בלאט 4 פון 7

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:48 pm
דורך מנשה לוסטיג
כלל ישראל האט ברוך השם געהאט, און האט נאכאלץ פארטרעטער, און ברוך השם ס'גארנישט פארגעסן געווארן, און ווער ס'האט פארגעסן זאל זיך גיין לערנען מיט א פרישקייט.
כלל ישראל אן סאטמארע שיטה וואלט נישט געווען קיין ציונים, און אפילו די ציונים וואלטן שוין שנעלער תשובה געטון ווען נישט די פארשטינקענע חילול השם וואס גייט פאר אין ווילי פון די טאג וואס סאטמארע בריונים האבן זיך ערקלערט 'המולך'

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:33 pm
דורך big joe
חסידישע מגיד, פלעינע מגיד
הקיצור א רבי איז ער נישט געווען

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:36 pm
דורך big joe
גאלד האט געשריבן:
זייער אסאך גרויסע חסידישע רבי'ס זענען געווען מוסר זאגער. והדברים ידועים

אבער נישט די חוזה, אט דאס זאג איך ער האט נישט געהאט קיין דרך און נישט געווען קיין ממשיך.
ער האט אביסל גענאשט פון ווי ער האט געקענט און פארשטאנען

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:54 pm
דורך גאלד
big joe האט געשריבן:חסידישע מגיד, פלעינע מגיד
הקיצור א רבי איז ער נישט געווען

איז נישט דער ר"ר בער געווען א מגיד, די זעלבע מיטן עבודת ישראל און ר' מאטעלע טשענאבלער וכדומה, די אלע זענען געווען מגידים, געזאגט מוסר פאר אידישע קינדער,

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:57 pm
דורך גאלד
big joe האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
זייער אסאך גרויסע חסידישע רבי'ס זענען געווען מוסר זאגער. והדברים ידועים

אבער נישט די חוזה, אט דאס זאג איך ער האט נישט געהאט קיין דרך און נישט געווען קיין ממשיך.
ער האט אביסל גענאשט פון ווי ער האט געקענט און פארשטאנען

מוז עפעס פונקט זיין חוזה? זיין חסידישע דרך איז געווען "סיגוט" ולמעלה בקודש, עפעס שלעכט מיט דעם?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער גרויסער מגיד, דער קאזניצער מגיד דער טשערנאבליר מגיד, אזוי דער בארדיטשובער רב, אלע האבן פאר זייער אייגן עולם געזאגט הדרכה און מיט א שטארקע פארנעם, אבער קיינמאל נישט געזאגט אויף א יוד, כופר, שייגעץ, פוקר, ציוני. קיינמאל האבן די אמת'ע צדיקים נישט גערעדט אויף די הייליג לאנד, אז חלילה דער באשעפער איז מער נישט דארט, און אז די קליפה פירט אן אלע ניסים.
קיינמאל האבן די חסידישע רביים - מגידים נישט געזאגט וואס די מגידי רעות האבן אלץ אנגעשראקן, מיט גיהנום און מלאכי חבלה און ווייסעך וואס אין דער גאטשע אריין.
ביי זיך אין חבורה האבן זיי שטארק געפייערט און אבער כלפי שמיא איז געווען בלויז מליצה ישרה אלץ אלץ, אייביג אייביג. קיין שלעכט ווארט נישט גערעדט אויף א תינוק שנשבא. אוודאי אויף הערצל אויף די געציילטע מחטיאי הרבים האבן אלע געהאלטן די ערגסטע. אבער רוב כלל ישראל זאל הייסן פושעים? נאו מיי בראדער, דאס האט געהערט פאר עפעס שווארץ קוקער, נישט פאר חסידישע מנהיגים

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:11 pm
דורך big joe
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער גרויסער מגיד, דער קאזניצער מגיד דער טשערנאבליר מגיד, אזוי דער בארדיטשובער רב, אלע האבן פאר זייער אייגן עולם געזאגט הדרכה און מיט א שטארקע פארנעם, אבער קיינמאל נישט געזאגט אויף א יוד, כופר, שייגעץ, פוקר, ציוני. קיינמאל האבן די אמת'ע צדיקים נישט גערעדט אויף די הייליג לאנד, אז חלילה דער באשעפער איז מער נישט דארט, און אז די קליפה פירט אן אלע ניסים.

גם אני מצטרף

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:13 pm
דורך big joe
סאטמר רב'ס דרך איז געווען די דרך פון די פרושים נישט פון די חסידים.

חוץ מזה ער איז נישט געווען קיין ממלא מקום פון קיין שום רבי

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:37 pm
דורך גאלד
חסידישע רבי'ס האבן קיינמאל נישט מחפה געווען מצדיק ומעודד געווען מחטאי הרבים מהרסי הדת ואפיקורסים, נאו מיי בראדער, דאס האבן נאר געטאן פחדנים, חונפים און לעקערס אן קיין רוקן ביין

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:50 pm
דורך גאלד
big joe האט געשריבן:סאטמר רב'ס דרך איז געווען די דרך פון די פרושים נישט פון די חסידים.

מהיכי תיתי, האסט מיר דערווייל נאך נישט געזאגט איין זאך וואס סאטמאר רבי האט זיך נוהג געווען בניגוד דרך החסידות - לשיטתך,

חוץ מזה ער איז נישט געווען קיין ממלא מקום פון קיין שום רבי

די מיינסט יורש פון זיין פאטער'ס רעביסטעווע, אוואדי נישט ער איז דאך נישט געווען דער עלצטער זוהן, ר' מאטעלע טשענאבלער האט אויך נאר געהאט איין יורש אויף זיין רעביסטעווע - הרה"ק ר' אהרן זצ"ל - צווישן 8 זוהן (צו וויפיל) ובתוכם ר' איציקל סקווערער, די זעלביגע מיטן רוזינער, צו דער צאנזער רב, און ווער נישט, אבער אלע האבן געהאט פולע קינדער ממשיכי דרך אבותיו ורבותיו,

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:01 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער גרויסער מגיד, דער קאזניצער מגיד דער טשערנאבליר מגיד, אזוי דער בארדיטשובער רב, אלע האבן פאר זייער אייגן עולם געזאגט הדרכה און מיט א שטארקע פארנעם, אבער קיינמאל נישט געזאגט אויף א יוד, כופר, שייגעץ, פוקר, ציוני. קיינמאל האבן די אמת'ע צדיקים נישט גערעדט אויף די הייליג לאנד, אז חלילה דער באשעפער איז מער נישט דארט, און אז די קליפה פירט אן אלע ניסים.
קיינמאל האבן די חסידישע רביים - מגידים נישט געזאגט וואס די מגידי רעות האבן אלץ אנגעשראקן, מיט גיהנום און מלאכי חבלה און ווייסעך וואס אין דער גאטשע אריין.
ביי זיך אין חבורה האבן זיי שטארק געפייערט און אבער כלפי שמיא איז געווען בלויז מליצה ישרה אלץ אלץ, אייביג אייביג. קיין שלעכט ווארט נישט גערעדט אויף א תינוק שנשבא. אוודאי אויף הערצל אויף די געציילטע מחטיאי הרבים האבן אלע געהאלטן די ערגסטע. אבער רוב כלל ישראל זאל הייסן פושעים? נאו מיי בראדער, דאס האט געהערט פאר עפעס שווארץ קוקער, נישט פאר חסידישע מנהיגים

קיינמאל אין די היסטאריע האט נישט פאסירט אז אזא גרויסער חלק פון כלל ישראל זאל אזוי מורד זיין בכל הקדוש לנו, האט מען דעריבער געמוזט (עכ"פ לפי שיטתו) אננעמען מיטלען וואס מען האט נאך נישט געהערט,
אבער איין מינוט - מ'האט טאקע נישט געהערט? ווי אזוי האבן די צדיקי הדור זיך געפירט ביי די השכלה באוועגונג? ביי כת ש"ץ? אפשר קען מען נאכקוקן ווי אזוי די אמת'ע מנהיגי הדור האבן זיך געפירט, און ווער עס איז ארויס דער געווינער?

סאטמאר רב זצ"ל האט אויך ממליץ טוב געווען כלפי שמיא, ער האט דאס קלאר מגלה געווען מער ווי איינמאל. ער האט נאר מוחה געווען מכח זיין אהבת ישראל, בבחי' אם יש דין למטה וכו', והא ראי', די אלע א.ג. "פושעים" האט ער געהאלפן פיל מער ווי די אייגענע מזרחי און אגודה מיטגלידער, צענדליגער מעשיות קורסירן ארום מיט נעמען, און איך האב עס געהערט פון מיינע זיידעס און עלטער פעטערס וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן, און געזעהן ווי ער שארט אריין א טאג קוויטל געלט - שווערע טויזענטער דאלארן - אין יענעמ'ס טאשקע מיט די גרעסטע רחמנות, צי פאר הכנסת כלה אדער עניני רפואה. במקום קנאותו שם אתה מוצא רחמנותו! עס איז נישט געווען נאך אזא בעל רחמים און ווייך הארץ פאר אידישע קינדער ווי סאטמאר רב בדורו. ער האט געשימפן אויפן כלל, אבער קיינמאל נישט בארעדט א יחיד (בפרט נישט ברבים, הגם מען קען הערן אויף געציילטע אומערלויבטע-רעקארדירטע קאסעטעס וואס מחמת צערו לאזט ער צומאל פאלן א שארפן ווארט אויף אייניגע מנהיגים וועלכע האבן לפי דעתו גורם געווען א חורבן). ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון קיין גיהנם און מלאכי חבלה. וואס האקסטו סתם זאצן, מנשה'לע.

ער האט אויך קיינמאל נישט גערעדט אויפן "הייליגן לאנד", נאר אויף די טמא'נע פירערס. פוק חזי זיין התלהבות בעפאר הקמת המדינה, זיין צער און בכיות ווען ער איז געגאנגען צום כותל תרצ"ב, דאס זעלבע ביי די קברי צדיקים בפרט אין מירון, ווי ער האט אליינס מעיד געווען 'פעסער טרערן פון אהבה האבן מיר דארט פארגאסן', און לאמיר נישט אריינגיין אין דעם יראת הכבוד און הייליגע רעספעקט וועלכע די גרעסטע צדיקים ובעלי מקובלים בדורו האבן אפגעגעבן דעם רבי'ן אלע יארן. ער האט שטענדיג גע'טענה'ט אז זיין התנגדות צו די מדינה קומט טאקע מחמת זיין "אהבת ארץ ישראל" וועלכע פארליידט נישט קיין עוברי עבירה.

ווען מען רעדט פון קנאות, מאלט מען זיך אויס א בילד פון א בייזן מאן, וועלכער האט געשאלטן ווער עס שטייט אים אין וועג. למעשה לא מיניה ולא מקצתיה, די גאנצע תורת הקנאות איז געווען באגלייט מיט א צעבראכן הארץ מיט טייכן טרערן און מיט תפלות ובקשות, מיט א טיפן צער פון הארץ ווייל ער האט באמת געהאלטן אז דאס האט אויפגעהאלטן די גאולה, און אז ער האט געלעכצט צו די גאולה שלימה איז נישט קיין חדשות, ער האט דאך געלעבט דערמיט, ער האט נישט געזוכט צו בא'שגצ'ן קיינעם, ער האט געוואלט אין הארצן אידן זאלן זיין ערליך. איי ער איז אפשר געווען אביסעלע עקסטרעם? מעגליך, לויט אונזערע אויגן. אבער אים צו מאכן פאר א שווארץ-קוקער און א שלעכטער מענטש וועלכער האט אפגעשטעמפלט רוב כלל ישראל פאר פושעים ח"ו? סתם גיסן ליגענטס אן א שום גרונט? קאם אן!

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
big joe האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:[

א צדיק׳ס עבודה איז נישט זיין די מוכיח, דאס באלאנגט פארן מגיד. (זאת זכרון כי תשא און בראשית)

מען מעג נישט זיין קיין קיצוני (זאת זכרון ויצא)

נישט האבן קיין כעס אויף רשעים (דברי אמת ויחי)

ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מאוומענט פון ארויף גיין קיין א״י און פשוט איינעמען דאס לאנד דורך זיין דארט רוב האט ער פערזענליך געשיקט דארט מענטשן און געלד

ועיקר הישוב הוא ארץ ישראל... מושבעים אנו לא לדחות את הקץ קודם זמנו הידוע לו יתברך לבד, אך אף על פי לענין הזמן טובה התעוררות שלנו (זאת זכרון פרשת אחרי)

קענסט מיר פארקויפן 1000 מעשיות וויאזוי דאס איז געווען די סאטמאר רבי׳ס דרך. אבער יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז געווען א מוסר זאגער ווי ער האט נאר געקענט, א עקסטרימע מענטש (כ׳וויס ס׳דא שיינע מעשיות אויף פארקערט, אבער די דרך איז א עקסטרימע)

זיין דרך איז מלא כעס אויף רשעים

אין לגבי אז די זמן קען איבערוועגן די ״לדחוק את הקץ״ איז דאך פשוט אז דאס איז נישט געווען זיין דרך
ועוד ועוד....

דער חוזה זאגט אויך אין זאת זכרון דוכט זיך פרשת עקב, אז א צדיק העובד מאהבה איז זיך נישט מצמצם צו דקדוקי הלכה און שולחן ערוך, וזאת הוא עיקר העבודה באחרית הימים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:53 pm
דורך גאלד
די וואך געליינט א מעשה אמותי, איינער פרידמאן א פרומער איד וואס איז געווען א מעמבער פון די איזראעלי פארלעמענט, איז געקומען קיין ניו יארק שנארן, ער האט נעבעך נישט מצליח געווען, און א דעספערעט מאוו האט ער אנגערופן זיין קרוב פון ברוקלין, ער זאל איהם מסדר זיין אריינציגיין צום סאטמאר רבי'ן ווייל ער האט געהערט אז סאטמאר רבי געט אסאך געלט, זאגט איהם דער קרוב הער מיך אויס איך בין אויך עפעס נישט קיין גרויסער חסיד, איין הושענא רבא וואס איך גיי צום סאטמאר רבי'ןס דרשה, אויך האב איך מורא אז מ'זאל נאר וויסן ווער די ביסט וועט דיך דער רבי נישט וועלן אנקוקן, אבער דער איד האט זיך גע'עקשנט, ווי איינער זאגט נויט ברעכט אייזן, למעשה האט מען מסדר געווען א מיטינג מיטן רבי'ן דער רבי האט פונקטליך געוויסט ווער ער איז, און געהאט א העפליכע שמועס מיט איהם פאר כמעט 2 שעה, איבער אלע פאליטיק פון די מדינה, דער רבי האט נאך בעסער געוויסט וואס טוט זיך דארט בחדרי חדרים ווי דער ח"כ, נאכן שמועס האט ער איהם געגעבן א גאר שיינע נתינה, מער ווי דער גאנצער פארדינסט וואס ער האט געמאכט, דער איד איז ארויסגעקומען נבהל ונשתומם,

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:06 pm
דורך big joe
קופערניקוס האט געשריבן:
big joe האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:[

א צדיק׳ס עבודה איז נישט זיין די מוכיח, דאס באלאנגט פארן מגיד. (זאת זכרון כי תשא און בראשית)

מען מעג נישט זיין קיין קיצוני (זאת זכרון ויצא)

נישט האבן קיין כעס אויף רשעים (דברי אמת ויחי)

ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מאוומענט פון ארויף גיין קיין א״י און פשוט איינעמען דאס לאנד דורך זיין דארט רוב האט ער פערזענליך געשיקט דארט מענטשן און געלד

ועיקר הישוב הוא ארץ ישראל... מושבעים אנו לא לדחות את הקץ קודם זמנו הידוע לו יתברך לבד, אך אף על פי לענין הזמן טובה התעוררות שלנו (זאת זכרון פרשת אחרי)

קענסט מיר פארקויפן 1000 מעשיות וויאזוי דאס איז געווען די סאטמאר רבי׳ס דרך. אבער יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז געווען א מוסר זאגער ווי ער האט נאר געקענט, א עקסטרימע מענטש (כ׳וויס ס׳דא שיינע מעשיות אויף פארקערט, אבער די דרך איז א עקסטרימע)

זיין דרך איז מלא כעס אויף רשעים

אין לגבי אז די זמן קען איבערוועגן די ״לדחוק את הקץ״ איז דאך פשוט אז דאס איז נישט געווען זיין דרך
ועוד ועוד....

דער חוזה זאגט אויך אין זאת זכרון דוכט זיך פרשת עקב, אז א צדיק העובד מאהבה איז זיך נישט מצמצם צו דקדוקי הלכה און שולחן ערוך, וזאת הוא עיקר העבודה באחרית הימים.

אויף דעם האט זיך די איזביצע פארלאזט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:13 am
דורך מנשה לוסטיג
וואס נאך איז נייעס?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:29 am
דורך בדחן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס נאך איז נייעס?

דאס איז די גאנצע וואס דו האסט צו רעאגירען אויף [tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]גאלד[/tag] תגובות,

דו האסט געפרעגט, יענער האט גענעפערט, אפשר אנערקענסטע כאטש אז איינער האט גענימען די מי צי ענטפערן?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:58 am
דורך סאשי פיש
ער האט נישט וואס צו ענטפערען איז ער שטיל
שתיקה כהודאה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:01 am
דורך מנשה לוסטיג
בכלל נישט!
ס'צייט צו אנערקענען, אז קיינר איז נישט אינטערסירט אין שיטות וואס ברענגט נאר שנאה.
ווען די אלע שיטעניקעס זאלן פארשטיין, אז אזויווי זיי האבן זייער בעל השיטה וואס איז קדוש ווי קיינמאל בעפאר, איז דא אנדערע מנהיגי הדור, וואס אמת זיי גייען נישט אין שפאן מיט סאטמאר, אבער זיי זענען נישט פסול און פארדינען זיך נישט קיין מיאוסע גינויים, נאר ווייל יענער איז אנדערש פון אונז.
די סאטמורים מיינען אז מ'וועט שווייגן, ווען נישט גענוג ביי זיי שטונקט פון טאפ, קוקן זיי נאך ביי יענעם. ניין, אז מ'שמעקט אייך צוריק, זעט מען שטונקט פון קאפ!
אין גאנץ כלל ישראל, איז נאר פארהאנען ווער ס'גייט מיטן שיטה, און ווער ס'לאזט זיך מעלקן ווי א פעטן טאפ, ווער נישט, איז פוי טמא.
איי עמ סארי צו ארויסברענגן דעם פאקט, מיליאנע יודען, מזרחים צו אלע סארטן, און חסידים ציונים ווי איר רופט זיי, צו אלע שיכטן, דינען דעם באשעפער און זענען וואוילע עובדי השם, וואס דער אייבירשטער איז מקבל נחת פון אלע, נאר אין סאטמאר זענען זיי שקצים און פוקרים.
פארוואס? פארוואס?
פשוט! כי לי כל הארץ.. סאטמאר האט זיך ערקלערט בעל הבירה, סליחה רעבעלע.. פראק פראק פראק.. עטס זענטס גוט אויסגעפראסקעט פון יעדן שטאנדפוקט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:03 am
דורך זר זהב
אין סקווער גייט מען מיט בוטצעס ממילא שטינקט פון פיס. אבער ביי אלע אנדערע נארמאלע חסידות'ער שטינקט בלויז פון קאפ

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:09 am
דורך גאלד
וואסי טאקע די פשט מיט די בוצעס דארט אין סקווער, איז דאס דער דרך הבע"ש וואס סאטמאר רבי האט פארגעסן? און וואס איז דאס טאקע דער סוד הענין אז פונקט דער איין ראטענבערג איז אין לו תקוה ותקומה לעולם מ'האט איהם דארט פארווארפן פון ביידע וועלטן נאר די מזרחי זענען די וואס דער אייבישטער איז מקבל נחת

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:13 am
דורך מנשה לוסטיג
און אנשטאט איינצוזען, אז די גאנצע סאטמארע פראפאגאנדע, איז געווען פשוט דעמאגאגיע, נישט מער
המולך מהודו ועד כוש, האט מען יעדן מכניע געווען מיט כוח, און האנט איז עס א פארגאנגענהייט.
אנשטאט דאס איינזען אלץ פאקט, און ווי מ'זאגט סמעל די קאפי.. יענע צייטן זענען אויווער.. דער עולם אין ווילי האט אפגעאטעמט..
ניין, ווילט איר דאס נישט איינזען, איר ווילט זיך פאפען און איינרעדן, אז אלע גלייבן נאך אינעם געטשיק טייטלבוים וואס מ'ביקט זיך צום מזרח לכבודו.
וועיק אפ! יעדע שקר האט א סוף, וסוף גנב לתליה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:15 am
דורך זר זהב
באלד כאפמיר אונז א שטויס פון מנשה'ס בוצעס, וואטש אוט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:19 am
דורך מנשה לוסטיג
גאלד האט געשריבן:וואסי טאקע די פשט מיט די בוצעס דארט אין סקווער, איז דאס דער דרך הבע"ש וואס סאטמאר רבי האט פארגעסן? און וואס איז דאס טאקע דער סוד הענין אז פונקט דער איין ראטענבערג איז אין לו תקוה ותקומה לעולם מ'האט איהם דארט פארווארפן פון ביידע וועלטן נאר די מזרחי זענען די וואס דער אייבישטער איז מקבל נחת

ווייל א עובר על דברי חכמים, נידון ברותחין.
און דער דבר אח''ר האט זיך פורש געווען מן הציבור, פון א מקום פרטי וואס האט געהאט די כח בי''ד לכל הלכה בשו''ע, און אין סאטמאר האט מען געפייניגט און געצאפט בלוט, נישט פון איין יחיד, נאר גאנצעטע קהילות קדושות, אויף א מקום וואס האט גארנישט געהערט פאר זיי, א באנדע גזלנים..
וויליאמסבורג איז איינגענומען געווארן דורך סאטמארע בריונים, מיט כח, א מרידה במלכות שמים, א בגידה אין כלל ישראל, א טיילונג און ספליט אין שלומי אמוני ישראל. ווייל דער רעבע.. האט געברעדזשעט.. פוי פוי..
מי חכם ויבין זאת. די חילוק פון דעם דבר אח''ר און הרב הגאון ר' מענדל וועכטער וחבורתו הקדושה. און די טייערע נשמות וואס זענען דערשטיקט געווארן די אלע יארן פונעם גרויסמאכט סאטמאר הארורה