בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:30 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט פון וואו האט ער באקומען די פיקטשער פונעם גן עדן...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:30 pm
דורך smart
און אויב מען קויפטעס נישט מען סתם געבידט???

--

שמעקי האקט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:31 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס הייסט ליצנות? זיי שרייבן דאך אונטער אז זיי מוזן עס קויפן!

90,000$

מ'מוז נישט קויפן, די ערגסטע וואס קען געשען איז א שלעכטע ריוויו פון די סעלער.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:32 pm
דורך סאשי פיש
עס האלט שוין ביי100 אלפים

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:32 pm
דורך יואב
כ'האב מורא על קידא, טאליבאן, כאמאס, און כיזבאלא זענען די וואס אמפערן זיך דערויף ממש ווי קינדער אין סווימינגפאל אויף א טאאב.
ווי חסידים ל"ג בעומר איבער דעם רבינס פיילן; ווי מלחמה איבערלעבער אויף א טעלער זופ; און ווי דתן אין אבירם ערב שבת איבער מן.

ס'איז א געוואלדיגע פארדינסט פאר ווער ס'כאפט דאס, מ'שפארט זיך פשוט א זעלבסמערדער.

ס'לויפט שוין אנאנסן ביי אל דזשאזירא: "געווינט עולם הבא, און בלייבט לעבן". אייער פריינד: ארי מאנדעל, עיבעי.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:36 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט פון וואו האט ער באקומען די פיקטשער פונעם גן עדן...

ער שרייבט דאך אז עס איז used קען זיין ער האט עס גענוצט ביים כאפען די פיקטשער.... :like :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:38 pm
דורך אוהב דעת
US $99,900.00

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:41 pm
דורך chosen people
אפשר פארקויף איך אויף איבעי מיין 70 בתולים.. אפשר איינע פון די רייכע סאדיע ארביע'ס אדער דוביי'ס שעכ'ן וועלן עס קויפן.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:42 pm
דורך שמעקעדיג
טשאסען אבער דערפאר מוזטו גיין אויף א זעלבסטמארד מיסיע.......

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:49 pm
דורך chosen people
שמעקעדיג האט געשריבן:טשאסען אבער דערפאר מוזטו גיין אויף א זעלבסטמארד מיסיע.......

פארדעם קען איך שיקן א שליח...
דער גן עדן פון די 70, באקומט מען נאר אויף זדיהאד אדער אויכט אויף אנדערע מצוות.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:50 pm
דורך שמעקעדיג
דזישהאד אונלי, מיין פריינד....

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:59 pm
דורך chosen people
וואס איז פשט פון די שיפפינג טשארדש? אויב צו שיקן די שטר אז ער גייט נישט ווערן קיין ערגערע בעל עבירה, קען ער דאך לייגן א געהריגע usps סטעמפל פאר א האלבן דולר..

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:02 pm
דורך אוהב דעת
y are they all afraid to go for 1000.00?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:08 pm
דורך סאשי פיש
chosen people האט געשריבן:וואס איז פשט פון די שיפפינג טשארדש? אויב צו שיקן די שטר אז ער גייט נישט ווערן קיין ערגערע בעל עבירה, קען ער דאך לייגן א געהריגע usps סטעמפל פאר א האלבן דולר..

איך מיין אז עס איז זייער ביליג ווייל צו לייגען אונשארענס אויב עס פארלירט זיך פאר א פעקעל וואס איז ווערט
$100,0000 גייט עם קאסטען אסאך מער...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:09 pm
דורך זר זהב
ביים קומענדיגן אסיפה קעגן די נעט, וועט מען הערן שטורמען אז מפארקויפט שוין די עולם הבא אויף די אינטערנעט! און מ'וועט מאכן א פילטער קעגן איבעי

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:21 pm
דורך איך אויך
סאשי פיש האט געשריבן:Country of Manufacture: United states
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז מען מאכט עולם הבא אין אמעריקא.... :roll: :lol:

די used חלק פארשטייסטע יא?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
דער ארי' מאנדל איז א דזשעני!
ער האט געטון א גאר פראוואקטיווע אקציע, אויסגעשטעקט אן אצבע משולשת צו זיין עקס קאמיוניטי, גייט ווערן א נאציאנאלער סעלעבעריטי און לאכן די גאנצע וועג צו די באנק.
יא, אן עוולה איז עס, א גרויסע, א חילול ה' שאין דוגמתה, אבער ער ווייזט אז ער איז א זשיניעס.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:27 pm
דורך MickyMouse
גייט איינער טאקע קאמפליטן די טרענסעקשאן? און באצאלן 100 אלפים?
איך האב געטראכט אז נאכן קויפן וועט די בייער קענען זאגן אז ער האט עס נישט באקומען און צוריק באקומען דאס געלט. אבער דעמאלטס איז א שאלה צו מען קען גנב׳נען יענעם׳ס עולם הבא, אויב קען מען קויפן יא. פאראדאקס, ווייל אויב גלייבט ער אז ער קויפט עס דעמאלטס דארף ער גלייבן אז ער קען עס נישט גנב׳נען. ניין?
לאל. וואטעווער.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:49 pm
דורך פרישער
טיט ער גאאאנטירן אז ער האט נישט גערעדט לשון הרע, ווייל דעמאלץ גייט אטאמאטיש אריבער אלע זיינע מצות צי יענעם אין קריגט יענעמס עבירות אן קיין שיפינג פי

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:51 pm
דורך סאשי פיש
This listing 171047172030 has been removed, or this item is not available.
פיין חוזק פון אונז יעצט נעמט ער עס אראפ

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:03 pm
דורך יאיר
and that if I become a Baal Teshuva (don't bet on it), I will pay the fair market value for the return of my Olam Habaah

דער בארדיטשעווער וואלט שוין געמאכט צימעס דערפון.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:08 pm
דורך פרישער
איך קלער אז אויב וואלט ער אפגעקויפט יענעם'ס גיהנם פאר א אפצאל און וואלט געוועין וויליג צי בראטען דארטען פאר א אפצאל וואלט געווען מער קונים
עס וואלטען געווען פילע גילטי בעלי עבירה אין די ליניע און עם מכבד געווען מיט די מיטינג מיט די מלאכי חבלה מיט די הייסע גופלען

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:10 pm
דורך MickyMouse
דעת תורה האט געשריבן:דאס איז דאך סתם ליצנות, איינער פון די בידערס פלאנט דען ערנסט צו קויפן? און וואס איז די פשט אז מען זעט די זעלבע נעמען בידן איינמאל און נאכאמאל אפילו קיינער האט נישט געבידט אינצווישן? בקיצור, עס שמעקט פון א סקעם.

די וועג ווי אזוי עס ארבעט, איך קען בידן 100 אלפים, עס וועט אבער נישט ווייזן גלייך, עס וועט נאר ווייזן אביסל העכער פון די פריעדיגע ביד, און דערנאך ווען איינער ביד נאך העכער פון וואס עס ווייזט, דעמאלטס וועט מיין ביד אטאמאטיקעלי ארויף גיין העכער יענעם׳ס ביד.