בלאט 4 פון 4

Re: ב"פ וויליאמסבורג באס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:58 pm
דורך צפוני
אמת, אז ער האט פרובירט די באסעס מיט איין טיר, אבער פארוואס איז ער נישט געבליבן מיט די אלטע באסעס ביז די אגד באסעס קומען אָן???


פעלט אפשר צו קויפן באסעס מיט 2 טיהרן דא אין אמעריקע?!?

און דער תירוץ אז ער האט געוואלט צושטעלן בעסער... האט שוין לאנג עקספיירעד.
פאר ווילאנג וועט מען ניצן דעם פוילע תירוץ???

ס'איז א בושה אין וואסערע אומשטענדן אחינו בני ישראל פאהרן יעדן טאג אין יאר תש22.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

Re: ב"פ וויליאמסבורג באס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 1:36 am
דורך או אינו
למעשה איז די קעש וואס ער נעמט פין בחורים אין יונגעלייט וואס זענען אויף די סקול פראגראם א שכרה בצדה אדער לעגיט? דאס איז צענדליגע טויזענט דאלאר וואס קאסט פאר אחינו ישראל אין דאס מיז אפגעשטעלט וווערן דעם קומענדיגען מאל ווען זיי פארקויפען חודש קארטליך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 2:12 am
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן.
אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.
דאס דערמאנט מיך ווען אין א געוויסע תקופה (יאר) פאר חנוכה האט איינער פון די גרויסע סוחרים פון אויל פאר חנוכה לעכט געשריבן די פאלגנדע הודעה...,אזוי ווי ס'איז דאך דא אן אויל קריזיס און שארטעדזש איבער די וועלט, וועט די פרייז פון שמן זית פאר חנוכה ארויפגיין...!