בלאט 4 פון 8

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:35 pm
דורך זר זהב
שעפטל האט געשריבן:16 זייטן פון ספורים ועבדות
דער הייליגער רבי דער ברך משה זצ"ל

אזעלכע ביכער מיט די וועג וויאזוי ס'איז אראפגעלייגט איז עלול שוואך צו מאכן די אמונת צדיקים וואס דער עלטערער דור האט נאך יא.

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:37 pm
דורך שעפטל
ווי ריפארט יו דיסייד.... (ווארף עס ביטע נישט אריין אין צימעס...)

די הנאה וואס איך האב איז, איז אלעס איז מיט קראנטע נעמען!

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:39 pm
דורך זר זהב
אה איך האב נאר געליינט די ערשטע 4 שורות וואס האט מיר דערמאנט פון די קינדער יארן ווען איך האב געליינט א ביכל איבערן בעש"ט הק'. איך האב נישט געקענט ווייטער ליינען, אלעס האטאך א שיעור.

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:54 pm
דורך היסטאריקער
זר זהב האט געשריבן:דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער ברך משה האט נישט געקענט ליינען קוויטלעך


האסט צוגעלייגט איין ווארט צו א באקאנטע מימרא פון רביה״ק זי״ע, די ווארט "נישט"

אנשטאט די אקוראט מימרא "דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער ברך משה האט געקענט ליינען קוויטלעך" שרייבסט "דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער ברך משה האט נישט געקענט ליינען קוויטלעך"

עס קומט מיר פאר ווי די וואס זאגן אז ער האט אמאל געזאגט "הינדערט יאר ר.... האבן זיך געקענט לערנען פון איר ר....," אנשטאט "הינדערט יאר צדיקים האבן זיך געקענט לערנען פון איר צדקות,"

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:56 pm
דורך זר זהב
דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:57 pm
דורך שעפטל
אהא אויף דעם בויסטו דיין מימרא? שיין

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:57 pm
דורך קאווע טרינקער
און ר' משה אריה פריינד אויך.

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:58 pm
דורך זר זהב
שעפטל האט געשריבן:אהא אויף דעם בויסטו דיין מימרא? שיין

זיכער

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:58 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:און משה אריה פריינד אויך.

אונעם זאלביטובער אויך.

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:00 pm
דורך שעפטל
זר, איך בין נאכנישט אזוי זעכער אז רבינו יואל האט עס געזאגט, מסתמה אזוי אמת ווי אלע נאכזאגעגונג פון אים

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:01 pm
דורך זר זהב
און דאס וואס היסטאריקער זאגט איז יא אמת?

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:03 pm
דורך שעפטל
מגילה ליינען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3TXQkKIv1rE[/youtube]

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:05 pm
דורך שעפטל
אן היסטארישע קליפ פונעם רבי'ן בקדשי קדשים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6zFtykwheg0[/youtube]

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:08 pm
דורך שעפטל
נסיעה למקומות הקדושים תשנ"ב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=g22NvZ21hBQ[/youtube]

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:09 pm
דורך שעפטל
די רבי זצ"ל מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מהר"ש מ'באבוב זצ"ל אין פלארידע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cWuWiWPxv3E[/youtube]

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:11 pm
דורך שעפטל
די רבי זצ"ל ביים באוויינען דעם חורבן בית מקדשינו אום תשעה באב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_bT3MtX786k[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:44 pm
דורך שרייבער
שעפטל האט געשריבן:נסיעה למקומות הקדושים תשנ"ב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=g22NvZ21hBQ[/youtube]

איי איז דאס א הערליכע ווידיא, דערמאנט אביסל זכרונות בהלו נרו על ראשינו

ערגעץ נאך 16 מינוט קען מען הערן דעם רבין רעדן פאר די רוסישע אידן

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:00 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה


כ'מיין ער האט עס נישט געזאגט ספעציפיש אויף קוויטל ליינען. ער האט געזאגט אז צאנזער רב איז געווען די לעצטע פון די תלמידי בעל שם מיט רוה"ק. און האט צוגלייגט, "שיניעווער רב האט זיך מיטגעכאפט." וואס מיטגעכאפט מיינט ווייס איך נישט. אבער דען איגעין, כ'ווייס נישט וואס רוה"ק מיינט.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:28 pm
דורך שרייבער
יואליש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה


כ'מיין ער האט עס נישט געזאגט ספעציפיש אויף קוויטל ליינען. ער האט געזאגט אז צאנזער רב איז געווען די לעצטע פון די תלמידי בעל שם מיט רוה"ק. און האט צוגלייגט, "שיניעווער רב האט זיך מיטגעכאפט." וואס מיטגעכאפט מיינט ווייס איך נישט. אבער דען איגעין, כ'ווייס נישט וואס רוה"ק מיינט.

אזוי האט ער געזאגט, און ס'איז ממילא נישט נוגע אויף למעשה פאר קיינעם, דזשאסט פאר איין זאך, אז אויב ווילסטו זיין א פרייער פויגעל און נישט פאלגן קיינעם קומט דער מימרא גוט צונוץ.

(איך האב שוין אמאל געטענה'ט מיט איינע פון די רבי ז"ל אידן וואס האט זיך פארגלייזט די אויגן און אראפגעקוועטשט די היט און נאכגעזאגט די מימרא, האב איך אים געזאגט לשיטתך איז די רבי ז"ל אויך אין די כלל, און אויב האט מען זיך געדארפט האלטן אונטער אים און זיין סר למשמעתו זאלסטו דאס טון היינט אויך, בכל מקום שאתה נמצא זאלסטו צוהערן צו א משמעת פון א דעת תורה, פיק וועם דו ווילסט, אבער נישט שריי 'ס'איז נישטא קיין צדיקים' און ממילא מעג מען אלעס טון)

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:30 pm
דורך זר זהב
וואס האט "נישטא קיין צדיקים" מיט "מעגן טון וואס מ'וויל" ?

ס'דא א תורה

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:51 pm
דורך ר' שמחה
יואליש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער שינאווער רב איז דער לעצטער וואס האט געקענט ליינען. דאס טוט אויטאמאטיקלי עקסקלודן דעם ברך משה


כ'מיין ער האט עס נישט געזאגט ספעציפיש אויף קוויטל ליינען. ער האט געזאגט אז צאנזער רב איז געווען די לעצטע פון די תלמידי בעל שם מיט רוה"ק. און האט צוגלייגט, "שיניעווער רב האט זיך מיטגעכאפט." וואס מיטגעכאפט מיינט ווייס איך נישט. אבער דען איגעין, כ'ווייס נישט וואס רוה"ק מיינט.

מיר ליגט אויך אין זכרון כדברי הנ"ל,
לגבי קוויטל ליינען, זאל עס דער דברי ויואל משה האבן געזאגט אויף זייער אייניקל דער סטראפקאווער רב.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:03 pm
דורך גאלד
מ'קען זיך טענה'ן אגאנצן טאג אהער און אהין וואס פונקטליך דער רבי האט געזאגט וואס ער האט געמיינט איך העל ברענגען א מעשה רב פון א מקור מוסמך, א ארץ ישראל'דיגער איד איז אריין מיט א קוויטל צום ברך משה האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי איין נאמען אין געפרעגט מה טיבו, דער איד האט נישט געכאפט וואס ער פארטשעפעט זיך פונקט אויף דעם קינד, און ער ענטפערט מיט א פשטות ב"ה אלעס איז אין ארדענונג, אזוי האט ער איבערגעפרעגט אפאר מאל, שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ממש באותו שעה איז רח"ל ארויפגעפאלן א שווערע שאנק אויף דעם קינד, און ממש בניסי נסים איז דאס קינד ארויס אומגעשעדיגט, והי' לפלא,

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:05 pm
דורך זר זהב
מיינסט אז אין 100 יאר ארום גייט נישט זיין איין אזא מעשה אויפן זאלביטובער?