בלאט 4 פון 7

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 11:39 pm
דורך תחת השמש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=R5OI3imCgKA[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 12:57 pm
דורך בן תמליון
זאגט מיר איינער וואס האט געהאלפן די פראדוצירער מיט דעם דאקומענטרי, אז מער פון אלעם האבן זיי געזוכט א היימיש אויטענטיש ווייבל צו רעדן פארן קעמרע אבער האבן פאר קיין געלט געפונען. געווען וואס זענען געווען גרייט צו רעדן אבער האבן געפרעגט רבנים וואס האבן געזאגט ניין בשום אופן. דאס זענען אונזערע פירער מיט די קעפ אין די וואנט. דא קומט איינער וואס וויל ווייזן די וועלט די גוטע זייט פון אידישקייט לאזט מען נישט. זאלן די אט"ד'ס כסדר זאגן און מסביר זיין וואס אונזער קומיוניטי איז, מיר וועלן ח"ו נישט רעדן קיין גוטס אויף זיך אליינס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 3:16 pm
דורך איך אויך
א נייע סדרה שידוך משמים, גאנץ אינטרעסאנט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=T-bsHaSbWSQ[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 6:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'שוין דא די צווייטע און די דריטע. די דריטע האב איך נאכנישט געזען

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 6:38 pm
דורך איך אויך
ווי קען מען זעהן די צווייטע?

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 6:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
אויף יעס דוקו דארף מען צו קענען זען די סעריעס, [כ'מיין ס'נאר דריי פרקים] און די דריטע האבן זיי נאכנישט ארויסגעלייגט פאר בחינם, אזוי ווייס איך.
אדרבה איך ווארט איינער זאל עס דא אהערלינקן

נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:02 pm
דורך איינער
The jazz singer
http://en.wikipedia.org/wiki/The_Jazz_Singer_(1980_film
א חזן שוין פינעף דורות וואס וויל ווערן א דזשעז זינגער אנקעגען זיין טאטע און ווייב׳ס ווילן.[list=][/list]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:35 am
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:זאגט מיר איינער וואס האט געהאלפן די פראדוצירער מיט דעם דאקומענטרי, אז מער פון אלעם האבן זיי געזוכט א היימיש אויטענטיש ווייבל צו רעדן פארן קעמרע אבער האבן פאר קיין געלט געפונען. געווען וואס זענען געווען גרייט צו רעדן אבער האבן געפרעגט רבנים וואס האבן געזאגט ניין בשום אופן. דאס זענען אונזערע פירער מיט די קעפ אין די וואנט. דא קומט איינער וואס וויל ווייזן די וועלט די גוטע זייט פון אידישקייט לאזט מען נישט. זאלן די אט"ד'ס כסדר זאגן און מסביר זיין וואס אונזער קומיוניטי איז, מיר וועלן ח"ו נישט רעדן קיין גוטס אויף זיך אליינס.


דאס איז מסביר די קיגל וואס זיי מאכן, ווידיאו (די עקזאטישע חן) פון וויליאמסבורג, אבער אודיאו (השקפה און סאפיסטיקירטע "פעמעניסטישע" שפראך) פון קראונהייטס און פלעטבוש. ס'איז א ערב צומישעניש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:56 pm
דורך בן תמליון
אקוראט. זיי האבן זייער נישט געוואלט חב"ד נאר אונזערע פרויען האבן נישט געוואלט רעדן. איך מיין מענער וועט יא זיין א פאר אויפן פילם. אגב די פרוי אליזע גוטקינד און איר טאכטער לילי האבן בכלל נישט געהאט בכוונה צו מאכן אזא פילם. זיי זענען אין פעשאן און נאכגעגאנגען די חסידישע פעשאן סטייל אבער זענען געפאלן אין א פארליבונג מיטן חסידישן לעבנסשטייגער ווי נישט פאפ קולטור איז דער אפגאט נאר פשטות און גלויבונג, אז זיי האבן באשלאסן צו מאכן דעם פילם ארויסצוברענגען זייערע געפילן. איינער זאגט מיר אז זי איז געווען אין די קאנטרי'ס חאפן בילדער ווי די קינדער שפילן און עס איז איר געקומען טרערן אין די אויגן ווי שיין עס איז.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:48 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:16 pm
דורך הערשי
גיא אוני. א געשיכע מיט רוסישע חלוצים אינעם דארף גיא אוני אינעם גליל אין מיטן די ת"ר יארן.
http://www.hulu.com/watch/544943

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:11 am
דורך ונבנתה העיר
דער רבי פון קאצק - דראמע אין דריי אקטן, א סקריפט פאר א טעאטער פארשטעלונג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 9:10 am
דורך אביגדור
היינט ווערט באריכטעט איבער א נייע פילם וואס העלפט אויפדעקן די מארדן פון אידישע מלחמה איבערלעבער נאכ'ן קריג, דורך די קריסטן.

עס הייסט Aftermath.

http://www.hollywoodreporter.com/news/a ... ets-651230

והוא ינקום לעינינו נקמת דם עבדיו [אונזערע זיידעס] השפוך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:42 am
דורך סמארט פאון
שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך ארום די באקאנטע היימישע פילם "א געשעפט" אין דערווייל טאפ איך א וואנט ...סארי, טו בי עקזעקט.. נישט ממש א וואנט, ווייל איעדע מאל וואס איך סוירטש סיי אויף יו טוב און אפילו אויף גוגל קומט ארויף צענדליגע אנדערע זאכן אלעס אויסער וואס איך זוך.. איך האב שוין פסח'דיג געמאכט א גרויס חלק פון די אינטערנעט פאר דעם אבער דערווייל כמעט אן קיין ערפאלג,קען מיר אפשר איינער העלפן אוועקרוקן נאך אפאר שענק?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:15 pm
דורך קורץ און שארף
אויב ענק האבן עס נאך נישט געזעהן.....


גאר א גוטע און דראמאטישע פילם פון די 'גאנסמאוק' סעריע, איין עפיזאד 'דער גאלדענע לאנד' רעדט פון א אידישע פאמיליע. און גאר תוכנדיג.

אט איז דער לינק:

http://www.youtube.com/watch?v=93gTc8GV4Jo

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:35 pm
דורך zurich
סמארט פאון האט געשריבן:שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך ארום די באקאנטע היימישע פילם "א געשעפט" אין דערווייל טאפ איך א וואנט ...סארי, טו בי עקזעקט.. נישט ממש א וואנט, ווייל איעדע מאל וואס איך סוירטש סיי אויף יו טוב און אפילו אויף גוגל קומט ארויף צענדליגע אנדערע זאכן אלעס אויסער וואס איך זוך.. איך האב שוין פסח'דיג געמאכט א גרויס חלק פון די אינטערנעט פאר דעם אבער דערווייל כמעט אן קיין ערפאלג,קען מיר אפשר איינער העלפן אוועקרוקן נאך אפאר שענק?

אייכלערס ספרים סטאר האסטו שוין געטרייט?
אגב,די אשכול איז נאר געמאכט פאר 'פילם'ס' נישט פאר קינדערישע נארישע סקיטס!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:04 pm
דורך דעת תורה
אוודאי איז עס נישטא אומזיסט אויפן אינטערנעט. מען ברויך עס קויפן.

זרח, אדער ציריך, די געשעפט איז א געהעריגע פילם לכל דבר. פיל אלגעמיינע פילם'ס האבן שוואכערע קוואליטי ווי דאס.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:24 pm
דורך הוגה
[justify]עס איז דא א געוואלדיגע מיני סעריע וואס הייסט Masada. עס איז די מעשה פון די ניין הונדערט "קנאים" וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אין די מצדה fortress נאך די חורבן בית שני און האבן אנגעהאלטן א ווידערשטאנד אקעגן די רומיים פאר א לענגערע צייט.

די פילם איז פראדוצירט אויף א גאר הויעכע קאליבאר, סיי מצד די פיקטשער, סיי די סקריפט, סיי די מוזיק און סיי די עקטינג וואס איז אויסער געווענטליך. ביי אזעלכע מעשיות איז געווענטליך דא א downside, אז מען ווייסט ווער איז די hero און ווער איז די villain. דא האבן אבער די שריפט שרייבער געמאכט א געוואלדיגע דזשאב אראפמאלנדיג די צוויי הויפט שפילער, אלעזר בן יאיר און די רוימישע גענעראל מיט גרויע פארב. די שפיל האלט די צושויער rivited דורכאויס די גאנצע זעקס שעה פונעם פילם.[/justify]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:58 am
דורך לעיקוואד
מקימי איז א ספר וואס נועה ירון, א טעלעוויזע פערסאנעליטי וואס האט חוזר בתשובה געווען און געווארן א ברעסלעבער, האט געשריבען, געבויט אויף חלקים פון איר לעבן אבער געמאכט פאר א מעשה, איבער התקרבות צו אידישקייט און ברסלב. דער ספר איז לעצטנס אדאפטירט געווארען צו א טי ווי סעריס.
דער ערשטער פרק
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=P_rY4_s3_LE[/youtube]

דא קען מען זעהן די גאנצע סעריע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:33 pm
דורך גיבור
shefele האט געשריבן:יישר כח הרב לכבוד,
עס איז טאקע סאמטינג ספעשל!
לתועלת הרבים לייג איך א לינק ווי מען קען עס סטרימען אימזינסט

http://moviesonline-il.blogspot.co.il/2 ... -post.html

[tag]געפילטע פיש[/tag] איך זע אז די ביסט גוט אין גוגל סוירטש אפשר קענסטו מיר זאגן ווי קען איך טרעפן די פילם זיהו סדום ?
איך זוך עס שוין אזוי לאנג די אלע לינקס ארבעטן נישט אויך ביי גוגל האב איך נישט געטראפן די ריכטיגע רעזאלטס .
יישר כח פון פאראויס .

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 1:46 am
דורך געפילטע פיש
גיבור האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag] איך זע אז די ביסט גוט אין גוגל סוירטש אפשר קענסטו מיר זאגן ווי קען איך טרעפן די פילם זיהו סדום ?
איך זוך עס שוין אזוי לאנג די אלע לינקס ארבעטן נישט אויך ביי גוגל האב איך נישט געטראפן די ריכטיגע רעזאלטס .
יישר כח פון פאראויס .

יא, איך בין גוט מיט גוגל, איך האב א ספעציעלע דיל מיט זיי אז זיי לאזן מיר סוירטשן אויף זייער סייט, אנלימיטעד בחינם! טאמער ווילסטו די זעלבע דיל קענסטו מיר שיקן אין אישי און כ'וועל דיר געבן די וועב אדרעס. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, אז דו זוכסט אן איזראעלי טייטל און דו טרעפסט נישט גארנישט, פראביר מיט די ענגלישע טייטל, וואס דא איז עס Zohi Sdom. אז דו זוכסט גוט קענסטו טרעפן סיי טארענטס, און סיי צו וואטשן אנליין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:17 pm
דורך קרעמער1
א היסטארישע שווארץ-און-ווייס שטומער רוסישער פילם מיט ענגלישע אונטערקעפלעך

מנחם מענדל\יודיש גליק
http://www.youtube.com/watch?v=jypLUrMdUNQ

נשלח: מוצ"ש מערץ 08, 2014 7:53 pm
דורך לעיקוואד