בלאט 4 פון 4

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:57 am
דורך שמעקעדיג
איחוד פעלד האט געשריבן:זייענדיג א איד וואס איז געבענטשט מיט מיידלעך, וויל איך נאר פעסטשטעלען א מציאות, האבען בחורים פין דרייצען יאר פיר וואכען בין הזמנים? אויב יא, ווען, סוכות? פסח?


געווענליך ביידע. חודש ניסן און תשרי. תשרי איז נאך פריער, פון ערב סליחות.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:16 am
דורך איש צדיק תמים
איך וויל באמת נישט געבן קיין פרטים אבער מיר (פארשטייט מיר ביטע) אבער איך האב בר מצוה געהאט סוף כתה ט׳ און מיין ערשטע בין הזמנים אלץ בחור איז געווען סוכות און די צווייטע בין הזמנים פסח.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:43 pm
דורך חזקיהו המלך
איש צדיק תמים האט געשריבן:איך וויל באמת נישט געבן קיין פרטים אבער מיר (פארשטייט מיר ביטע)

די דארפסט זיך נישט פארענפערען אז די געבסט נישט קיין פרטים, די דארפסט זיך נישט לאזען דא נאכאמאל רעיפען, כ'האב דיר שוין געזאגט, נישט אלע שאלות דארף מען ענפערען, די ביסט קיינעם נישט שולדיג קיין ענפער, ווער ס'רעדט לדעתך מיט שכל אין רעספעקט, אין די ביסט אין די גוסטע צי ענפערען דאן ענפער, אין די איבריגע איגנאריר,

די ביסט נישט מחויב צי געבען קיין דיטעיל'ס פאר קיינעם, אין די ביסט נישט מחויב צי אויפוווייזען גארנישט פאר קיינעם, די שרייב דיין מעשה אין שוין, אין קאמיוניקיר מיט די וואס רעדען שרייבען לויט דיין געשמאק,
לערען דיר אויס, מען קען נישט אין מען דארף נישט יעדעם ציפרידענשטעלען, די ביסט נישט קיין עבד, די ביסט א בן חורין מזרע אברהם יצחק ויעקב,

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:ביטע זייט מסביר.

סא דער מעשה איז געשעהן פסח צייט?

ביטע נעם איהם (צדיק תמים) נישט אויף א "קראסס עקזעמינעיש'ן". לפענ"ד איז די מעשה (מער ווייניגער) אמת. נאר נישט אזוי דראמאטיש (און שרעקליך) ווי ער וויל עס דא שילדער'ן.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 3:46 pm
דורך שעפטל
berlbalaguleh האט געשריבן:ביטע נעם איהם (צדיק תמים) נישט אויף א "קראסס עקזעמינעיש'ן". לפענ"ד איז די מעשה (מער ווייניגער) אמת. נאר נישט אזוי דראמאטיש (און שרעקליך) ווי ער וויל עס דא שלידער'ן.

ווי איז די דיסלייק קנעפל???

אההה דא :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 6:32 pm
דורך איש צדיק תמים
די איינציגסטער מענטש וואס קען וויסן צו די מעשה איז אמת אדער נישט איז דער רעיפער ממילה ווער עס וויל זיך שטעלן במקומו זאל זיך מחולק זיין מיט מיר...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 7:18 pm
דורך הוגה
איים סארי אבער עס פילט דא אביסל ווי א קינדערגארטן. פארציילט א יונגערמאן זיין פערזענליכע שווערע מיטלעביניש מיט די ציל צו הערן עצות ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט. אין א וועלט פון אינטעליגענטע grownups וואלט עס געגאנגן אזוי. האסטו וואס צוצוגעבן שרייב, אויב נישט דאן גיי ווייטער צו די נעקסטע אשכל. העכסטענס אויב ווילסטו מחזק זיין די יונגערמאן דאן גיב אים א לייק אדער שרייב אפאר חיזוק ווערטער.

דערווייל קומען אריין אפאר שמויגערס און לאזן איבער זייער פערזענליכע אפפאל. דער גרעבסט אז ער גלייבט נישט, דער גלייבט אבער עס איז איבערגעטריבן, די דריטע זאגט אז עס קען נישט זיין אז עס איז דא בין הזמנים, וכו'.

ווער האט דיר געפרעגט? האסט נישט קיין עצה, האסט נישט קיין רחמנות געפילן דאן גיי דיר ווייטער און קום נישט צוריק. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן דיין בויך קרעמפן. ועוד, והוא העיקר, מיינסט טאקע אויב דו וועסט אויפווייזן אז דער מעשה איז פונקט נישט אמת וועט פלוצלינג מער נישט זיין די מגיפה פון חזירים במחנינו? אויב האלט איר אז אזעלכע מעשיות געשעהן נישט אין אונזערע קאמיוניטי, לעבט איר מיט די קאפ אין זאמד. עס קומט פאר אזעלכס מער ווי מיר ווייסן, און די סיבה פארוואס דאס קען געשעהן איז ווייל עס זענען פארהאן אזעלכע מענטשן ווי אייך וואס פארשווייגן עס.

זיין מיר מוחל פאר די outburst, כ'בין זיכער אז אנדערע פילן די זעלבע ווי איך און איך בין א שליח ציבור . לאמיר זיך אויף פירן ווי ערוואקסענע. ווער עס האט וואס צוצוגעבן לתועלת השמועס זאל שרייבן, און ווער נישט זאל ליינען, לייקן אדער נישט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 8:22 pm
דורך איך אויך
ליידער אזוי גערעכט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 11:32 pm
דורך איחוד פעלד
אין הכי נמי

הוגה איז גערעכט, די מעשה איז נישט קיין חילוק צו עס איז יא געוועהן אדער נישט, מען קען דן זיין די מעשה, ווייל די מעשה איז רואיג געשעהן אויב נישט צו אונזער צדיק, איז עס געשעהן צו צענליגער אנדערע צדיקים.

נאר וואס דען?

מיר באדערט אמאהל, ווען איינער שרייבט א מעשה שהיה, זאל עס זיין מדוייק, ווילסט שרייבען ליגענט? געזונטערהייט, אבער כאטש לייג אריין קאפ אין מוח אז די מעשה זאל קענען זיין אמת, נישט אז מיר זאל קראצען ווען איך ליין די מעשה, וועגען בין הזמנים, און ווען ער שרייבט אז עס איז געוועהן א קליין שוהל, און ער האט דארט געדאווענט מעריב, און לכאורה איז עס געוועהן זומער, און מען דארף מיישב זיין בדוחק אז א אינגעל פין צוועלף לערנט מיט א מלמד ביז 930 באנאכט צו דאווענען דארט מעריב וכו'.

אלע קשיות האבען תירוצים, און אוודאי איז נישט שיין צו זאגען איינעם איך גלייב נישט דיין מעשה, ווייל דעמאלס ווערען מיר ווי די עסקנים און רבנים וואס זאגען דער זעלבער פאר אלע נפגעים, און טאמער געדענק איך גוט האק איך אויף זיי.

אבער, פארגעס א מינוט פין וואס די מעשה רעדט זיך, איעדער מעשה וואס א מענטש שרייבט, מוז זיין אויסגעהאלטען שריפטליך, און ווען איינער שרייבט אפ א מעשה וואס איז מעורר א טוץ מיט קשיות, ווייזט עס אויף א סלאפי ארבעט, און אויף דעם טוה איך רעזערווירען דעם פולען רעכט צו זאגען קריטיק, נישט קיין חילוק צו זיין ניק איז באס דרייווער אדער איש צדיק, אדער שעפטעל.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 12:47 am
דורך געפילטע פיש
א) די אמת איז אסאך מאל קאמישער ווי פיקציע (מארק טוועין).
ב) ער מעג משנה זיין פונעם אמת אין געוויסע פרטים כדי דער יעניגער זאל נישט דערקענען די מעשה אויב לייענט ער דא.
ג) דו גלייבסט אז ס'איז עטוואס מעגליך אז ס'איז יא אמת, אויב אזוי, דו, אלס גרויסע לוחם פאר וויקטימס וואלט געמעגט האבן אביסל מער מיטגעפיל, און אויפן צד אז ס'איז אמת נישט לייגן קיין זאלץ אויף די וואונדען, און שטיל בלייבן.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:44 am
דורך איש צדיק תמים
געפילטע פיש האט געשריבן:א) די אמת איז אסאך מאל קאמישער ווי פיקציע (מארק טוועין).
ב) ער מעג משנה זיין פונעם אמת אין געוויסע פרטים כדי דער יעניגער זאל נישט דערקענען די מעשה אויב לייענט ער דא.
ג) דו גלייבסט אז ס'איז עטוואס מעגליך אז ס'איז יא אמת, אויב אזוי, דו, אלס גרויסע לוחם פאר וויקטימס וואלט געמעגט האבן אביסל מער מיטגעפיל, און אויפן צד אז ס'איז אמת נישט לייגן קיין זאלץ אויף די וואונדען, און שטיל בלייבן.

ישר כוח, באמת...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:53 am
דורך שעפטל
בקיצור איחוד האט זיך א קשיא און אלעס ווערט יעצט סלאפי און אפגעפרעגט.

שטאטעלעך, יא רוב ישיבות האבן בין הזמנים פון א' סליחות ביז ר"ח חשון און אזוי אויך פון ר"ח ניסן ביז ר"ח אייר. סאו דעס איז פארענטפערט, איא?
9:30 איז נישט שפעט פאר א 12 יעריג'ס.
קיין קליינע שוהל אישו פארשטיי איך בכלל נישט.
בקיצור, כ'גיי נישט דא פארענטפערן איש צדיק, אבער מכאן הקריאה יוצאת נאכאמאל לכל אנ"ש, ווען איינער נעמט די קוראזש און באשרייבט א שווערע קאפיטל פון זיין לעבן, האב מיטלייד און שרייב עפעס צו אדער וויש דיך אפ די נאז אינעם ערשטן נאסן סמעדריש האנטעך, לאז יענעם זיך פילן גוט אז ער האט אראפגעטראסקעט א בארג מיט ציגל פון זיין פארווייטאגט הארץ.

(כ'האב געניג געארבייט צו פארשאפן דעם פארמעקטן ארטיקל אז איש צדיק זאל דאס פריש ארויפשטעלן - טאקע שכח פארן משלח- מאך אים נישט עס צוריק אראפנעמען,און דיסקארעדזש נישט אנדערע פון שרייבן זייער איבערלעבעניש)

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 1:57 am
דורך בדחן
איך האלט אז מען מעג איבער פרעגן א מעשה, א שרייבער דארף נישט זיין באליידיגט אז מען פרעגט אים איבער, אדרבה עס ווייזט אז בדרך כלל טראסט מען אים און מען איז זיך מתיחס צו אים מיט א ערענסקייט און ווען מען פרעגט איבער זיכט מען אויסצוגראדען די ספיקות, און א שרייבער וואס ווייסט ביי זיך אז די מעשה איז אמת לאכט און הארצען פון די וואס שרייבען אז ער זאגט ליגענט, עס באדערט אים נישט קיין כי הוא זה ווייל ער ווייסט דעם אמת.

אבער, דעתי נוטה אז דער שרייבער פון די מעשה דא האט געשריבען 100% אמת, ניכרין דברי אמת, איך האב נישט קיין צווייפיל און זיין מעשה, טעקניקעל דיטעליס קען מען פרעגן אויף יעדע אמת׳ע מעשה, און אויף דעם איז געזאגט די ווערטעל אז אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשוית, לבי ליבי עליו, עס איז א הארץ ווייטאג עס צו ליינען און עס קאסט א טרער.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:01 am
דורך שעפטל
ס'דא פרעגן און ס'דא בבחינת אפפרעגן

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:27 am
דורך פידלער
בדחן האט געשריבן:איך האלט אז מען מעג איבער פרעגן א מעשה, א שרייבער דארף נישט זיין באליידיגט אז מען פרעגט אים איבער, אדרבה עס ווייזט אז בדרך כלל טראסט מען אים און מען איז זיך מתיחס צו אים מיט א ערענסקייט און ווען מען פרעגט איבער זיכט מען אויסצוגראדען די ספיקות, און א שרייבער וואס ווייסט ביי זיך אז די מעשה איז אמת לאכט און הארצען פון די וואס שרייבען אז ער זאגט ליגענט, עס באדערט אים נישט קיין כי הוא זה ווייל ער ווייסט דעם אמת.

אבער, דעתי נוטה אז דער שרייבער פון די מעשה דא האט געשריבען 100% אמת, ניכרין דברי אמת, איך האב נישט קיין צווייפיל און זיין מעשה, טעקניקעל דיטעליס קען מען פרעגן אויף יעדע אמת׳ע מעשה, און אויף דעם איז געזאגט די ווערטעל אז אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשוית, לבי ליבי עליו, עס איז א הארץ ווייטאג עס צו ליינען און עס קאסט א טרער.


בדרך כלל האלט איך ווי דיר, אבער איך בין מיך מחילוק אויף איין נקודה. אויב איז איש תמים'ס מעשה אמת און ער האט גענומען די קוראדזש צו דערציילן וואס ער האט איבערגעלעבט פאר די ערשטע מאל אויף קאווע שטיבל וואו ער האט זיך פארגעשטעלט ער וועט געפונען א סימפאטישע אוידיענס--און ווי, וואס, ווען... מ'שטעלט אים דא אויף א פארהער, גלייב איך נישט ער וואלט געלאכט אין הארצן. די אישוי פון מאלעסטעשען האט א רייכע היסטאריע פון וויקטימס וואס מ'האט נישט געגלייבט (אויך, ליידער, פון מענטשן וואס האבן אויפגעמאכט באשולדיגונגען פאר זייער אייגענע אינטערעסן, אבער דאס איז א פוינט פאר אן אנדערע אשכול). איז דאס צו א סענסיטיווע אישוי אז מ'זאל אים ארויסווייזן אונזער ספיקות. איך גלייב אז ס'וואלט געווען בעסער אויב מ'האלט די doubts ביי זיך. וואס איז דען די ערגסטע? אז ער האט אויפגעמאכט די מעשה און לאכט זיך אויס פון אונז תמומות'דיגע גלייבער? זאל זיין אזוי. No skin off our backs, ווי מ'זאגט.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:14 pm
דורך יין שרף
ריינער האט געשריבן:
וויאזוי ס'זאל נאר זיין האלט איך אז מיט'ן זיך איינהאלטן אין גארנישט זאגן וועסטו זיכער נישט אויפטוהן, איך האלט אז יענער דארף פשוט וויסן אז ער האט רואונירט דיין לעבן! נישט אלעס איז געלד! וויפיל געלד ער וועט דיר נאר געבן וועט די זכרונות אלטץ בלייבן, דארפסט אים ארויסגעבן וואס די האסט אויף אים, און אויב האט יענער שוין אויסגעמענטשעלט און ער וועט הערן וואספארא פיין די גייסט דורך ביז'ן היינטיגן טאג וועט ער דיר אפשר אליין אפערן צו פארגיטיגן מיט עפעס.

און אויב האט ער זיך נישט אויסגעמענטשעלט? און ער וועט און ער וועט הערן וואספארא פיין די גייסט דורך ביז'ן היינטיגן טאג, וואס וועט זיין? סתם אזוי צו געבן יענעם די געלענהייט נאכאמאל צו זיך אויסלאכן פון דיר??? (שכן דרך הנואפים, וכ"ש הוא שעשיר יענה עזות ודו"ק)

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 9:54 pm
דורך its me
איך אויך האט געשריבן:איש צדיק תמים, שמך נאה לך! (און שלום עליכם!)

איעדער וואס איז דורך די אושוויץ איז שוין פאררעכנט ווי א צדיק.

כ'מיין אז דאס געהערט דריגענט אין מאחורי אבער דעמאלטס וועסטו (לכאורה) נישט קענען ענטפערן.

לדעתי איז זיין תאווה נישט אוועק פלוצליג אונטער די חופה ,עס איז ליידער מעשים בכל יום אז פארהיירעטע הרגענ'ן אף אונזערע קינדער און ערשטענס מוזטו זעהן ער זאל מער קיינעם נישט קענען רעיפן.

It's hard to know if he still does it, however somebody I know since I was a kid and the "people" said that he used molest his peers confided me yesterday that he still does it, and he is married with kids. Although he didn't specify whether he does it with children or adults he just said he likes'em and does'em both. So beware. 

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:48 pm
דורך איך אויך
מעשים מגונים בכל יום.

נשלח: דינסטאג יולי 19, 2022 10:03 pm
דורך קידוש
איך האב יעצט געטראפען די אלטע אשכול,
עס כאפט א שוידער,
איך ווינדער מיר אויב היינטיגע צייטען 2022 הערט מען נאך אזאלכע מעשיות אין היימישע שולען?

נשלח: מיטוואך יולי 20, 2022 12:08 am
דורך מאן
איידער איר כאפט דעם שוידער, און איר וואונדערט זיך צי היינט קען די זעלבע זאך געשען, גיבט ביטע א בליק אויף דעם אשכול, נתחבר געווארן דורך דעם זעלבן מחבר פון היגען אשכול. עיי"ש ותמצא נחת.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5448

נשלח: מיטוואך יולי 20, 2022 12:43 am
דורך קאצקע ציקער
מאן האט געשריבן:איידער איר כאפט דעם שוידער, און איר וואונדערט זיך צי היינט קען די זעלבע זאך געשען, גיבט ביטע א בליק אויף דעם אשכול, נתחבר געווארן דורך דעם זעלבן מחבר פון היגען אשכול. עיי"ש ותמצא נחת.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5448
Wow shocking