בלאט 4 פון 12
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:33 pm
דורך לעיקוואד
נו אויב איז די מעשה ווי ר' בערל פארציילט איז דאך טאקע "דובים" ולא יער. סך הכל א קלוג יונגל וואס האט געכאפט אפאר פסוקים פון פאראויס פאר די רבי האט עס פארגעלערנט, און האט אפשר אפילו געליינט נאך אביסעל. די הערנער אז ער האט געקענט ויואל משה צי אורות הקודש איז מסתבר אז עס איז צוגעוואקסען צו די מעשה במשך די צייט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:נו אויב איז די מעשה ווי ר' בערל פארציילט איז דאך טאקע "דובים" ולא יער. סך הכל א קלוג יונגל וואס האט געכאפט אפאר פסוקים פון פאראויס פאר די רבי האט עס פארגעלערנט, און האט אפשר אפילו געליינט נאך אביסעל. די הערנער אז ער האט געקענט ויואל משה צי אורות הקודש איז מסתבר אז עס איז צוגעוואקסען צו די מעשה במשך די צייט.
די מעשה מיט'ן ויואל משה איז שפעטער געבאקן געווארן . אבער די עצם מעשה איז יא בבחינת דובים ויער. ווייל דער יונגל האט געקענט ש"ס בבלי וירושלמי און מדרשים. מ'רעדט נישט אז ער האט געזאגט א ווארט. ר'האט איבערגעזאגט גאנצע דפים און פרקים. נאר ס'איז נישט געקומען מתוך הבנה. נאר פון זיכרון, כדאמרן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:50 pm
דורך לעיקוואד
כ'בין נישט מחוייב צו גלייבען אויך נישט דאס. איך מיין אז ער האט געקענט אפאר פסוקים חומש און משניות אדער גמרא ווייטער ווי מהאט געלערנט אין חדר און פון דעם איז שוין אויסגעוואקסען ש"ס ופוסקים און מדרשים וכו'.
אין די מעשה איז דא מער לעכער וויפיל מלאכים סאיז דא אויפ'ן וואך און נעגלעך אויפ'ן דאך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:52 pm
דורך קינות גירושין
יעצט גערעדט מיט ישראל יוסף איז אזוי ער ווייסט נאך נישט צו ער וויל ארויסגעבן א קאפי פון דעם בריוו ער וועט דאס אדורך רעדן מיט די משפחה, ער דארף אויך דורך טראכטען צו ער איז גרייט איבער צוגעבן די לשון פונם בריוו בנוגע ענין זה ( אויף דעם בריוו איז אויך דא אנדערע ענינם וואס סאיז נישט פאר פאבליק) ער וועט מאכען א שאלת חכם
בעצם הדבר זאגט ער מיר אז דאס קינד איז אלט געווען בערך 3 יאר און האט איבערגעזאגט גאנצעטע שטיקער משניות גמרא שלחן ערוך (נישט קיין ויואל משה און ויחי יעקב און מאורות ) ער ווייסט נישט וואס בעלזע רב האט געטון פרייוועט פארן קינד
איך וועל עם רופן און א וואך ארום צו פרעגען זיין דאסישען ( סהאט מיר נישט אויסגעקוקט אז דאס גייט געשען)
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:56 pm
דורך לעיקוואד
מרעד'ט דאך דא פון א מענטש וואס איז חי וקיים, האט געלערנט אין חדר מיט אנדערע קינדער, נישט איינער ערגעץ באהאלטען אין א לאך אין אפריקע. הייתכן אז סנישטא קיין איין מענטש היינט וואס קען איבערזאגן עפעס נארמאלע פרטים, למשל וועלכע מסכתא האט ער עם פארהערט, וואס ער האט געזאגט, לויט וועלכע גירסא, וכו'.
מרעדט פון פארשידענע בריווען און אלץ איז סודות עד היום הזה דערוואגט זיך קיינער נישט ארויסצוגעבן (אין עצכ"ח האט איינער געטענה'ט בשם מרא דעובדא אז ער האט א בריעף פון מעלבורנער רב וואס איז מעיד אויף די מעשה און פון דעם איז אויך גארנישט ארויס צו'ם סוף) . ס'איז מיר בערך אזוי פישי ווי דער פיש וואס האט גערעדט אין סקווערע שטעטל. והנלע"ד כתבתי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:10 pm
דורך מאראנצןזאפט
בעפארן קריג איז געווען א וואונדער קינד וואס האט געזאט תורה וואו מ'האט אים נאר אויפגעמישט אין א ספר.
לגבי דעם מאנדל מיט'ן בעלזער רב שיינט דער סקווירער פיש מעשה צו זיין אסאך מער קראנט. ס'איז געדעקט געווארן אויף דער ערשטער זייט פון די טיימס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:17 pm
דורך קינות גירושין
איך פיל אביסעל באקאקט אז דער עולם דא גלייבט נישט דעם בריוו וואס א מענטש וועם איך קען פערזענליך האט עס אין זיין הענט, איך האב עם איבער געזאגט וואס דער עולם דא טענהט ער וועט עס איבער טראכטען
איך ווייס אליינס נישט ,
ווער נאך דא אין ק״ש איז אזא כופר ווי מיך אין די אלע פאני מעשיות פון רעבעס מופתים אן די פליצלינג בומס איך קום אליינס מיט אזא מעשה..... סהערשט און מיך א צעמושעניש
Help please
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:20 pm
דורך מאראנצןזאפט
העסט ווייזן די בריוו וועט מען גלייבן אז ס'דא א בריוו און נאכדעם וועט מען דארפן פעסטשטעלן אויב ס'אמת וואס ס'שטייט דארט.
איך געב פינף טויזנט דאלער פאר ווער ס'ברענגט מיר די זמירות וואס ר' איציקל האט געגעבן אנשטאט א פאספארט און ס'האט א זיגל פון די קאסטומס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:21 pm
דורך לעיקוואד
קינות, ער קען דיר לפחות וייזען דער בריעף? פארליינען פונקטליך וואס דארט שטייט? קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו גלייבען, די שאלה איז נאר וואס איז די גרויסע סוד און צו אין דער בריעף איז דא עפעס מער ווי שמועות.
אויך דער סטייפלער אין חיי עולם און הג"ר יחזקאל לוונשטיין ברענגען די מעשה, אבער ביידע ברענגען עס נאר מפי השמועה וואס זיי האבען געהערט אין די גאס. פארשטייט זיך זיי זענען מקיים בהידור דער מצווה פון פתי יאמין לכל דבר און גלייבען אין דעם באמונה שלמה, ר' חאצקל האט אפילו מסרב געווען בודק צו זיין ווייל עס קען פוגם זיין אין אמונה פשוטה, עכ"פ דאס אז אן אנערקענטע מענטש רעדט וועגן דעם איז נאכנישט קיין הוכחה מער פון וואס מרעדט אין די גאס, מברויך זעהן אויב שטייט דארט עפעס קלארערע פרטים מכלי ראשון.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:31 pm
דורך דולה ומשקה
דער אויסדרוק "אז דער מלאך האט פארגעסן איהם צו געבן א פליק" איז א טעות גמור, ס'נישט שייך ביי זיי אזא זאך, אין מלאך עושה שתי שליחות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:06 pm
דורך chosen people
קינות גירושין האט געשריבן:איך פיל אביסעל באקאקט אז דער עולם דא גלייבט נישט דעם בריוו וואס א מענטש וועם איך קען פערזענליך האט עס אין זיין הענט, איך האב עם איבער געזאגט וואס דער עולם דא טענהט ער וועט עס איבער טראכטען
איך ווייס אליינס נישט ,
ווער נאך דא אין ק״ש איז אזא כופר ווי מיך אין די אלע פאני מעשיות פון רעבעס מופתים אן די פליצלינג בומס איך קום אליינס מיט אזא מעשה..... סהערשט און מיך א צעמושעניש
Help please
איך בין מיט דיך, דער וואס האט מיך עס פארציילט, איז א חשובע יוד וואס גייט נישט זאגן ליגענט צו מאכן גרויס גאט, און ער האט געזעהן די בריוו מיט זיין אויגן. וואס איז טאקע פשט אז ער וויל עס נישט ארויס געבן? די יוד האט מיך געפרעגט צו ער זאל אנריפען ר' ישראל יוסף פאר די בריוו האב איך איהם געזאגט אז איך וועל עס פרובירן עס צו פארשאפן דורך א אנדערע וועג, איך האב נישט געוואלט משוגע מאכן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:12 pm
דורך קינות גירושין
לכאורה וועט ער עס נישט ארויסגעבן אזוי גרינג
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:07 pm
דורך איך אויך
קינות גירושין האט געשריבן:Stay toned
עס איז אייביג גוט צו זיין Toned.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:איך פיל אביסעל באקאקט אז דער עולם דא גלייבט נישט דעם בריוו וואס א מענטש וועם איך קען פערזענליך האט עס אין זיין הענט, איך האב עם איבער געזאגט וואס דער עולם דא טענהט ער וועט עס איבער טראכטען
איך ווייס אליינס נישט ,
ווער נאך דא אין ק״ש איז אזא כופר ווי מיך אין די אלע פאני מעשיות פון רעבעס מופתים אן די פליצלינג בומס איך קום אליינס מיט אזא מעשה..... סהערשט און מיך א צעמושעניש
Help please
בשורה טובה. ער נעמט מעדיקעיד.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 7:33 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:14 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מיין טאכטער פרעגט מיר די וואך פארוואס מיידלעך האבן א שנעלקע אונטער די נאז זיי לערנען דאך נישט קיין תורה ? זאג איך איר זיי לערנען הלכות צניעות און הלכות לשון הרע. פרעגט זי מיר ווייטער פארוואס האבן גוים א שנעלקע ? זאג איך איר זיי לערנען די הלכות פון די שבע מצוות בני נח. זי לאזט נישט נאך , פרעגט זי מיר פארוואס האט א מאנקי א שנעלקע?? זאג איך איר, זיי האבן אויך מצוות, למשל זיי דארפן חתונה האבן מיט זייער מין, (אזוי ווי ביי די מבול).
זאגט זי מיר וואו! איך האב געפרעגט די אלע קשיות פון מיין טיטשער און זי האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, זאג איך איר נו, מדארף וויסן ווי אזוי צו בי עססן.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:37 pm
דורך קינות גירושין
און פארוואס האבען די עלעפאנטען נישט קיין שנעלקע?
זיי מעגןצדען נעמען שלא במינם?
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:25 pm
דורך יידל
קינות'ל, כ'האב געהערט פון א איד אז פאפא רב האט פארהערט דעם קינד אין קינדערגארטן און דאס קינד האט געזאגט עפעס צוויי גירסאות אין א משנה אין נגעים. פאפא רב לעבט שוין נישט, אבער דער איד זאגט מיר אז הרב עזריאל טויבער איז געווען דערביי ביים פארהער (ס'שטימט מיך עפעס נישט מיט די יארגאנגן, אבער אזוי זאגט יענער). אז דו קענסט, פארבינד זיך ביטע מיט הרב טויבער, וואס זעט אויס דערווייל צו זיין די איינציגסטער וואס לעבט נאך און האט בייגעוואוינט א פארהער פון דעם ילד הפלא.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 10:11 am
דורך איך אויך
אולי אביו הרה"ח ר' אהרן טויבער ז"ל.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:47 pm
דורך מבני משה
עס קוקט מיר אויס אז אפילו דער יונגל ישראל משה אליין (שוין גאר נישט קיין יונגל)וועט זיך זעצן דא איבער א קאווע, און פארציילן די מעשה וועט מען אים אויך אפ פרעגן.
אויב זיכט איר אן עדות נישט מפי השמועה פון גאס, קוקט אריין און ספר "ידות אפרים" אין די הקדמה למהדורה שנת ה'תשס"ט שרייבט דארט דער וואס דריקט איבער, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, אין נאמען פון הרב חיים אריה שפיץ, וואס ער אליין האט עים פארהערט. עיין שם ותמצא נחת
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:23 pm
דורך chosen people
הרב גרשום/אליעזר,
דער ר' ישראל משה ווייסט פונקט אזוי ווי מיך און די, די מעשה ער האט עס אויכט נאר געהערט פון אנדערע נאך זאגן, ממילא ברענגסט זיין טאטע/מלמד הער איך, אבער וואס איז ער מער ווערט ווי פון אלע מענטשן זיין יארגאנג.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:50 pm
דורך יידל
מבני משה האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז אפילו דער יונגל ישראל משה אליין (שוין גאר נישט קיין יונגל)וועט זיך זעצן דא איבער א קאווע, און פארציילן די מעשה וועט מען אים אויך אפ פרעגן.
אויב זיכט איר אן עדות נישט מפי השמועה פון גאס, קוקט אריין און ספר "ידות אפרים" אין די הקדמה למהדורה שנת ה'תשס"ט שרייבט דארט דער וואס דריקט איבער, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, אין נאמען פון הרב חיים אריה שפיץ, וואס ער אליין האט עים פארהערט. עיין שם ותמצא נחת
מ'דארף נישט גיין קוקן, אין
וויקפדיה ברענגן זיי אראפ וואס שטייט דארט:
בהקדמה למהדורת שנת ה'תשס"ט של הספר "ידות אפרים" מביא המהדיר, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, בשם הרב חיים אריה שפיץ, שכאשר סיפור הינוקא הפלאי התפרסם בעיתונות בארצות הברית, הסעיר הדבר את נפשו של ר' חיים אריה, והוא נסע לישראל ויחד עם חותנו, הרב יוסף אריה פלדמן, נפגש עם הילד, בביתו של הרב מרדכי פלדמן, ברחוב הקליר בירושלים. ר' חיים אריה הקריא בפני הילד קצת חומש, והילד המשיך בעל פה את הפסוקים הבאים אחרי הפסוקים ששמע, הדבר חזר על עצמו גם כשקראו לפני הילד קצת גמרא הילד המשיך בעל פה את דברי הגמרא בצורה ברורה, אף שניכר היה שהילד לא הבין את מה שאמר. ר' חיים אריה חשב שאולי זה מין טלפטיה שהילד קורא המחשבה של זה העומד לפניו, ולכן יודע את מה שרואה הקורא הכתוב לפניו, ולכן רצה לנסות את הילד באופן אחר, הוציא עיתון וקרא לפני הילד קטע מתוכו, אבל הילד לא הגיב כלל ולא ידע להמשיך אות אחת, אחר כך בדקו את הילד בעוד ספר (ששמו לא זכור לו כיום) וגם בזה המשיך הילד לקרוא. כיון שכך רצה ר' יוסף אריה לבדוק אם הוא יודע את הספר (של זקנו) "ידות אפרים" ומיד כשהתחילו לקרוא לפניו מספר זה, המשיך הילד ואמר כעשר מילים מהדברים הכתובים בספר, והדברים מעידים שספר "ידות אפרים" הוא תורת השם, אשר המלאך מלמדו לכל עובר טרם לידתו.
ביי מיר פארלירט דאס גאנצע מעשה קרעדעביליטי מיט די לעצטע צוויי שורות.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 7:39 pm
דורך יאיר
איך כאפ נישט פארוואס דער עולם ווערט אזוי איבערגענומען פון די מעשה, אויפ'ן צד אז ס'איז אמת. זינט ווען דארפן אידן גלייבן אויפ'ן באזיס פון אותות ומופתים? אויב איינער ווערט פארקויפט פאר מופתים וואס האבן פילע עדות קען ער גאנץ גרינג ווערן א
קריסט, א
בודהיסט, אדער א
הינדו. די אלע "מופתים" זענען כאטש געווארן מיטגעהאלטן דורך מיליאנען מענטשן. אויב איינער שפירט דערמיט אז זיין אמונה ווערט שוואכער, זאל ער ביטע כאפן א בליק אין
רמב"ם:
דער רמב"ם האט געשריבן:משה רבנו לא האמינו בו ישראל, מפני האותות שעשה. שהמאמין על פי האותות יש בליבו דופי, שאפשר שייעשה האות בלאט וכישוף.
עס איז שוין העכסט צייט מיר זאלן אויפהערן מיט די נארישע, פאלשע "הוכחות" פאר די אמת'דיגקייט פון די תורה.