בלאט 4 פון 5

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:31 am
דורך בעריש
איך זע באמת נישט די ביג דיעל מיט דעם מכתב
הרה"ק משאץ איז געווען א חסיד מובהק פון הקדוש מהר"א מבעלזא זי"ע אזוי אז קיין סך סימפאטיע קענסטי פון אים נישט ערווארטען פון אים קיין סאטמאר
אולי איז גאר א חידוש אז ער שטעלט סאטמאר רב אויף איין דרגה מיטן קלוזענבורגער.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:12 am
דורך ר' שמחה
לייגט צו דעם בריוו אויך,
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך האב יעצט געזעהן א מכתב חריף שארף שארף פון הרה"ק משאץ צי די עדה החרדית,מפני סיבות מובנות קען איך נישט ארויפשטעלען די גאנצע.

דער תוכן המכתב איז,אז ער האט געזעהן אין החומה באטיטעלט מען הרבי מסאקמער בלשון 'איש האלוקים' הלמאי די תורה שרייבט דאס נאר אויף משה רבינו און ווי קימען זיי צו שרייבען אזאנס אויף סאקמערער רבי,ועוד ווען סאקמערער רבי איז דארט געווען פאר זיבען-אכט יאר צוריק און ער האט ענק נישט געגעבען קיין געלט זענט עטץ ארויס קעגען עם און יעצט ווייל ער שיקט געלט באטיטעלט מען עם אזוי? און עטץ ריפטס ענק נאך שונאי בצע. עטץ קענטס ארויס גיין אנטגעקען מיך איך האב נישט מורא. עד כאן תוכן המכתב.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 4:55 am
דורך טייערע ברודער
שמעתי מפ"ק הרה"צ ר' אלחנן היילפרין זצ"ל:

בשנת תשט"ז (כמדומני) האט ער געהאט א חלום אז זיין רבי הרה"ק ר' אברהם שלום סטראפקובער זי"ע קומט צו איהם און זאגט אז דו וועסט האבען א בן זכר, זאלסט איהם רופען שלום על שמי און יוסף ע"ש מיין בן זקונים (יוסף יו"ט) וואס איז געהרג'ט עקה"ש אלס בחור, סנדקאות זאלסט דו מכבד זיין א חשובער צאנזע אייניקל.
א פאר טעג נאכדעם איז זיין רעבעצין אריין אין שפיטאל צו האבען א קינד. די nurse קומט ארויס און זאגט איהם אז ס'איז געבוירן א מיידל. זאגט ר' חנא פאר זי אז ס'איז נישט אמת - ס'איז א אינגעל! זי איז אריין נאך אמאל איו צימער און ארויס זאגענדיג אז ס'איז טאקע א אינגעל.
אפאר טעג שפעטער איז ער אריין צום שאצער רב זי"ע און זאגט איהם אז היות ער טרעפט נישט א חשובער צאנזע אייניקל אין לאנדאן וויל ער מכבד זיין דעם שאצער אליינס מיט סנדקאות. אזוי רעדענדיג, איז אהנגעקומען דער ידיעה אז דער קלויזנבורגר רב זי"ע קומט קיין לאנדאן אויפ'ן וועג קיין ארצה"ק.
האט איהם דער שאצער רב געזאגט אז ער זאל זיכער מכבד זיין מיט סנדקאות ווייל אין מדרש זאגט, אז דאס וואס שטייט אין פסוק "והא-להים יבקש את הנרדף" מיינט מען אפילו ווען א צדיק איז רודף א צדיק, און כ"ש ווען א צדיק איז רודף א צדיק אזוי ווי יעצט.

שפעטער איז דער געדאנק געשריבן טאקע אין דער אויבן דערמאנטער בריוו.

Re: סענזאציע!! בריוו פון הרה"ק משאץ וועגן סאטמאר און קלויזענ

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 6:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'דוכט זיך אז שלום יוסף הלפרין איז בנו בכורו פונ'ם גאב"ד ראדומישלא והגלילות. און ער איז שוין געבוירען געווארען פאר תש"ח, ווארום דער צוויטע זוהן הייסט,ביי איינער פון זיין נעמען, ישראל אלס אן אות הכרה פאר'ן ניי געגרינדעטע מדינת ישראל. שטימט שוין עפעס נישט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 6:14 am
דורך טייערע ברודער
נישט אמת. ערשט ר' יצחק אריה לייבוש, נאכדעם ר' ישראל שמואל דוד נחום, נאכדעם ר' שלום יוסף, נאכדעם ר' חיים אהרן צבי און נאכדעם ר' משה יהודה דוב.
דאס איז אחוץ זיין פיר טעכטער הרבנית מטשערנאביל, הרבנית ממאקאווא, הרבנית מנדבורנא חיפה, הרבנית של ראש ישיבת טשעבין.

Re: סענזאציע!! בריוו פון הרה"ק משאץ וועגן סאטמאר און קלויזענ

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 6:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו קענסט בעסער ווי מיר. איך האב טאקע אויסגעמישט די ערשטע מיט די דריטע. אבער די יארען שטימען טאקע? ער איז דעמאלס געבוירען געווארען? כ'מיין צאנזער אייניקלאך האבען נישט געפעלט אין לאנדאן. דער קליינטשיגע אשר ה"ש האט דאך געקענט געהעריג זיין סנדק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: סענזאציע!! בריוו פון הרה"ק משאץ וועגן סאטמאר און קלויזענ

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 8:39 am
דורך ביליג
טייערע ברודער האט געשריבן: א חשובער צאנזע אייניקל

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 1:45 am
דורך berlbalaguleh
פסיכאלאג האט געשריבן:זענט איר שוין אריין אמאל אין קלויזענבורג אין בארא פארק, כאפט א בליק וויפיל ענגליש ספיקינג אנע בערד יודן סעזענען דא דארט, איך גלייך נישט אראפ צו רייסן אידן אין טאקע וועגן דעם טו איך דאס נישט , איי גאט נאו פראבלעם מיט די סארט זאכן ליידער, וועגן דעם שרייב איך דאס ארויס ,אבער דאך שטעל דיר פאר ראדני קוקט אזוי אויס!
אין מה לדבר אינזער רבי איז געווען א מעכטיגע פירער, מיט שטארקע השקפות ער האט געוויסט וויאזוי אידישקייט ברויך אויסקוקען, תלמידי חכמים האמיר גענוג,

הער פסיכאלאג: אויב איהר לעבט נאך...? און וואו איז אייער הויכגעשעצטע בארדע און פלאטשיגע ביבער הוט און די איבריגע אביזרייהו דחסידות וועלכע איהר פראקלאמירט (אומ-דירעקט) צו באלאנגען.?!... 8-) :roll: :P

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:32 pm
דורך נחום הסופר
מבני משה האט געשריבן:איצ'ע מאיר? עס פארהאן א קנאות בריוו וואס שאצער רב שיקט פאר איצ'ע מאיר און דארט שטייט שארפע זאכן וואס אפילו סאטמער רב האט זיך נישט ערלויבט צו זאגן ברבים.

עס איז נישט קיין חכמה צו פארמעקן היסטוריה! מען דארף וויסן אז עס איז געווען, און וויסן אז עס איז פארהאן זאכן וואס מען זאגט און פארציילט שטיל........שששששששש.....

אין א בריוו צו ר' איטשע מאיר, קוקט אויס ווי געשריבן אין די ערשטערע מדינת ישראל יארן ארום דעם גיוס בנות\שירות לאומי סומאטוכע, באגריסט דער שאצער רבי דעם פאקט וואס איטשע מאיר איז אריינגעטראטן אין די רעגירונג, זיך באנוצנדיג מיט'ן מאמר חז"ל "אח לנו בבית המלך". דערנאך טוט ער אבער שארף אראפרייסן דעם בעלזער רב און גערער רבי, על אף וואס ער איז געווען א פייערדיגער בעלזער חסיד, וויבאלד זיי טוהן נישט גענוג אפצושטעלן די רעגירונג גזירות. אן אינטרעסאנטער בריוו (דער שאצער רבי איז געווען א הייליגער איד, אבער אויך אן אינטרעסאנטער מענטש, אזוי זאגט מען).

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 8:28 pm
דורך calculator
געהערט אז עס איז דא א בריוו פון ר' שלום פויגעל בשם דער בעלזער רב צום קלויזענבוירגער רב מחזק צו זיין איבער די רדיפות פון סאטמאר, ווי ער שרייבט אז בעלזער רב זאגט אים אז אים'ן רודפן זיי אויכעט... ווייסט איינער מער פון דעם?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 12:05 am
דורך טראכט א מוניט
calculator האט געשריבן:געהערט אז עס איז דא א בריוו פון ר' שלום פויגעל בשם דער בעלזער רב צום קלויזענבוירגער רב מחזק צו זיין איבער די רדיפות פון סאטמאר, ווי ער שרייבט אז בעלזער רב זאגט אים אז אים'ן רודפן זיי אויכעט... ווייסט איינער מער פון דעם?

287CDF8B-BDEB-4BFD-838E-F5BF48FB66E2.jpeg

7618EADC-9C6B-4341-9BC7-945D3AA0772D.jpeg

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:02 am
דורך וואלווי
calculator האט געשריבן:געהערט אז עס איז דא א בריוו פון ר' שלום פויגעל בשם דער בעלזער רב צום קלויזענבוירגער רב מחזק צו זיין איבער די רדיפות פון סאטמאר, ווי ער שרייבט אז בעלזער רב זאגט אים אז אים'ן רודפן זיי אויכעט... ווייסט איינער מער פון דעם?

די לשון אינ'ם בריוו אז "מ'זאל אייך נישט קענען טוהן קיין שלעכטס" איז נישט קיין major "חיזוק". ס'איז סך הכל א נארמאלע ווינטש מדרכי הנימוס. א רבי וואס ענפערט נישט די מינימום ווי דאס, איז פשוט נישט קיין מענטש. ס'ווייזט נישט אויף גארנישט עקסטער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:20 am
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:געהערט אז עס איז דא א בריוו פון ר' שלום פויגעל בשם דער בעלזער רב צום קלויזענבוירגער רב מחזק צו זיין איבער די רדיפות פון סאטמאר, ווי ער שרייבט אז בעלזער רב זאגט אים אז אים'ן רודפן זיי אויכעט... ווייסט איינער מער פון דעם?

די לשון אינ'ם בריוו אז "מ'זאל אייך נישט קענען טוהן קיין שלעכטס" איז נישט קיין major "חיזוק". ס'איז סך הכל א נארמאלע ווינטש מדרכי הנימוס. א רבי וואס ענפערט נישט די מינימום ווי דאס, איז פשוט נישט קיין מענטש. ס'ווייזט נישט אויף גארנישט עקסטער.

די חיזוק איז מער אין די נעקסטע שורה ווי ער שטעלט זיך צוזאמען מיט אים אינעם זעלבן פראבלעם: "און מיר נישט קענען טוען קיין שלעכטס"

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:55 am
דורך calculator
וואלווי האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:געהערט אז עס איז דא א בריוו פון ר' שלום פויגעל בשם דער בעלזער רב צום קלויזענבוירגער רב מחזק צו זיין איבער די רדיפות פון סאטמאר, ווי ער שרייבט אז בעלזער רב זאגט אים אז אים'ן רודפן זיי אויכעט... ווייסט איינער מער פון דעם?

די לשון אינ'ם בריוו אז "מ'זאל אייך נישט קענען טוהן קיין שלעכטס" איז נישט קיין major "חיזוק". ס'איז סך הכל א נארמאלע ווינטש מדרכי הנימוס. א רבי וואס ענפערט נישט די מינימום ווי דאס, איז פשוט נישט קיין מענטש. ס'ווייזט נישט אויף גארנישט עקסטער.

קודם כל זעה איך אז דער וואס האט מיך עס געזאגט האט זיך טועה געווען, ווייל די בריוו איז געשריבן צו הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן ממאנטריאל אין נישט צום קלויזענבורגער רב, און אויך בעלזער רב האט אים נישט געזאגט אז אים רודפן זיי אויכעט, אבער די אינהאלט שטימט.
דאס וואס די זאגסט אז עס איז נישט קיין major חיזוק, אמת. פארן זעהן די בריוו האב איך טאקע געמיינט אז מען רעד דא פון עפעס מער, אבער למעשה אפילו דאס, פון א אדם גדול נאכדערצו וואס בעלזער רב פלעגט נישט אסאך רעדן קען א מענטש ווערן שטארק מחיזוק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 12:15 pm
דורך וואלווי
calculator האט געשריבן:

אבער אפי' דעם סארט חיזוק איז נאר נאכדעם וואס מ'האט מייעץ געווען קלויזענבורגער רב (עכ"פ לויט ר' שלום פויגל) צו לייגען א שטארקע דגוש אויף די רדיפות פון בעלזער רב. די לשון פון בעלזער רב וואס איז א וואונטש פאר ביידע איז בכלל נישט מחמת חיזוק פאר קלויזענבורגער רב.

ווער עס פארשטייט תכסיסי מלוכה, פארשטייט...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:52 am
דורך בעל אחריות
פסיכאלאג האט געשריבן:זענט איר שוין אריין אמאל אין קלויזענבורג אין בארא פארק, כאפט א בליק וויפיל ענגליש ספיקינג אנע בערד יודן סעזענען דא דארט, איך גלייך נישט אראפ צו רייסן אידן אין טאקע וועגן דעם טו איך דאס נישט , איי גאט נאו פראבלעם מיט די סארט זאכן ליידער, וועגן דעם שרייב איך דאס ארויס ,אבער דאך שטעל דיר פאר ראדני קוקט אזוי אויס!
אין מה לדבר אינזער רבי איז געווען א מעכטיגע פירער, מיט שטארקע השקפות ער האט געוויסט וויאזוי אידישקייט ברויך אויסקוקען, תלמידי חכמים האמיר גענוג,
נו וויפיהל, זאג שוין וויפיהל?

דא קענסט פארקויפען לאקשאן, מען זעהט אז די רעדסט מיט א זיכערקייט גלייבט מען דיך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:53 am
דורך בעל אחריות
קאווע טרינקער האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:דער בריוו איז פאלש במובן אחר. נישט ווייל ער האט עס נישט געשריבן, נאר ווייל דאס געשריבענע איז פשוט נישט אמת
ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס כ'הער דעם טענה אז סאטמאר'ע רב איז נישט צוגעקומען צום קלויזענבורג'ע רב כהוא-זה.
איך האב פיל מער מאל געהערט פארקערט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:59 am
דורך בעל אחריות
איחוד פעלד האט געשריבן:כאילו דער בריוו מיינט עפעס, אז יעדער האלט אין איין שרייבען אז דער איז גרעסער פין סאטמאר רב און דער איז פונקט אזוי גרויס, שמע מינה מיהת, אז איינער איז גרויס לכל הדעות......
די סיבה איז פשוט,

ביי חסידי ר משה פיינשטיין איז סאטמאר רב אויך הייליג אבער פארקערט לאו דוקא, פארוואס?

ווייל ביי זיי האט מען געהעצט און ביי זיי נישט.

Re: סענזאציע!! בריוו פון הרה"ק משאץ וועגן סאטמאר און קלויזענ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 10:45 pm
דורך סבא דבהתא
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ס'דא אן ענליכער בריוו פון שאפראנער רב אז דער סקווירער רבי איז מער פון סאטמארער רב מיט נאך אסאך שטותים אין יענער בריוו.
ס'האט אזויפיל אויפגעטוען אז ס'האט געמאכט שאפראנער רב צונאר.
איינער קען ארויסלייגן די בריוו? אדער שיקן אין אישי אויב ס’איז צי קאנטראווירשעל

Sent from my SM-T738U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:37 pm
דורך berlbalaguleh
בעל אחריות האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:דער בריוו איז פאלש במובן אחר. נישט ווייל ער האט עס נישט געשריבן, נאר ווייל דאס געשריבענע איז פשוט נישט אמת
ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס כ'הער דעם טענה אז סאטמאר'ע רב איז נישט צוגעקומען צום קלויזענבורג'ע רב כהוא-זה.
איך האב פיל מער מאל געהערט פארקערט.
ביידע זענען נישט אמת...!

סאטמאר-קלויזענבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:09 pm
דורך פאסטעך
איך מערק אז מען בכלל נישט אריין בעובי הקורה, אינעם מחלוקת צווישן קלויזענבורג און סאטמער. ערשטנס ווער איז ער געוועהן1 2? וויזוי האט זיך אנגעהויבן די מחלוקה?3 האט איינער גערעדט פונעם צווייטן?4 וואס איז געוועהן די שטיק פון די סאטמערע?5.

מיינע געהאקטע לעבער ליגט געסטארעשט ביי מיר מפי השמועה:
1. סאטמערע זאגן אז ער געוועהן א בארירטער נשמה.
2. אפילו פארן קריג האב מען אים געהאלטן פאר א שפילער און אביסל משוגע, עפעס ער פלעגט זיך ווארפן אויפ ערד..
3. די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן וועגן פרויען מקוואות
4. דער רב פלעגט אים רופן פעטער לבן.
5. עפעס א ווערטל וועגן סייריענס אינמיטן א דרשה.

בילד

Re: סענזאציע!! בריוו פון הרה"ק משאץ וועגן סאטמאר און קלויזענבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:29 pm
דורך עמרם
שוין געווען כמה פעמים דא אין שטיבל, וואס כ'האב געזעהן שוין א שיינע פאר יאר צוריק, אין א קונטרס פון כ''ק אדמו''ר מתורת חכם הרב איטשע מאיר מארגנשטערן שליט''א,
ער דערציילט דארט מעשיות פון זיין רבי הרב אלחנן היילפרין ז''ל פון לאנדאן

צווישן ברענגט ער , אז ר' אלחנן האט געוואלט שלום מאכן צווישן די צוויי גרויסע לייבן הגה''ק מ'סאטמאר און הגה''ק מ'קלויזענבערג ז''ל
ער איז ארויף צי ביידע עטלעכע מאל, אבער נאכדעם איז ער געקומען צו די מסקנה אז ס'איז גאר א העכערע מחלוקת וואס אונז פארשטייען נישט און האבן נישט אריינצורעדן
ע''כ

Re:

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:50 pm
דורך כספי
טייערע ברודער האט געשריבן: פרייטאג יולי 08, 2016 4:55 am שמעתי מפ"ק הרה"צ ר' אלחנן היילפרין זצ"ל:

בשנת תשט"ז (כמדומני) האט ער געהאט א חלום אז זיין רבי הרה"ק ר' אברהם שלום סטראפקובער זי"ע קומט צו איהם און זאגט אז דו וועסט האבען א בן זכר, זאלסט איהם רופען שלום על שמי און יוסף ע"ש מיין בן זקונים (יוסף יו"ט) וואס איז געהרג'ט עקה"ש אלס בחור, סנדקאות זאלסט דו מכבד זיין א חשובער צאנזע אייניקל.
א פאר טעג נאכדעם איז זיין רעבעצין אריין אין שפיטאל צו האבען א קינד. די nurse קומט ארויס און זאגט איהם אז ס'איז געבוירן א מיידל. זאגט ר' חנא פאר זי אז ס'איז נישט אמת - ס'איז א אינגעל! זי איז אריין נאך אמאל איו צימער און ארויס זאגענדיג אז ס'איז טאקע א אינגעל.
אפאר טעג שפעטער איז ער אריין צום שאצער רב זי"ע און זאגט איהם אז היות ער טרעפט נישט א חשובער צאנזע אייניקל אין לאנדאן וויל ער מכבד זיין דעם שאצער אליינס מיט סנדקאות. אזוי רעדענדיג, איז אהנגעקומען דער ידיעה אז דער קלויזנבורגר רב זי"ע קומט קיין לאנדאן אויפ'ן וועג קיין ארצה"ק.
האט איהם דער שאצער רב געזאגט אז ער זאל זיכער מכבד זיין מיט סנדקאות ווייל אין מדרש זאגט, אז דאס וואס שטייט אין פסוק "והא-להים יבקש את הנרדף" מיינט מען אפילו ווען א צדיק איז רודף א צדיק, און כ"ש ווען א צדיק איז רודף א צדיק אזוי ווי יעצט.

שפעטער איז דער געדאנק געשריבן טאקע אין דער אויבן דערמאנטער בריוו.
ווען א צדיק איז רודף א רשע, כצ"ל לכאורה