דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי
ארטיקעל אין די פארווערטס וועגן די געפעלטשטע בריוו און קאווע שטיבעל!!
http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... ed-letter/
קאַניעווסקיס געפֿעלשטער בריוו
פֿון יואל מאַטוועיעוו
זונטיק, דעם 9טן יוני איז אין מאַנהעטן פֿאָרגעקומען אַ פֿיל-טויזנטיקע פֿרומע דעמאָנסטראַציע קעגן דעם פּלאַן פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג צו צווינגען דעם חרדישן סעקטאָר צו דינען אין דער אַרמיי. דער פּראָטעסט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך די סאַטמאַרער חסידים; עס האָבן זיך אָבער אויך באַטייליקט אַ סך אַנדערע חרדים פֿון פֿאַרשיידענע חסידישע און נישט-חסידישע שניטן, ווי אויך אַ קליינע צאָל אַנדערע מינים מענטשן.
די אַנומלטיקע סעריע חרדישע דעמאָנסטראַציעס קעגן דעם מיליטער-דינסט האָבן אַרויסגערופֿן היפּוכדיקע רעאַקציעס. די באַקאַנטע פֿרומע וועבזײַט „נײַעס פֿון דער ישׂיבֿה-וועלט‟ („Yeshiva World News‟) האָט זיך באַצויגן צו דעם פּראָטעסט מיט חשד; אַ ריי דאָרטיקע קאָמענטאַטאָרן האָבן באַמערקט מיט אַ שאַרף נעגאַטיוון טאָן, אַז די סאַטמאַרער חסידים האַלטן בכלל קעגן ציוניזם און מדינת-ישׂראל, און נישט בלויז קעגן דעם מיליטער-דינסט; אַ טייל אַנדערע האָבן באַמערקט, אַז אַ סך אַנדערע חרדישן זענען פּונקט אַזוי אַנטי-ציוניסטיש געשטימט, אָבער ווילן נישט מפֿרסם זײַן זייערע פּאָזיציעס. אייניקע רעכט-געשטימטע פּראָ-ישׂראלדיקע קריטיקער האָבן פֿאַרדאַמט די סאַטמאַרער מיט פֿאַרשיידענע קללות און זידל-ווערטער.
אַזעלכע בפֿירוש אַנטי-חרדישע וועבזײַטן, ווי דער באַקאַנטער בלאָג „פֿאַרפֿאַלענער משיח‟ פֿון שמריה ראָזענבערג, אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון חרדים, נוצן יעדע געלעגנהייט חוזק צו מאַכן פֿון די חסידים. פֿאַרשטייט זיך, זענען דאָרטן פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי אַרטיקלען, וואָס רופֿן צו רעקרוטירן די חסידים אין דער אַרמיי מיט צוואַנג.
די פּאָזיציעס פֿון די סאַטמאַרער און אַ גאַנצער ריי אַנדערע ענלעכע חסידישע באַוועגונגען זענען טאַקע גוט באַקאַנט. זיי דערקענען נישט ישׂראל בכלל ווי אַ לעגיטימע מלוכה, ווײַל זיי האַלטן, אַז איר עצם-עקזיסטענץ איז קעגן דער תּורה. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חרדים, שטרעבן די סאַטמאַרער נישט אײַנצופֿירן אין ישׂראל מער רעליגיעזע געזעצן. פּונקט פֿאַרקערט, זענען אַ סך פֿון זיי מסכּים מיט דער פּאָליטיק פֿון אַזעלכע פּאַרטייען, וואָס ווילן אינגאַנצן אָפּטיילן רעליגיע און נאַציאָנאַליטעט פֿון דער מלוכה און פֿאַרוואַנדלען ישׂראל אין אַ בירגערלעך לאַנד, וווּ עס זאָל נישט זײַן קיין שום חילוק צווישן ייִדן און אַנדערע תּושבֿים. אַזעלכע דעות ווערן צומאָל בפֿירוש אַרויסגעזאָגט אין די סאַטמאַרער צײַטונגען.
פֿונדעסטוועגן, האַלטן זיך די סאַטמאַרער, בדרך-כּלל, ווײַט פֿון פּאָליטיק. דאָס שאַפֿט אַן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען. עטלעכע מײַנע ישׂראלדיקע חבֿרים, וועלכע שטימען פֿאַר „חד״ש‟ אָדער האַלטן, אַז אַפֿילו די דאָזיקע פּאַרטיי איז נישט גענוג לינק פֿאַר זיי, באַציִען זיך צו די סאַטמאַרער מיט אַ בפֿירושער סימפּאַטיע, הגם פּערזענלעך זענען זיי וועלטלעך אָדער פּרינציפּיעל אַטעיִסטיש געשטימט.
למשל, דער רעזשיסאָר אודי אַלוני, דער זון פֿון דער באַקאַנטער פּאָליטיקערין שולמית אַלוני, אַ געוועזענע קולטור-מיניסטאָרין און פֿירערין פֿון דער פּאַרטיי „מר״ץ‟, האָט מיר דערציילט, ווי די ליובאַוויטשער האָבן אים אַמאָל פֿאָרגעלייגט אויף דער גאַס צו לייגן תּפֿילין. דעם רעזשיסאָרס פּאָליטישע פּאָזיציעס זענען אַ סך לינקער פֿון זײַן מאַמען; ער גלייבט, אַז ייִדן און פּאַלעסטינער מוזן זיך פֿאַראייניקן אין איין צוויי-נאַציאָנאַלער מלוכה. דערפֿאַר האָט ער שאַרף געענטפֿערט, אַז ער וואָלט אפֿשר געלייגט די תּפֿילין, אויב אַ חסיד פֿון סאַטמאַר צי נטורי-קרתּא וואָלט אים געבעטן דאָס צו טאָן, אָבער מיט די רעכטע ליובאַוויטשער וויל ער נישט האָבן קיין שײַכות.
איך קען אויך עטלעכע פּרינציפּיעלע לינקע ישׂראלדיקע „אָפּזאָגניקערס‟, וועלכע זענען געזעסן אין תּפֿיסה, ווײַל זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו דינען אינעם מיליטער, און געליטן נאָכדעם פֿון פֿאַרשיידענע צרות מיט דער אַרבעט און אינעם פּערזענלעכן לעבן. אַחוץ דעם, זענען פֿאַראַן גענוג ליבעראַלע ישׂראלים, וועלכע זענען לאַוו-דווקא לינק געשטימט, אָבער גלייבן, אַז מע טאָר נישט צווינגען יעדן איינעם צו דינען אין דער אַרמיי; לויט זייער מיינונג, איז דער געצוווּנגענער פּריזיוו בעצם אַ טאָטאַליטאַרע פּראַקטיק. איך קען אַ צאָל יונגע רוסישע ייִדן, וועלכע האָבן אַזוי געהאַלטן, לעבנדיק אין רוסלאַנד, אויסגעמיטן דאָס אַרמיי-דינסט דאָרטן דורך פֿאַרשיידענע קונצן; זיי זענען דערנאָך אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל און האָבן דאָרטן געטאָן די זעלבע זאַך.
אין אַ טייל אַזעלכע פֿאַלן ליגט הינטער די כּלומרשט פּאָליטישע איבערצײַגונגען אַ פּשוטער פּחד אָדער אומוויליקייט מקריבֿ זײַן דרײַ יאָר פֿון זייער לעבן צו אַ לאַנד, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט בלויז צײַטווײַליק, טראַכנדיק צו לאָזן זיך פֿאָרן ווײַטער קיין אייראָפּע צי קאַנאַדע.
די סאַטמאַרער חסידים האָבן געוואָלט דערמאָנען דער גאַנצער וועלט, אַז די חרדים זענען נישט ציוניסטן. די באַקאַנטע אַראַבישע נײַעס-נעץ „אַל-דזשאַזיראַ‟ האָט מיט אַ וואָך צוריק געלויבט דעם חרדישן „אויפֿשטאַנד‟ קעגן דעם אַרמיי-דינסט. לויט דער סאַטמאַרער לאָגיק, איז עס אַ סימן, אַז די פּראָטעסטן האָבן געפּועלט צו ווײַזן, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז אין סתּירה מיט ציוניזם.
בקיצור, אינעם הײַנטיקן סיכסוך זענען צונויפֿגעפֿלאָכטן פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע און פּראַגמאַטישע אַספּעקטן. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע וועלטלעכע ייִדן, וואָס ווילן אויך נישט דינען אינעם מיליטער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות; פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען פֿאַראַן אַזעלכע חרדים, וואָס זענען נישט געשטימט פּרינציפּיעל קעגן דער אַרמיי, אָבער האַלטן, אַז מיט זייער תּורה-לערנען, אויפֿן חשבון פֿון די וועלטלעכע שטײַערצאָלער, קאָנען זיי בעסער באַשיצן דאָס לאַנד דורך זייער רוחניותדיקער עבֿודה.
ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס אַ סך וועלטלעכע ישׂראלים באַציִען זיך נעגאַטיוו צו אַזאַ צוגאַנג, ווײַל דאָס טאַקע אַ צבֿיעותדיקע לאָגיק. מע מוז אָבער אָנערקענען, אַז די סאַטמאַרער און אַנדערע ענלעכע פֿרומע גרופּעס, צי מע איז יאָ מסכּים מיט זייערע פּאָליטישע פּאָזיציעס, פֿירן זיי זיך אויף אין דעם פֿאַל ערנסט; לויט דער סאַטמאַרער שיטה, טאָרן די ישיבֿות בשום-אופֿן נישט נעמען קיין געלט פֿון די ישׂראלדיקע מלוכישע קוואַלן; אַ טייל מער ראַדיקאַלע חסידים זאָגן זיך אויך אָפּ פֿון דער פּערזענלעכער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג, „ביטוח לאומי‟, און לעבן צוליב דעם גאָר אָרעם.
אינטימן דעם הײַנטיקן סיכסוך אַרום דער מאַנהעטענער דעמאָנסטראַציע איז אַרויפֿגעשוווּמען זייער אַ באַלערנדיקע סתּירותדיקע מעשׂה. די מנהיגים פֿון די אַמעריקאַנער מתנגדישע ישיבֿות — אָדער „ליטווישע‟, ווי מע זאָגט אין דער הײַנטיקער אַמעריקע, הגם היסטאָריש האָבן זיי אָפֿט ווייניק צו טאָן מיט דער ליטע — האָבן געפֿירט אַ דעבאַטע, צי מע מעג זיך באַטייליקן אין דער דעמאָנסטראַציע. פֿון איין זײַט, וויל מען דאָך נישט, אַז די ישיבֿה-תּלמידים זאָלן דינען אין דער „טרייפֿענער‟ אַרמיי צוזאַמען מיט די „אומצניעותדיקע‟ מיידלעך; פֿון דער צווייטער זײַט, וויל מען אויך שאַפֿן דעם אײַנדרוק, אַז די „ישיבֿישע‟ קרײַזן זענען מסכּים מיט די סאַטמאַרער פּאָזיציעס, כּדי נישט צו פֿאַרלירן די מער-ווייניקער פּאָזיטיווע רעפּוטאַציע און מלוכישע שטיצע אין ישׂראל.
איין גאָר וויכטיקע אויטאָריטעט-פֿיגור אין דער מתנגדיש-ליטווישער וועלט איז הרבֿ חיים קאַניעווסקי — אַ 85־יאָריקער ייִד, וועלכע לעבט אין בני-ברק און ווערט באַטראַכט ווי אַ גרויסער פּוסק. ס׳זעט אויס, אַז הרבֿ אַהרן שטיינמאַן, אַן אַנדער שליסל-פֿיגור אין די דאָזיקע קרײַזן, האָט זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דער באַטייליקונג אין אַזעלכע פּראָטעסטן. דער ראָש-ישיבֿה פֿון סאַוט-פֿאָלסבערג, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק, הרבֿ אליהו-בער וואַכטפֿויגל, האָט אָבער געמאָלדן, אַז שלמה קאַניעווסקי, דער זון פֿונעם באַרימטן פּוסק, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן טאַקע האָט יאָ גערופֿן צו גיין פּראָטעסטירן.
פֿרײַטיק, צוויי טעג פֿאַר דער דעמאָנסטראַציע, איז געקומען אַ בריוו פֿון הרבֿ שמואל קאַמינעצקי, לויט וועלכן קאַניעווסקי איז מסכּים מיט שטיינמאַנען. קאַניעווסקיס קינדער האָבן צוגעשיקט נאָך אַ בריוו, אונטערגעשריבן פֿון זייער טאַטן, וווּ ער רופֿט זיך יאָ צו באַטייליקן אין דער דעמאָנסטראַציע. שפּעטער האָט מען „אַנטדעקט‟ אַן אַנדער צעטל לטובֿת דעם פּראָטעסט, כּלומרשט אָנגעשריבן דורך הרבֿ קאַניעווסקי אַליין. די וועבזײַט „נײַעס פֿון ישיבֿה-וועלט‟ האָט אָבער באַלד אָנגעוויזן, אַז ס׳איז געפֿעלשט. סוף-כּל-סוף, האָט זיך אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייט אַ לענגערער בריוו פֿונעם חשובֿן רבֿ, וואָס האָט אויסגעזען גאַנץ אויטענטיש. שוין נאָך דער דעמאָנסטראַציע, האָט „ישיבֿה-וועלט‟ אויפֿגעוויזן, אַז דאָס קאַניעווסקיס לעצטער בריוו איז אויך אַ פֿאַבריקאַציע.
די גאַנצע מעשׂה איז באַשריבן געוואָרן אויף דער באַקאַנטער ייִדיש-שפּראַכיקער וועבזײַט „קאַווע-שטיבל‟, וווּ דער עולם, על-פּי־רובֿ ניו-יאָרקער חסידים, באַהאַנדלען די נײַעס:
viewtopic.php?f=3&t=4034 איינער פֿון די באַקאַנטע „זיצער‟ פֿונעם „קאַווע-שטיבל‟ האָט גענוי אויסגעפֿונען, ווי אַזוי די מחברים פֿונעם פֿאַלשן בריוו האָבן עס פֿאַבריקירט: זיי האָבן צונויפֿגעשטעלט די ווערטער און אותיות פֿון חיים קאַניעווסקיס צוויי בריוו, מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַם — דערפֿאַר האָט דער „פּראָדוקט‟ אויסגעזען גאַנץ אויטענטיש.
אויף דער „ישיבֿה-וועלט‟ און אַ צאָל אַנדערע פֿרומע וועבזײַטן האָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצער סקאַנדאַל; ס׳זעט אָבער אויס, אַז ס׳איז פֿאַרקוקט געוואָרן די גאַנצע איראָניע פֿון דער דאָזיקער מעשׂה. חיים קאַניעווסקי איז דאָך אַ לעבעדיקער מענטש; ער איז אָבער צו חשובֿ, דערפֿאַר קאָן מען אים דירעקט נישט פֿרעגן.
נישט געקוקט אויף דעם אָפֿיציעלן חרדישן פֿאַרבאָט קעגן דער אינטערנעץ, האָט די גאַנצע אינטריגע זיך דווקא אויסגעשפּילט אין די „סאָציאַלע נעצן‟. עס פֿרעגט זיך נאָך אַ קשיא: נישט שוין זשע זענען די הײַנטיקע „ישיבֿישע‟ חרדים אַזוי אָפּהענגיק פֿון אַ פּאָר רבנים, וועלכע זיצן אין די „הויכע פֿענצטער‟, אַז זיי קאָנען נישט באַשליסן פֿאַר זיך אַליין, צי מע זאָל זיך באַטייליקן אין אַ פּראָטעסט, און מוזן זיך גריבלען אין צווייפֿלהאַפֿטיקע בריוו אויף דער אינטערנעץ? ס׳זעט אויס, אַז זיי דאַרפֿן טאַקע נישט דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, ווײַל זיי געפֿינען זיך שוין אונטער אַ שטרענגער „אַרמיי-דיסציפּלין‟, און קאָנען נישט רירן אַ פֿינגער אָן אַ דערלויבעניש פֿון זייערע קאָמאַנדירן.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אויב דער ארטיקל הייסט גוט איז אידיש (די אידישיסטן סארט) אויף באקאקטע צרות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
יע, יאנקל, ווי מיסט יו.
כמעט זיך שוין איינגעשריבן מיט מיין צווייטע ניק און זיך געזעצט קייען צימעס.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:וויל מען דאָך נישט, אַז די ישיבֿה-תּלמידים זאָלן דינען אין דער „טרייפֿענער‟ אַרמיי צוזאַמען מיט די „אומצניעותדיקע‟ מיידלעך;
אן אריינגיין דעבאטירן די עצם פראגע, פארשטיי איך נישט דעם פארווערטס שרייבער, צי לייקנט ער דעם פאקט אז אין דער איזראלישער ארמיי דינען "אומצניעותדיקע" מיידלעך? וואסע פשט פון די גענזן פיסלעך?
אין די ריפארט פון ישיבה וואלד נאס האבן זיי באשילדיגט סאטמאר מיט פעלטשען די בריוו. אין די קאמענט'ס האבן מענטשען געשריבן אז עס איז נישט דא קיין שום ראיה אז סאטמאר האט עס געטוהן. די מאדערעיטער פון YWN האט געענטפערט
אביסעל שפעטער האט ער נאכאמאל געענטפערט
איך שטיי און איך ווארט נאך אז זיי זאלן "עקספאזען" ווער עס האט עס געפעלטשט און איבערווייזן אז ס'טאקע געוועהן סאטמאר. נאר איינער ווארט מיט מיר?....
Moderators Note: Oh, we’re just about ready to prove you wrong, and expose the names of the people behind this. Stay tuned.
אביסעל שפעטער האט ער נאכאמאל געענטפערט
Moderators Response: “We have taken Gedoilei Yisroel and cheapened them to the point where anyone can say anything and do anything in their names and get away with it,”…….. Exacty why the people who forged an an entire letter in the handwriting of the Gadol Hador must be exposed at all cost. And they will be. Very shortly.
איך שטיי און איך ווארט נאך אז זיי זאלן "עקספאזען" ווער עס האט עס געפעלטשט און איבערווייזן אז ס'טאקע געוועהן סאטמאר. נאר איינער ווארט מיט מיר?....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
[tag]יידל[/tag], כ'האב פאר דיר ארבעט
זעהט זיך אויס אז כדי צו זיין גרויס, פונקט ווי מ'דארף מתנגדים, דארף מען אויך א געפעלשטער בריוו.
חסידי חצר אוירבעך, זענען נישט אונטערשטעליג
http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_2803.html

Under influence
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
כ'האב באמערקט אז די ווערטער "האמת והשלום" זענען די איינציגסטע וואס זענען קאנעקטעד איין אות צום צווייטן, האב איך געגוגלט "למען האמת והשלום שמואל אויערבאך", און די ערשטע רעזולטאט איז געווען די מקור פון שאולזאהן'ס געפעלטשטע בריוו! http://rotter.name/kolot/prime/27254.php דארט איז אויך דא די ווארט "ביקש" פון ווי די אויבענדערמאנטע ק און ש קומען פון. בינגא!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
די חברה זענען קליג געווארן. מ'קען שוין נישט גלייבען קיין בריווען , האט מען געמאכט א ווידיאו פון ר' שמואל אוירבאך ווי ער זאגט זיין דעה פאר וועם מ'דארף וואויטען. (די שאלה איז נאר , ווי אזוי האלטען זיי גייט די עולם זעהן די ווידיאו? מ'האט דאך נישט קיין אינטערנעט?)
ס'איז אבער גוטע נייעס אז די רבנים ווערן מער סאפיסטיקעיטעד
http://bshch.blogspot.com/2013/10/blog-post_7665.html