בלאט 4 פון 7

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:53 pm
דורך ממרום שלח אש
איינגעמיירעט האט געשריבן:ווען מענדיגט א צורת הפתח אויף די גאנצע שטאט ווערט די גאנצע שטאט אזוי ווי איין גרויסע אפארטמענט בילדינג, ד.ה. אסאך קליינע רשות היחיד,ממילא מוז מען מאכען א עירובי חצירות צו קענען טראגען פון די הויז רשות היחיד צו די גאס רשות היחיד און דאס האט שלמה מתקן געווען.
ווי פלעגט די רבי זאגען אז מלערנט נישט קען מען נישט


אזוי איגנאראנט און דאך אזוי קאנפידענט.
נע,
ווייל אזוי איגנאראנט, דערפאר אזוי קאנפידענט.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:03 pm
דורך אביגדור
רשות הרבים דלתות נעולות - הראויות להינעל.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:11 pm
דורך זר זהב
אופס שיעור געלייקט . אבער דער דף האט עס געהארגעט :D

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:15 pm
דורך איינגעמיירעט
ווען באבוב האט גע'אסר'ט דעם עירוב האט עס געהויבען אויגען, זייט ווען האבען זיי א מיינונג אין תורה אנגלעגנהייטען, מ'רעדט דען דא פון וועלכע ניגון צו זינגען שבת פרה נאכען פלאדען קוגעל? צו רעדט מען דא וועגן ווייסע זאקען אדער ראשוואלקעס? מה לבאבוב אצל תורה?
נוא ברוך השם מיט דא יארען זעע איך אז כדרך באבוב האט האט זיך געבויט א גאנצע געוועבאכץ, מהרנ"ץ מיט די גלעזער, צויי משפחות יודענעס וכו' וכו', קענסט שוין פירן א באבוב'ע מלווה מלכה אויף דעם נושא אלע מעשה'לעך און געזאגאכצער.

there is a world out of your box

עפען א שו"ע טראגען אין א גאס מער ווי 16 איז א גלאטע מחלוקת, מ'נעמט אהן לקולא און בעל נפש יחמיר, אבער נשים און המון עם זענען מקיל, איך ווייס נישט וואס א קולא על גבי קולא דו רעדסט, עפען אויף די ביכער קוק וויפיל שטעט האבען געהאט געסער יותר מט"ז און מ'האט געטראגען,

אמת פארצייטישע חסיד'ישע יודען האבען נישט געטראגן, זאלסט מיר מוחל זיין א פארצאטישע חסידישע יוד פאנגט זיך נישט אהן מיט בחורים שווארצע זאקען און ווייסע זאקען און ראזשוואלקעס, איי פאר שאאר האופ אז בעל נפש און חסיד'ישע יוד מיינט עפעס מער ווי דעם און ממילא ווער ס'איז נישט בדרגת בעל נפש און האט אויכעט נישט די מנהג צו זיין א בעל נפש דווקא אין פובליק קען רואיג טראגן,
און פליז לאז אזא גברא רבא ווי ר׳ פישילע ארויס פון דיינע באבוב'ע אגענדאס

איי דאינט טינק אז די חשוב'ע יודען ביי ענק א שטייגער ווי די בלום ברידערס וואלטען טאלערירט דיינע אגענדאס און דיעות.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:21 pm
דורך איינגעמיירעט
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ניין - אויב עס איז א רשות הרבים קען מען דאס נישט מתקן זיין מיט בלויז א צוה"פ.
פסק'ן נישט פון בויך ארויס!

האלט ער אזוי ווי סווערט אן גענומען און שו״ע אז ס׳איז א כרמלית
וואס מאכט דיר טראכטען אז ס׳איז א רשות הרבים ?
די ט״ז אמה פאסקענעט מען דיך לקולא
ר׳ משהס א חידוש איך מיין אז ר׳ פישילע איז בארעכטיגט צו פאסקענען ווי די מחבר פון כל יום אקעגן א חידוש וואס ר׳ משה אליינס אנערקענט אלץ א חידוש קוק ווי ער מוטשעט זיך צו פארענטפערען די רש״י און הזורק אויף מחנה לויה רה״ר

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:26 pm
דורך איינגעמיירעט
ooo

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:27 pm
דורך הקטן
האט ער נישט געוויסט אז אויב מען וויל מאכן אן עירוב פאר א איד א זקן דארף מען מאכן דלתות

ווער איז געווען דער אשר קרך אויף 47 און ווער אויף 48 ? וואס האט אפגעקילט דאס גאנצע מושג פון א פחד צו א חשש דאורייתא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:32 pm
דורך היימישער ליטוואק
איינגעמיירעט האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ניין - אויב עס איז א רשות הרבים קען מען דאס נישט מתקן זיין מיט בלויז א צוה"פ.
פסק'ן נישט פון בויך ארויס!

האלט ער אזוי ווי סווערט אן גענומען און שו״ע אז ס׳איז א כרמלית
וואס מאכט דיר טראכטען אז ס׳איז א רשות הרבים ?
די ט״ז אמה פאסקענעט מען דיך לקולא
ר׳ משהס א חידוש איך מיין אז ר׳ פישילע איז בארעכטיגט צו פאסקענען ווי די מחבר פון כל יום אקעגן א חידוש וואס ר׳ משה אליינס אנערקענט אלץ א חידוש קוק ווי ער מוטשעט זיך צו פארענטפערען די רש״י און הזורק אויף מחנה לויה רה״ר


על זה גופיה אנו דנים, איז דאס א רשות הרבים אדער נישט. ממילא דיין הודעה פון ארומגענומען ווי איין אפרטמענט בילדינג איז שלא מן הענין.
איך האב שוין פריער גשריבן אז, יא, יעדער פוסק קען פסק'ן אפילו לקולא.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:36 pm
דורך טעפל
ס'דערמאנט מיך ווי מ'פלעגט זאגען אוי ראדני אז מ'האט געמאכט דעם עירוב פאר די גוים..
זרעלע פיר צוריק דעם אשכול צו ר' פישעלע.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:39 pm
דורך אביגדור
מציאות אינה משתנה.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:42 pm
דורך הקטן
ווי אזוי האט ער זיך אן עצה געגעבען מיט די רשות הרבים...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:42 pm
דורך איינגעמיירעט
00000000

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:48 pm
דורך איינגעמיירעט
0000000000

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:59 pm
דורך היימישער ליטוואק
איינגעמיירעט האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ניין - אויב עס איז א רשות הרבים קען מען דאס נישט מתקן זיין מיט בלויז א צוה"פ.
פסק'ן נישט פון בויך ארויס!

האלט ער אזוי ווי סווערט אן גענומען און שו״ע אז ס׳איז א כרמלית
וואס מאכט דיר טראכטען אז ס׳איז א רשות הרבים ?
די ט״ז אמה פאסקענעט מען דיך לקולא
ר׳ משהס א חידוש איך מיין אז ר׳ פישילע איז בארעכטיגט צו פאסקענען ווי די מחבר פון כל יום אקעגן א חידוש וואס ר׳ משה אליינס אנערקענט אלץ א חידוש קוק ווי ער מוטשעט זיך צו פארענטפערען די רש״י און הזורק אויף מחנה לויה רה״ר


על זה גופיה אנו דנים, איז דאס א רשות הרבים אדער נישט. ממילא דיין הודעה פון ארומגענומען ווי איין אפרטמענט בילדינג איז שלא מן הענין.
איך האב שוין פריער גשריבן אז, יא, יעדער פוסק קען פסק'ן אפילו לקולא.

נוא אז מפאסקענט ווי די מחבר רוף עס נישט פון בויך ארויס

'פון בויך ארויס' האב איך גשריבן לגבי דיין טענה אז ארומנעמען מיט א צוה"פ פארריכט א פראבלעם פון רה"ר. אזוי האסטו געשריבן.
לגבי די אנדערע שאלה צו סאיז יא אדער נישט א רה"ר, וועל איך לאזן דעם משכנות יעקב זיך קריגן מיטן בית אפרים, און הגרמ"פ מיטן בעל משנה הלכות, ר' פישל דיין...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:04 pm
דורך אביגדור
נתבאר באריכות כאן.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:25 pm
דורך שרייבער
פארשטייסטע, די מחלוקה מיטן עירוב איז ווי ווען ס'איז אביסל פינסטער, אין וויזניץ איז נאכט אין סאטמאר איז טאג פארשטאנטא?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:29 pm
דורך איינגעמיירעט
000

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:52 pm
דורך הקטן
איינגעמיירעט האט געשריבן:ווייז מיר ווי איך האב געשריבען אז צוה״פ מאכט אויס רה״ר

גראדע, לויט וואס איז מבואר בשו"ע הרב בעל התניא ז"ל מאכט א צוה"פ אויס רה"ר מן התורה

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:55 pm
דורך איינגעמיירעט
[0000000000000000000

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 7:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
ווען מענדיגט א צורת הפתח אויף די גאנצע שטאט ווערט די גאנצע שטאט אזוי ווי איין גרויסע אפארטמענט בילדינג, ד.ה. אסאך קליינע רשות היחיד,ממילא מוז מען מאכען א עירובי חצירות צו קענען טראגען פון די הויז רשות היחיד צו די גאס רשות היחיד און דאס האט שלמה מתקן געווען.
ווי פלעגט די רבי זאגען אז מלערנט נישט קען מען נישט[/quote]
דא שרייבסטו אפצושלאגן זיין טענה אז דא איז א רשותים שאלה נישט קיין עירובין שאלה, און לייען וואס דו שרייבסט.
עניוויי, איך האב נישט גמיינט צו באליידיגן, להצד אז איך האב זיך טועה גווען בעט איך מחילה פון דיר, און בין דיר מפייס ברבים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:00 am
דורך הקטן
איינגעמיירעט האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:ווייז מיר ווי איך האב געשריבען אז צוה״פ מאכט אויס רה״ר

גראדע, לויט וואס איז מבואר בשו"ע הרב בעל התניא ז"ל מאכט א צוה"פ אויס רה"ר מן התורה

נוא וואס האב איך א סווערט אויס מן התורה מדרבנן העלפט דיך עס נישט

אין כאן חשש מה"ת, וספק דרבנן לקולא!
דאס איז אויסער די כלל אז ביי עירובין נעמט מען אן כדברי המיקל ואפ' יחיד במקום רבים. (עירובין מו.) אין רוב אחרונים האלטן אז די כלל איז אויך אויף מחיצות וכד'

ביי אינז פעלט דאס אלעס נישט אויס ווייל מען רעדט נישט פין קיין רה"ר מכח אסך אנדערע טעמים, ווי למשל מפולשין ומכוונים. מקורה, מחיצה עשויה בידי אדם און נאך...

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:08 am
דורך היימישער ליטוואק
@הקטן, ריכטיג, עס איז דא וואס זאגן אזוי, אבער יש חולקים. ממילא קענסטו נישט זאגן "אין כאן חשש מה"ת", נאר אז דו נעמסט אן ווי די שיטה אז אין חשש מה"ת.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:20 am
דורך לעיקוואד
איז א פלא ווי א ריין הלכהדיגע מחלוקה וועגן גדרי רשות הרבים ודיני עירובין צוטיילט זיך אזוי שיין לויט פארטיישע ליניעס, פליצלינג יעדער איינער וואס קען האבען א דעה וועגן וועלכע סארט קוגל מפירט זיך ביי אונז צו עסן פרייטאג צונאכטס האט שוין אויך א מיינונג אין מסובכ'דיגע דיני עירובין.

(הנ"ל מתייחס למחלוקת העירוב בכללו כמו לאשכול זה בפרט).