שרייבט אז בעת אין מערב אייראפע איז א שידוך געווען א סאציא-עקענאמישער אפמאך, ווי מ'האט בכלל נישט געזוכט קיין ראמאנס און ליבע, נאר א ברייטע נדן און א רייכער שווער, איז מען אין אמעריקע געווארן באאיינפלוסט פון די מערב וועלט קולטור, און היינט איז די פארל'ס שלום בית לכה"פ אזוי וויכטיג ווי עקענאמישע חשבונות. די שרייבערין ברענגט אבער ארויס אז ביי חסידים איז די מצב פיל מער ענליך צו די אלטע מערב-אייראפעאישער שטייגער ווי צו די היינטיגע מערב-וועלט קולטור. ביי חסידים דעיט מען נישט, און די עלטערן פירן געווענליך די שידוך, בעת דער בחור און די מיידל ערלויבט מען בלויז צוויי, דריי בעשויס און די ענדגילטיגע החלטה. זי ענדיגט צו אז ווען פינקעלמאן וואלט אביסל מער מרחיב געווען אויך איבער חסידים וואלט זיין אפשאצונג געווען מער ערגענצט.
בעת איך בין בעיקרון מסכים צו וואס זי שרייבט, מיין איך אבער דאך אז די היינטיגע חסידישע שידוכים קולטור איז היבש אקולטוראטירט. אלץ ראיה צו דעם קענען מיר אנווייזן דאס אויפשטייג און די לעצטע צוואנציג יאר פון חתן מדריכים און כלה טיטשערס וואס לערנען אויס די חתנים און כלות - צווישן אנדערע - וויאזוי צו אויפבויען א ליבע איינער צום צווייטן און וויאזוי זיך צו פארשטיין איינער דעם צווייטן. דאס זעלבע איז אויך מיט די לעצטיגע אויפשטייג פון גירושין ביי חסידישע פארלעך, וואס האט לכאורה א קארעלאציע מיט דעם אז מ'זוכט ליבע און ראמאנץ און נישט נאר בלויז "בויען א שטוב".
נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס ווערט דערמאנט אין דעם איבערזיכט איז איבער פינקלמאן'ס באהויפטונג אז ביי ביכער געשריבן דורך מענער טרעפט מען מער פארלייקענונג פונעם פאקט אז די אינהאלט פונעם בוך קומט פון די גוי'אישע גאס און אנשטאט פארקליידעט מען די אינהאלט און א תורה'דיגן שלייער, בעת ביי ביכער פארפאסט דורך פרויען טרעפט מען מער אנערקענונג אז די חומר פארן בוך קומט פון די גויים און די צוגאנג איז מער פון "תוכו אכול וקליפתו זרוק". פינקעלמאן'ס טעאריע איז אז דאס איז וויבאלד מענער פארמאגן געווענליך מער בעקגראונד אין תורה און האבן דערפאר די אויטאריטעט פון תורה און זיי קענען שרייבן מיט א זיכערקייט אז די אדער יענער יסוד איז א "תורה'דיגער יסוד". מה שאין כן פרויען וועלכע ווערן נישט אנערקענט אלץ תורה אויטאריטעטן און פארמאגן געווענליך נישט אזא באקאנטשאפט מיט די תורה, זיי קענען נישט גיין מיט דעם לייקענען מהלך. די שרייבערין זעלבסט שרייבט נאך א סיבה פאר די חילוק איז וויבאלד מענער זענען צוגעוואוינט - צוליב זייער גמרא קעפ - צו טראכטן אין א "non-linear" אופן, האט דאס אן השפעה אויף זייער מהלך פון אקולטארירן גוי'אישע מושגים.
Chosen by G-D
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 6:23 pm
דורך ishchusid
זייער אן אינטערעסאנט ביך ווי דער פרייער שרייבער באשרייבט זיין ברידער וואס איז געווארן א חסידיש בעל תשובה אין וואוינט אין מאנסי
Chosen by G-D.jpg
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 6:26 pm
דורך מאראנצןזאפט
ברוך הבא רבי איש חסיד היה. און יישר כוח פאר אייער תגובה.
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:08 pm
דורך ishchusid
איך האב עס געפונען צו זיין היבש אינטערעסאנט, ער איז א גוטע דזורנעליסט אין האט זיך געדרייט מיט זיין ברידער א תקופה אים צו קענען באשרייבן פון די נאנט. ער האט באשרייבט זיין ברידערס קשר מיט העלבראנס, א געזעגענען ביים ראכמעסטריווקא רבי, הקפות אין סקווירא, א שמחה בהשתתפות וויזניץ'ע רבי'ן אין נאך....
אויסער די אינערסאנקייט פון ליינען ווי א דרויסענדיגער קוקט אן די זאך, איז עס געשריבן הומעריסטיש אין ברענגט צום לאכן. ער איז אויך גאנץ אביעקטיוו אין זוכט נישט צו באשמיצן, הגם בתוך הדברים קען ארויס קומען זאכן היבש נעגעטיוו. ער באגייט דעם טעות וואס אסאך סעקולער שרייבער באגייען ווען זיי רעדן צו בעל תשובה אדער איינער וואס איז נישט ממש א היימישער אויסגעוואקסן אין טשאלענט טאפ, אין עס דאכט זיך זיי אז זיי באקומען דעם ריכטיגן בליק
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:14 pm
דורך הוגה
יידל האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס ווערט דערמאנט אין דעם איבערזיכט איז איבער פינקלמאן'ס באהויפטונג אז ביי ביכער געשריבן דורך מענער טרעפט מען מער פארלייקענונג פונעם פאקט אז די אינהאלט פונעם בוך קומט פון די גוי'אישע גאס און אנשטאט פארקליידעט מען די אינהאלט און א תורה'דיגן שלייער, בעת ביי ביכער פארפאסט דורך פרויען טרעפט מען מער אנערקענונג אז די חומר פארן בוך קומט פון די גויים און די צוגאנג איז מער פון "תוכו אכול וקליפתו זרוק". פינקעלמאן'ס טעאריע איז אז דאס איז וויבאלד מענער פארמאגן געווענליך מער בעקגראונד אין תורה און האבן דערפאר די אויטאריטעט פון תורה און זיי קענען שרייבן מיט א זיכערקייט אז די אדער יענער יסוד איז א "תורה'דיגער יסוד". מה שאין כן פרויען וועלכע ווערן נישט אנערקענט אלץ תורה אויטאריטעטן און פארמאגן געווענליך נישט אזא באקאנטשאפט מיט די תורה, זיי קענען נישט גיין מיט דעם לייקענען מהלך. די שרייבערין זעלבסט שרייבט נאך א סיבה פאר די חילוק איז וויבאלד מענער זענען צוגעוואוינט - צוליב זייער גמרא קעפ - צו טראכטן אין א "non-linear" אופן, האט דאס אן השפעה אויף זייער מהלך פון אקולטארירן גוי'אישע מושגים.
זייער א שטארקע נקודה. Proof אויף דעם קען מען קלאר זעהן ביי די טיפערע ארטיקלן מחכמי השטיבל, וואו געוויסע טאפיקס און שיטות ווערן רואיג'ערהייט צונומען לכאורה נאר ווייל די שרייבער ווייסט אז ער האט די פולע backing פון די תורה, דער חז''ל אדער יענער ראשון וכדומה.
עס ווינדערט מיר נאר צו וועלכע שרייבער דער ארטיקל באציט זיך. ווייל במושכל ראשון האט נישט אויסגעזעהן אז ס'רעדט פון שרייבער וואס האבן דייקא א פראבלעם אז ס'זאל שטימען מיט די תורה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:33 pm
דורך מנשה לוסטיג
פארוואס ברענגט איר נישט, יידישע ביכער, נישט דווקא ערליכע, אבער אויפן יידישע שפראך?
איך פערזענליך האב ליב, ווען א שרייבער שרייבט ארגינעל, כאטש ס'מלא טעותים, אבער טבעיות האט דאס נאטורליכסטע געשמאק.
למשל, 'קאצק' פרופ' אברהם יושע העשל, צו היימישע שרייבער דובראווסקי, זאריצקי, וכדומה.
זעסט דאך, מנשה לוסטיג צילט אויפן אמאליגער סטיל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:06 pm
דורך יידל
A Sukkah is Burning
Remembering Williamsburg's Hasidic Transformation
by Philip Fishman
דא האב איך געשריבן באריכות איבערן בוך
viewtopic.php?f=5&t=4704
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:23 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:פינקלמאן שרייבט אז בעת אין מערב אייראפע איז א שידוך געווען א סאציא-עקענאמישער אפמאך, ווי מ'האט בכלל נישט געזוכט קיין ראמאנס און ליבע, נאר א ברייטע נדן און א רייכער שווער, איז מען אין אמעריקע געווארן באאיינפלוסט פון די מערב וועלט קולטור, און היינט איז די פארל'ס שלום בית לכה"פ אזוי וויכטיג ווי עקענאמישע חשבונות. די שרייבערין ברענגט אבער ארויס אז ביי חסידים איז די מצב פיל מער ענליך צו די אלטע מערב-אייראפעאישער שטייגער ווי צו די היינטיגע מערב-וועלט קולטור. ביי חסידים דעיט מען נישט, און די עלטערן פירן געווענליך די שידוך, בעת דער בחור און די מיידל ערלויבט מען בלויז צוויי, דריי בעשויס און די ענדגילטיגע החלטה. זי ענדיגט צו אז ווען פינקעלמאן וואלט אביסל מער מרחיב געווען אויך איבער חסידים וואלט זיין אפשאצונג געווען מער ערגענצט.
בעת איך בין בעיקרון מסכים צו וואס זי שרייבט, מיין איך אבער דאך אז די היינטיגע חסידישע שידוכים קולטור איז היבש אקולטוראטירט. אלץ ראיה צו דעם קענען מיר אנווייזן דאס אויפשטייג און די לעצטע צוואנציג יאר פון חתן מדריכים און כלה טיטשערס וואס לערנען אויס די חתנים און כלות - צווישן אנדערע - וויאזוי צו אויפבויען א ליבע איינער צום צווייטן און וויאזוי זיך צו פארשטיין איינער דעם צווייטן. דאס זעלבע איז אויך מיט די לעצטיגע אויפשטייג פון גירושין ביי חסידישע פארלעך, וואס האט לכאורה א קארעלאציע מיט דעם אז מ'זוכט ליבע און ראמאנץ און נישט נאר בלויז "בויען א שטוב".
איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט געזעהן דעם תגובה ביז יעצט, אבער איך מיין אז דו מישט צאם אביסל, ליבע, ראמאנס, און שלום בית איז אפשר א מדובר פאר חתנים\כלות הארט פארן חתונה, אבער איז נישט קיין פאקטאר אין די עצם שידוך, אין דעם שטייען מיר מער ווייניגער אויפן זעלבן מצב און אפשר ערגער ווי אמאל.
(פארשטייט זיך נישט ערגער ווי די תקיעת כף שידוכים אדער די לאנג דיסטענס וואו די טאטע איז געפארן אין ישיבה זוכן אן איידעם)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:19 pm
דורך פידלער
הוגה האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:יא, דאס איז ער. א גאר אינטערעסאנטע (positive connotation) כאראקטער. אויך זיין ווייב, וואס האט טאקע געגרינדעט The Hester.
האט איר אים אמאל געטראפן? אדער געהערט?
איך האב גע'גוגל'ט
the Hesterעס זעהט אויס אינטערעסאנט. ביסטו שוין געווען ביי אן עווענט? אויב איז עס אינטערעסאנט, אפשר מאכט מען אויף א באזונדערע אשכל דערוועגן.
[tag]הוגה[/tag], יעצט קענען מיר גיין.
http://ditmasparkcorner.com/blog/busine ... ct-heights
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:01 pm
דורך הוגה
[tag]פידלער[/tag], נישט אירע עסן האט מיר אנגעשמעקט, בכלל נישט. מיר האט געצויגן די אינטערעסאנטער כאראקטארן וואס האבן זיך דארט געדרייט און אפילו פערפארמד. עס זעהט נישט אויס ווי זי פלאנט דאס צו האבן אויף א טעגליכע בעיסיס אין די רעסטוראנט.
אגב, דער שמועס איז נאר צושטאנד געקומען צוליב די שמועס איבער איר מאן מעטיו ראטה און זיין בוך "יום כיפור א גאו גאו". היינט האב איך בונקט אריינגעבאמפט אין
זיין בלאג, כ'האב נאך נישט געהאט קיין טשאנס עס אויס צו טשעקן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:37 pm
דורך זר זהב
i cant wait
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:58 pm
דורך זר זהב
א בריוו פון
שושנה זאקאר. זי האט געזוכט רעליגיע, א פריינד האט איר אריבערגעברענגט צו קריסטינטום. אבער שפעטער האט זי קאנווערטעט צו יודאאיזם. אינטערעסאנט צו ליינען איר בריוו וועלכער זי האט געשריבן צו א פריינד און איז פובליקירט געווארן אום יאנואר 2001
Why I became a Christian - then left it for Judaism
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:13 am
דורך דעת תורה
ווינצענט'ס געשיכטע הערט זיך שרעקליך. איר טאטע האט איר פלעין פשוט פארשיקט און גלות און אפגעהאקט אלע פארבינדונגען מיט איר?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:37 am
דורך ימי קדם
סופר ומונה האט געשריבן:לאה ווינצענט קומט ארויס מיט א
נייעם בוך וועגן אירע איבערלעבענישן. דער בוך, Cut Me Loose: Sin and Salvation After My Ultra-Orthodox Girlhood, וועט פובליקירט ווערן אום יאנואר 2014.
איך האב נאכנישט געליינט אמר בוך, אבער פון ווי ווייט איך קען איר, און אירע שרייבונגען, וועט דאס זיין א היט.
זי האט א מורא'דיגע מעלה וואס פעהלט רוב פרייע שרייבער בכלל, און אט''ד בפרט.
זי איז זייער אבייעקטיוו, אהן קיין טראפ שנאה, און אפילו זי איז דורך א גאר שווערע פאר יאר, האט זי באוויזען צו זיין א סעמפל, פון איינער וואס האט זיך אויפגעבויעט א לעבן, זי איז חתונה געהאט, האט א קינד, א דעגרי פון הארוואורד (!) אין פובליק פאליסי, און אנדערש פון אסאך אנדערע, איז איר פובליסי נישט געקומען פון שרייבן ''קאנטעווערסיע'ס'' נאר פונקט פארקערט.
זי לייגט אריין כוחות, נישט נאר נישט צו פארגרעסערן די ריס צווישן די פרומע אין די אפגעפארנע, נאר זיי נענטער צו ברענגן מיט וואס נאר מעגליך, וואס אין די היינטיגע מציאות, איז כולי עלמא מודי, אז דאס איז דער בעסטער מהלך, זי ארבעט מיט רבנים און עסקנים, און זיי אלע זענען נתפעל פון איר.
איך ווייס פון א חשובער רב וואס האט געזאגט נאכדעם וואס זי האט גערעדט אויף א Tv שאו (
katiecouricאז מיר דארפן זיך לערנען פון איר מעשה וואס צוטוהן אז אלע וואס גייען זאלן קענען רעדן אזוי פאזיטיוו אויף זייער געוועזענע קהילות.
בקיצור, מיר האבן איר אסאך צו פארדאנקן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:19 am
דורך בן תמליון
אנטשולדיקט איך ווייס נישט וואס איז אונטער אייער אגענדע אדער מיט וואס איר זענט פאררייכערט. לאה ווינסענט איז אלעס פונקט קאפויער ווי איר שרייבט געבויט אויף וואס זי האט געשריבן די אלע יארן. זי איז אנגעפיקעוועט מיט האס און שיסט געמיינע באשולדינגונגען צום פרומען געמיינדע. גייט אויף אנפייעס און ליינט אירע ווערק פון אלע יארן. זי האט געהאט נאך א פען נאמען דארט (פרייפעם) זי האט דעם צופרי וואס מען האט ערמארדעט לייבי קלעצקי הי"ד געשריבן א מאמר מיט האס באשולדיקט אלע פרומע אידן פאר זיין טויט מלא בלבולים. זיי האט געשריבן פאר זי האט געהאט דאס קינד אז אויב עס איז א זכר וועט זי בשום אויפן מאכן א ברית אפילו איר מאן האט שטארק יא געוואלט. עס איז צו אפשאצן אז איר בוך וועט נאך שטעלן דבורי פעלדמאן אין שאטן מיט העצע און לגיונות קעגן פרומע אידן.
זי לייגט אריין כוחות, נישט נאר נישט צו פארגרעסערן די ריס צווישן די פרומע אין די אפגעפארנע, נאר זיי נענטער צו ברענגן מיט וואס נאר מעגליך, וואס אין די היינטיגע מציאות, איז כולי עלמא מודי, אז דאס איז דער בעסטער מהלך, זי ארבעט מיט רבנים און עסקנים, און זיי אלע זענען נתפעל פון איר.
רבונא דעלמא כולא וואס א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. אפשר זאגט איר פון ווי איר נעמט דאס אינפארמאציע?
איך ווייס פון א חשובער רב וואס האט געזאגט נאכדעם וואס זי האט גערעדט אויף א Tv שאו (katiecouric
אז מיר דארפן זיך לערנען פון איר מעשה וואס צוטוהן אז אלע וואס גייען זאלן קענען רעדן אזוי פאזיטיוו אויף זייער געוועזענע קהילות
אפשר קוקט איר איבער דעם שאו און זאגט מיר ווי זי רעדט פאזעטיוו?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:03 pm
דורך ימי קדם
איך גיי אפילו נישט פראבירן צו ענטפערן, איין זאך איז זיכער, דו קענסט איר נישט (קענסט מיר אנשרייען, אבער איך קען איר).
אייגנטליך, אפילו די הודעה איז א שאד.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:18 pm
דורך בן תמליון
ימי קדם האט געשריבן:איך גיי אפילו נישט פראבירן צו ענטפערן, איין זאך איז זיכער, דו קענסט איר נישט (קענסט מיר אנשרייען, אבער איך קען איר).
אייגנטליך, אפילו די הודעה איז א שאד.
זיכער א שאד צו ענטפערן ווייל עס וועט נישט ארבעטן. איך קען דא ברענגען שווארץ אויף ווייס פון אייגענע פענע אן א שיעור ממילא וועט נישט נוגע זיין צופיל דאס וואס איז קענט איר.
לקיים ירא הקהל וישפוט בין איך מעתיק איר שטיקל דעם מארגן פון דעם קלעצקי טראגעדיע. לאזט איר רעדן פאר זיך אליינס:
Leiby Kletzky
Complicated feelings about the tragedy.
July 13, 2011
By FreiFem
As far removed as I am from the religious community, I still have some ties, as well as many friends who also left that world, so I (like those friends) remain in the loop with the news that transpires there.
Like the disappearance of eight year old Leiby Kletzky, and the recent discovery of his dismembered body.
The brutal death of a child is heartrending no matter who the child is. But this case stirs up complicated emotions for me, and for many of my friends who are no longer religious. We all mourn the horrific murder of an innocent child, but we’re also left with other strong emotions:
Anger (or for some of us, rage), that the community can mobilize to search for this boy, in an attempt to protect him, while it simultaneously does nothing to protect hundreds of other children at risk from child molesters.
Further anger that the community flaunts its “cohesiveness” and “collective action” to the outside world, proclaiming that they, as Orthodox Jews, are more caring, more loving, more community minded, while that same collective concern is non-existent in other cases of child endangerment.
Concern that Leiby’s fate was what it was, because of how he (and other frum children) was raised, with complete obedience to adults and no understanding of the details of potential dangers (beyond a generalized ‘the outside world is dangerous’ which may not be relevant in this case, as the accused seems to be a member of the community).
Mounting trepidation as the facts and rumors pile in, that the accused may have been a known child molester, protected by the community.
Some guilt and frustration, that instead of feeling sadness alone about this tragedy, there are all these other emotions that inevitably rise.
My heart goes out to Leiby’s parents and family. I also hope that this serves as a wake up call to ALL issues of child safety in the religious community.
דער ברית מילה ארטיקל איז
דא און זעט אויך אלע אנדערע אירע סחורה צו חאפן פון וואס א צושאקלט נשמה מיר רעדן דא.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:05 pm
דורך איך אויך
ימי דו האסט קלאר א אגענדע ,ווי מען קען שרייבן אויף א נואפת וואס שרייבט א בוך בשם Sin and Salvation After My Ultra-Orthodox Girlhood אז זי וויל גאר די טובה פון ערליכע אידן איז ביאנד מי.
אבער צו עס וועט זיין א כובע אדער נישט דאס איז שוין א אנדערע מעשה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:54 pm
דורך הוגה
[justify]
אן אינטערעסאנטע ארטיקל אין טעבליט מאגאזין וואס דיסקוסירט א שיינע טייל פון די ביכער וואס ווערן דערמאנט אין דער אשכול און די authors.
בעיקר איז די ארטיקל געשריבן געווארן אין בעפארהאנג פון די פובליצירונג פון לאה ווינסענט'ס
נייע בוך. צו די געלעגנהייט פון דער ארטיקל האט די שרייבערין גערעדט צו ווינסענט'ס פאטער ר' ישראל מיללער וועלכע טענה'ט אז זיין טאכטער'ס שילדערונגען זענען פאבריצירט און אז זי האט מיטגעמאכט מענטעל קראנקהייטן אין איר יוגנט. דערנאך לייגט ער צו אז ער האפט אז זיין טאכטער וועט מצליח זיין מיט איר בוך און אז זיי האבן איר גאר שטארק ליב און זיי קוקן ארויס אויף איר הצלחה. (זעהט אויס אז דא איז איין פאר עלטערן וואס האפן נישט
דעם טויט פון זייער אפגעפארענע קינד.) ווינסענט זעלבסט זאגט אז זי האט נישט קיין שייכות מיט אירע עלטערן. די בוך איז ערווארטעט דעם חדש.
די ארטיקל באציעט זיך אויך צו די בוך The Unchosen פון העלא ווינסטאן, I Am Forbidden פון אנוק מארקאוויטש, The Romance Reader פון פערל אבראהאם, Foreskins Lament פון שלום אויסלענדער,The Rabbi's Daughter פון ריבה מאנן, די ביכער פון נעמי רעיגין און אונזער אלעמען באקאנטע דבורה פעלדמאנ'ס בוך.
אויך רעדט די שרייבער מיט שלום דין פון unpious.com.
.[/justify]
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:15 pm
דורך איש עברי
עס איז דא א עטליכע ביכלעך פון א שרייבער אין ארץ ישראל מיט'ן נאמען "מנחם פרידמן" צווישן זיי "התבצרות" "חברה ודת - החברה החרדית" זייער רייכע און גרונטליכע ארבעט, געשריבן אביעקטיוו און זייער אינטעלקטועל [איך האב נאר געזעהן חלקים דערפון],
איך ווייס נישט אויב סאיז נאך דא צו באקומען אויב יא ווער עס קען ביטע לייגן א לינק ווייל איך זוך עס מיט לעכט
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:34 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געקויפט "חברה ודת" (מהדורה שנייה) און באצאלט דערפאר א מאיאנטיק (plus shipping), ס'איז ווערד יעדע פעני און פיאסטער.
דא זעה איך האבן זיי עס פאר רעלעטיוו ביליג.
(
The Rebbe, געשריבן צוזאמען מיט פראפעסור שמואל היילמאן, איז אויך א רייכע שטיקל ארבייט. מ'דארף זי אבער ליינען פארזיכטיג, ער ברענגט אסאך אראפ סענזאציאנאלע געשיכטעס "מקור ראשון" פון 'בערי גוראריה', כמובן אלעס ארויסגעזויגן פון פיגנער ארויס. מ'קען תיכף ביים ליינען א שטיקל כאפן אז יעצט רעדט גוראריה מתוך גרונו נאך פארן בליקן אין references.)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:02 pm
דורך ודי למבין
ס'מיר אינטערסאנט אז די ביכער פון נעמי רגן זענען נאך נישט געווארן אויסגעשמועסט דא ווי עס פאסט זיך.
נעמי איז אן ארטאדאקסישע יודענע וועלכער האט געמופט פון פלעטבוש צו ארץ ישראל און זי איז א שטארקע פרא-פרויען-רעכטן אדוואקאט. זי איז א גאר געלונגענע שרייבער און כאטש אירע ביכער זענען נאוואלס איז עס כמעט נישט עקזעשירעירעט פון די פאקטן אינערהאלב חרדיזם.
פון אלע אירע ביכער האב איך די מערסטע ליב געהאט "דזשאפטעס דאויטער". עס רעדט זיך פון א שיינע מיידל וועלכע מען האט אריין געצווינגען אין אן אביוסיוו מערידזש. עס איז זייער געפיליש אראפגעשריבן און האט זייער א גוטע און דראמאטישע סטארי ליין.
די סיסטערס ווייס איז אויך גאר א געלונגענע בוך. עס רעדט זיך פון צוויי שוועסטערס אין וויליאמסבורג. איינע איז אנטלאפן די נאכט פון איר חתונה און די צווייטענס שוועסטער האט איר כמעט נאכגעטון. אויך זייער שפאנענד און דראמאטיש, און ווי דערמאנט די פאקטן איבער חרדים זענען 99% אקוראט.
איר מערסט-באוואוסטע בוך איז "סוטה" וועלכע רעדט זיך איבער א פרוי וועלכער מען האט באשולדיגט אין זיין א זונה.
אן אנדערע גאר גוטע בוך איז די סעקרעפייס אף תמר. א מעשה איבער א פרוי וועלכער איז געווארן גערעיפט ביי א שווארצן און די שרעקליכע מיטמאכענישן וואס זי האט געהאט ווען איר קינד איז געבוירן און שפעטער ווען איר אייניקל איז געבוירן.
This Is Not a Love Story - Judy Brown
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:38 pm
דורך יואליש
בנש"ק זשודי (יהודית?) ברוין האט איר צווייטע בוך, This Is Not a Love Story, א
מעמואר, ארויס אין יולי 2015. אויפגעוואקסן מיט א ברודער וועלכע האט געליטן פון אוטיזים, גיט ברוין א בליק איבער די מצב פון און באציאונג צו קינדער מיט אוטיזים אין יענע יארן בכלל, און ספעציפיש וואס דאס האט מיינט פאר איר א אינגערע שוועסטער.
ברוין'ס ערשטע בוך,
Hush, א נאוועל איבער אביוז אין א חרידיש'ע פאמיליע, איז געדריקט געווארן אונטער אור דאן-פעסאוודענים "אשת חיל"' , ווען ברוין האט נאך געלעבט אלס א חסידישע ווייבל. (טייל זאגן אז די "נאוועל" איז באמת אוטוביאגראפיקעל.)
ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.