זר זהב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:דער יונגערמאן וועט בקרוב זיין אויף א טי ווי שאו און ער וועט ארויסגעבן אלע זיינע טענות אויף די קאמיוניטי, אדער זיינע קשיות אויפן באשעפער וכדומה, וועט איר אוודאי שרייען, "ליגנער! דו ביזט נישט געגאנגן OTD צוליב דעם נאר צוליב די אינטערנעט!". סיריעסלי? ער פרעגט א קשיא אויף די אמונה און דו ענטפערסט אים "אינטערנעט"?
יא. ס'גאנץ מעגליך אז ער האט די אלע פראגעס אויפן באשעפער נישט געהאט בעפאר ער האט זיך אנגעליינט אויפן אינטערנעט.
אויב אזוי איז דער
ענטפער ''אינטערנעט!'' שוין איינמאל אמת.
איך כאפ נאך אלץ נישט די טענה. די אינטערנעט גיבט בסך הכל Access פאר די וואס זוכן.
אין פאל איינער באשליסט דאס צו נוצן אלס מיטל אויסצוקלארן אדער שווערער מאכן זיינע קשיות, איז דאס ווייניגער עפעקטיוו ווי אויב זאל ער ווען אפזיצן אין לייבעריס ?
און אויב פארמאגט ער נישט די מעגליכקייטן צו נישטערן פונקטליך יעדעס דעטאל אין היסטאריע אויפן אייגן האנט; ער איז נישט דער גרעסטער עקספערט אויף פיליזאפישע און טעאלאגישע געביטן; אדער קען נישט יורד זיין לעמיקא של סייענס, דאן טאר ער נישט ספיקות'ן און אבזערווירן א צווייטענס מסקנה, הכרח, קשיות, און פלאגענישן?
(נישט אז חכמים ונבונים וועלעכע קענען יא די אלע זאכן, קומט זיי די אינטערנעט נישט צונוץ. כ'מיין נאר ארויסצוברענגן אז אלמלא האינטרנט קען טאקע זיין אז נאכן קריגן א צעטל פון א דאקטאר אז ער דארף נישט דינען אין מיליטער, וואלט ער ווייטער געשטאנען אין א שטאל אין אנאפאלי און געמאלקן מילך ביז ער שאפט א בולעט צו קענען גיין שטודירן אין בערלין, צוליב דעם וואס זיינע באגרעניצטע באמיאונגן וואלט נישט געווען גענוג אים פארצושטעלן א קלארן בחירה).
די אינטערנעט שטעלט פאר א גרעניצלאזע קוואל אינפארמאציע איבער אלע הינזיכטן. יא, דאס גיבט אוטעמאטיש די מעגליכקייט צו קריגן גרינג צוטריט צו אלעס וואס א מענטש האט אינטערעסע אין.
יעצט ווען די אינטערנעט האט געפירט צו איינעמס מסקנה, איז דאס שרייען 'אינטערנעט' קיין תירוץ. ס'איז א מיטל וואס האט אים ארויסגעהאלפן, אבער נעמט לגמרי נישט אוועק זיינע יעצטיגע רעכטן פון אויסנוצן זיין גאט געשאנקנעם בחירה.
זר, דו זיצט דאך אויך אויפן אינטערנעט, און סאום האו ערשיינסטו נישט אויף TV שאוס. אה! דאס איז פשוט ווייל דיינע עלטערן זענען נישט ג'גט, מילא אנשטאט חקרן'ען קוקסטו קליפס פון מיכאל סעוועדש, און דו גיבסט באריכטן איבער האדמו"ר ממילקשעיק. עסטו פרעגן פון וואנען איך ווייס ביזט נישט קיין OTD, אה! דאס איז וואס איך האלט. און אלס חסיד (?) ווייסטו זייער גוט אז יעדער פארמאגט די מעגליכקייט צו פארוואנדלען מיינונגען און טעאריעס פאר א בלוט געזיגלטן פאקט.
און אויב גייען מיר מיטן הנחה אז דו ביזט נישט קיין OTD, ווייס איך אויף זעכער אז דיינע עלטערן זענען נישט ג'גט, און דיין סטאבילן הונטערגרונד לייכט און שיינט. פרעג נאר מאראנצןזאפט.
טראכט איך אויב רש"י הקדוש זאל ווען היינט פרעגן דעם מדרש ' וקורח שפיקח היה מה ראה לשטות זה' וואלטן אלע אריינגעשריגן מסתם ווייל ער קומט פון א צובראכענעם שטוב.
און ווער רעדט נאך אויב יצהר זאל ווען טאקע זיין ג'גט (כ'ווייס נישט. יאיר,יאנקל, יידל עטס זענטס דא?) וואלט דאס אפילו קיין פראגע געוועזן.