יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:א רגע'לע דא.
איך זאג אז ווען מען רעדט דברי חכמה דארף מען נישט רעדן מיט זילזל.
דו זאגסט אז ווען מען אטאקירט מיך דארף איך זיין פון נעלבים ואינם עולבים.
אולי קען מען מחלק זיין איינס פון צווייטען?![]()
ועוד והוא העיקר, איך ווייס קלאר אז איך ווער פראסטרעיטעד ווען איך זעה ווי איינס נאכן אנדערן ווערן אשכולות פארוואנדעלט אין א נארישע גאוה שפיל. איך געדענק נישט צו ווערן באליידיגט מצד מיך מבזה זיין פערסאנעלי. אויך געדענק איך נישט קיין טענטראם מצדי.
אדרבה צייכן מיר ביטע צו.
אזוי ווי איך האב כמה פעמים געשריבן, געב איך די רעכט פאר יעדעם מיך צו צולייגן אויף פיץ פיצלעך. בלי שום טינא בלב כלל וכלל. איך בעט נאר, אויף וויפל מען וויל הארכן מיין בקשה, אז מען זאל עס/מיך/מוח-שליט, דורכטוהן objectively כדי עס זאל זיין לתועלת.
אדרבה, דו דארפסט נישט זיין פון נעלבים ואינם עולבים, דו דארפסט פארדאמען ווי עס פאסט ווען מען איז מזלזל אין אזעלכע שיטות וואס זענען דברי חכמה לדעתך, און מסביר זיין פארוואס ס'איז אזעלכע קלוגע רייד אז מ'וואלט דיר געדארפט פאלן צו די פיס פאר'ן עס מגלה זיין און אודאי נישט פארדאמען. האב נאר נישט קיין טענות ווען אזעלכע וואס זענען מחולק מיט דיר און האלטן אז ס'איז גארנישט אזעלכע דברי חכמה פארדאמען דיינע שיטות גאר שטארק. אין אנדערע ווערטער, דער עצם פארדאמונג איז נישט קיין פראבלעם לשיטתם פון די וואס זענען שטארק מחולק מיט דיר.
איך רעד נישט פון וערן באליידיגט, איך רעד פון רעדן מיט א גאר גרויסע אייפער און שטארקע פארדאמונג. כפי המונח בזכרוני, ואם טעיתי ה' הטוב יכפר בעדי, כי הוא דבר התלוי בשיקול הדעת.
ווער בעט פאלן צו די פיס?????
איך זאג דא אז מען קען מיך באזידלן און טוהן וואס מען וויל. מיין פראסטרעישען איז ווען די נושאים ווערן פארוואדעלט און א גאוה שפיל. מיין טענה אויף זלזול איז אז אנשטאט ענטפערן מיט חכמה, אטאקירט מען יענעם. מאך אן אשכול מיוחד ווי דו אטאקירסט מיך כאוות נפשך הטוב, אבער לאז אז די נושאי האשכול זאלן ווערן געפירט בדרך החכמה. [מיטן ווארט "דו" מיין איך נישט דיך]
דאס גופא צו זלזול און אטאקע איז א גוטע מהלך צו פירן א דיסקוסיע, קען אויך ווערן דעבאטירט בדרך חכמה. אדרבה זיי מיר מסביר פארוואס דו האלטסט דערפון.