בלאט 4 פון 5
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:06 am
דורך הערשי
זר זהב האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.
דאס זעלבע קען איך זאגן אז צו זשענערלייזן איבער אלטרא ארטאדאקס חסידים, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם.
ס'איז עפעס א שקלא וטריא מיט הוה אמינא'ס און וואס-מ'קען-זאגן'עכצער? איר ווייסט וואס ס'מיינט א ראסע? לאמיר אייך געבן א שליסל, א ראסע איז נישט עפעס וואס מען קען באשליסן צו מען וויל זיין דערין אדער נישט.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:11 am
דורך זר זהב
איך זעה אז די האסט יא באשלאסען. די פאקט איז אז 'אידן' און רעליגיע בכלל זענען נישט א ראסע.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:12 am
דורך בדחן
הערשי האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.
למשל ווען מען שרייבט אז אין וומסב"ג טוט מען מעשים אשר לא יעשו, הייסט עס נישט קיין ראסיזם? פארוואס? זיי זיך מסביר.
כ'פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. ווערן אט די לא יעשו'ס נעשו'ס, איז דאך עס אמת. אויב ס'איז שקר, דארפן מען זיך דערגרונטעווען אין די מאטיוון פאר פארשפרייטן שקר. אפשר א בלינדע פיינטשאפט צו א געוויסע לענענסשטייגער (אומטאלעראנץ אבער נישט ראסיזם, און נישט אזוי שעדליך), אדער אפשר פראסט אנטיסעמיטיזם. געווענטליך איז שווער צו באשולדיגן אידן אין אנטיסעמיטיזם, און ממילא אין ראסיזם.
האסט זיך זייער גוט מסביר געווען, מן הסתם לויט דיר איז די זעלבע זאך אויך ווען איינער זאגט ״שווארצע מאנקיס״ אדער ווען איינער זאגט אז שווארצע זענענן דראגס עדיקטס, דעמלאטס דארף מען זיך דערגרונטעווען און זען צו עס איז אמת, און אויב נישט וואס עס איז די מאטיווען פון פארשפרייטען שקר, לויט דיר איז נישט דא מער קיין באגריף פון ראסיזם, אדער איז עס אמת און עס איז אויטעמאטיש נישט קיין ראסיזם, אדער איז עס שקר, און שקר איז שקר.
do i miss something??
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:23 am
דורך הערשי
מען דארף זיך דערגרונטעווען צו שווארצע זענען מאנקיס?
Do I miss something?
פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.
לגבי מיין ענטפער איבער עם הנבחר, זע מיין תגובה אויבן:
"אידן זען נבחר געווארן דורך דעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה. ה' מסיני בא וזרח מהר שעיר למו. החזירה הקב"ה על כל אומה ולשון. אויך היינט קען יעדער אריינקומען תחת כנפי השכינה און ווערן א נבחר."
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:28 am
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:די פאקט איז אז 'אידן' און רעליגיע בכלל זענען נישט א ראסע.
זיי זיך בעסער מסביר, ווי כאפט עס א נפק״מ?
דו מיינסט צו זאגען אז איינער וועט זיך נעמען פרעדיגען קעגן אידן וועט ער נאר זיין א אנטיסמיט אבער נישט א ראסיסט?!
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:29 am
דורך ונבנתה העיר
בדחן האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
בדחן, זר האט שוין גענטפערט.
איך כאפ נישט וואס ער האט געענפערט.. מען מעג יא פרעדיגען קעגן אשכנזים/ספארדים/חסידים/ליטאים, וויבאלד אידן זענענן נישט קיין ראסע??
אשכנזים און ספרדים זענען יא א ראסע, אבער א רעליגיע - ווי הערשי זאגט - איז א זאך וואס מענטשן זענען בוחר יא אדער נישט צו פראקטיצירן, פונקט ווי מענטשן זענען בוחר צו נעמען א האנדא אדער א טאיאטא.
למשל
דא האסטו אידן פון אן אנדערע ראסע.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:34 am
דורך בדחן
הערשי האט געשריבן:פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.
שרייבסט עס אביסל קאמפלעצירט, איך פארשטיי עס נישט, פראביר קודם געבן יא/ניין ענטפערס:
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?
די זעלבע זאך אויך,
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?
פארוואס?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:40 am
דורך זר זהב
בדחן האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:די פאקט איז אז 'אידן' און רעליגיע בכלל זענען נישט א ראסע.
זיי זיך בעסער מסביר, ווי כאפט עס א נפק״מ?
דו מיינסט צו זאגען אז איינער וועט זיך נעמען פרעדיגען קעגן אידן וועט ער נאר זיין א אנטיסמיט אבער נישט א ראסיסט?!
ער וועט זיין א 'העיטער' א 'ביגאט' יו נעים איט.
מיין פוינט איז: היטלער איז נישט מער ראסיסט (וואס נוגע 'אידן') ווי דבורה פעלדמאן איז (וואס נוגע חסידישע אידן)
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:43 am
דורך בדחן
ונבנתה העיר האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
בדחן, זר האט שוין גענטפערט.
איך כאפ נישט וואס ער האט געענפערט.. מען מעג יא פרעדיגען קעגן אשכנזים/ספארדים/חסידים/ליטאים, וויבאלד אידן זענענן נישט קיין ראסע??
אשכנזים און ספרדים זענען יא א ראסע, אבער א רעליגיע - ווי הערשי זאגט - איז א זאך וואס מענטשן זענען בוחר יא אדער נישט צו פראקטיצירן, פונקט ווי מענטשן זענען בוחר צו נעמען א האנדא אדער א טאיאטא.
ייש״כ פאר דיין ענטפער, אבער יואליש האט געשריבען:
יואליש האט געשריבן:ראסיזים איז ווען מ'טוט זשענערעלייזן באזירט אויף ראסע. שווארצע זענען... וויייסע זענען... אשכנזים זענען.... ספרדים זענען... אידן זענען... וכו' נישט קיין חילוק צו מ'טיט זשענערעלייזן איבער טעמפערמענט, איי קיו, ריינקייט, ביזנעס עטיק.
איז ער גערעכט? אויב יא, דעמלאטס פארוואס ווען מען באשולדיגט אלע ארטראדאקס
אידן מיט א קריים איז עס נישט ראסיסטיש? מען באשולדיגט זיי אויף זייער התנהגות.. נישט אויף זייער רעליגיע.... וואלט מען באשולדיגט די רעליגיע וואלסטע געווען גערעכט.. אבער למעשה איז דא זייער אסאך ארטיקלען קעגן די מענטשהייט.. נישט קעגן די רעליגיע.
@זר זהב, i got itיעצט פארשטיי איך דיין פוינט, אבער עס איז זר זהב vs יואליש, יואליש האלט אז ביי אידן גייט יא אן ראסיזם, וועט מען מען מיזען אנעמען אמאל אזוי און אמאל אזוי.
הערה צו הערשי
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:49 am
דורך berlbalaguleh
דו לייגסט אזוי שיין אראפ אז גרויסע פארצייטישע פעלקער האבן חרוב געמאכט איינס די אנדערע, כאילו צו מינימיזירן דעם הרס וחורבן וואס די רוימער, קרייצצוגלער און די דייטשן ימ"ש (און אלע אינצווישן) האבן אנגעמאכט פאר'ן אידידשן פאלק . מיין (רעטארישע) שאלה איז. וועם, וועלכע פאלק האט דאס אידישע פאלק חרוב געמאכט צו פארדינען אזא גורל?! אה. די פאלעסטינער וואוילע מענטשעלעך. פרעיג נאר ביי נטורי קרתא און....
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:00 am
דורך הערשי
בדחן האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.
שרייבסט עס אביסל קאמפלעצירט, איך פארשטיי עס נישט, פראביר קודם געבן יא/ניין ענטפערס:
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?
די זעלבע זאך אויך,
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?
פארוואס?
יפה שאלת.
א ראסיסט קען מען בעצם זיין צו מען באשולדיגט יא צו מען באשולדיגט נישט, און צו ס'איז יא אמת אדער נישט אמת. א ראסיסט איז דער וועלכער האלט זיך צו דער מיינוג אז א געוויסער ראסע איז בעסער \ ערגער מכל האדם אשר על פני האדמה.
אויף פעסטצושטעלן אז פלניא שרייבער איז א ראסיסט ברויך מען צו האבן א ראיה. אויב די באשולדיגונגען וואס ער \ זי מאכט זענען אמת, קען מען דאך טענה'ן אז לעולם איז ער \ זי נישט קיין ראסיסט, איי וואס מאכט ער קולות? ווייל ס'איז אמת, נכון הדבר, נעשתה התועבה. אבער אויב נאכן פירוש השמלה שטעלט זיך ארויס אז ס'איז שם עלילות דברים, דארף מען פארשטיין, וואס טרייבט אים\ איר? בלינדע שנאה, נישט-אזא-בלינדע שנאה, אדער אלטפארצייטישע אנטיסעמיטיזם. מען איז דן לכאן ולכאן, מען איז מותיב ומפרך, ביז קען קריכט ארויף אויפן ביטערן אמת. יא, ס'האט זיך אריינגעכאפט ראסיזם, ל"ע. בעצם אבער, קען דער באשולדיגונגס טרייבקראפט זיין ראסיזם אפילו ווען די באשולדיגונגען זענען יא אמת, הגם ס'שווערער אויפצואווייזן.
גיי מיר אבער צוריק צום נושא, ראסיזם איז א מיינונג אויף א ראסע \ פאלק, הן לטוב והן למוטב. געווענטליך אבער באטראכט מען די מוטב חלק. פיינטשאפט צו א לעבענסשטייגער, איז אומטאלעראנץ אבער נישט קיין ראסיזם. ערליכער אידן וועלכע האבן פיינט רשעים, רשעי ישראל, זענען נישט קיין ראסיסטן, חלילה. ממילא די ביישפילן וועלכע דו ברענגסט זענען נישט ריכטיג.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:05 am
דורך הערשי
berlbalaguleh האט געשריבן:דו לייגסט אזוי שיין אראפ אז גרויסע פארצייטישע פעלקער האבן חרוב געמאכט איינס די אנדערע, כאילו צו מינימיזירן דעם הרס וחורבן וואס די רוימער, קרייצצוגלער און די דייטשן ימ"ש (און אלע אינצווישן) האבן אנגעמאכט פאר'ן אידידשן פאלק . מיין (רעטארישע) שאלה איז. וועם, וועלכע פאלק האט דאס אידישע פאלק חרוב געמאכט צו פארדינען אזא גורל?! אה. די פאלעסטינער וואוילע מענטשעלעך. פרעיג נאר ביי נטורי קרתא און....
מינימיזירן, יא. צרת רבים חצי נחמה. פארדינען זיך? קיינער האט זיך נישט פארדינט קיין ניפוץ עוללים אל הסלע. כ'מיין נישט פון די פערספעקטיוו פון א צווייטער מושל, וה' הצדיק.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:18 am
דורך יואליש
יואליש האט געזאגט, האט ער געזאגט!
הערשי האקט! הפוך בה והפוך בה.
לייגן צו הערשי אויף מיין וועטשערע ליסטע.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:23 am
דורך דעת תורה
האמיר שוין 2 ניקס דא וואס געבן אכטונג מיר זאלן חילה נישט עובר זיין על חוקי ראסיזם. וואס למעשה ווייס איך נאך נישט ווער איז דער מחדש פון תורת ראסיזם, וואס ממנה לא נזיז.
הערשי, אויב איך בין א רעאליסטישער מענטש, און איך באמערק א פעטערן אז א שווארצער פירט זיך אויף אנדערש ווי א ווייסער, א כינעזער אנדערש ווי די רויטע אינדיאנער, דער חילוק איז נישט נאר אין עדיוקעישאן אדער סאציאלאגיע, נאר אין מהות - אין נאטור. און אויב למעשה בעפארצוג איך איין סוג פון אויפפירונג איבער א אנדערע, בין איך א קלאסישער ראסיסט?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:26 am
דורך יואליש
נעם דיין שאלה אין ריפלעס ראסיסט מיט אנטיסימיט. וואס גענוי איז דיין פראגע?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:39 am
דורך דעת תורה
מיין שאלה איז אויב איך באמערק למשל אז אידן זענען אן עם קשה עורף, עזין שבאומות, טראציג, א.א.וו. בין איך א אנטיסעמיט אויב פרוביר איך נישט מיר אליינס איינצורעדן אז מיין אויפפאסונג איז נישט אמת? און אויב איך האב יא פרובירט אבער ס'איז מיר נישט געלונגען זיך צו איבערצייגן, בין איך א אנטיסעמיט בשוגג?
עס איז אייביג שיין צו האבן מאניערן, מענארס בלע"ז, רעדן העפליך כאילו מען האלט אינמיטן א בעשוי. אבער אויב איז איינער בלאנט, פארוואס זאל ער נישט מעגן זיין בלאנט מיט דעם פאקט אויך?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:46 am
דורך הערשי
דעת תורה האט געשריבן:האמיר שוין 2 ניקס דא וואס געבן אכטונג מיר זאלן חילה נישט עובר זיין על חוקי ראסיזם. וואס למעשה ווייס איך נאך נישט ווער איז דער מחדש פון תורת ראסיזם, וואס ממנה לא נזיז.
הערשי, אויב איך בין א רעאליסטישער מענטש, און איך באמערק א פעטערן אז א שווארצער פירט זיך אויף אנדערש ווי א ווייסער, א כינעזער אנדערש ווי די רויטע אינדיאנער, דער חילוק איז נישט נאר אין עדיוקעישאן אדער סאציאלאגיע, נאר אין מהות - אין נאטור. און אויב למעשה בעפארצוג איך איין סוג פון אויפפירונג איבער א אנדערע, בין איך א קלאסישער ראסיסט?
ניין. און דער שליסל ווארט איז "בעפארצוג". אז דו בעפארצוגסט וואנילא איבער שאקאלאדע איז פיין און וואויל, אבער אז דו האלסט אז וואנילא איז אין תוך בעסער ווי שאקאלאדע עד כדי כך אז א צווייטער וועלכער גלייכט בעסער שאקאלאדע איז נישט גערעכט, דאס איז ראסיזם.
כ'האב ארויסגעברענגט די סכנה פון ראסיזם ווי דער גורם פון פיל שלעכטס בין אדם לחברו ובין גרו, און דו רופסט עס חוקים, חק בלי טעם? ראסיזם איז סם המוות , און ס'איז קאמיש-איראניש אז דער פאלק וועלכער האט דאס מערסטע געליטן דערפון איז דער לעצטער דאס צו איינערקענען.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:52 am
דורך הערשי
דעת תורה האט געשריבן:מיין שאלה איז אויב איך באמערק למשל אז אידן זענען אן עם קשה עורף, עזין שבאומות, טראציג, א.א.וו. בין איך א אנטיסעמיט אויב פרוביר איך נישט מיר אליינס איינצורעדן אז מיין אויפפאסונג איז נישט אמת? און אויב איך האב יא פרובירט אבער ס'איז מיר נישט געלונגען זיך צו איבערצייגן, בין איך א אנטיסעמיט בשוגג?
עס איז אייביג שיין צו האבן מאניערן, מענארס בלע"ז, רעדן העפליך כאילו מען האלט אינמיטן א בעשוי. אבער אויב איז איינער בלאנט, פארוואס זאל ער נישט מעגן זיין בלאנט מיט דעם פאקט אויך?
כשם שאין פרצופיהם שווין, כך אין דעותיהן שוות. פונקט ווי די פיזישע שטריכן זענען אנדערש צווישן פעלקער, אזוי אויך זייערע מאניערן. ס'איז נישט די אבזערוואציע פון פאקטן וואס מאכט א מענטש דאס אדער יענץ. ס'איז דער אויסטייטש פון פאקטן. למשל, שווארצע זענען מוסקאליש און דום, ווייל זייער תקפיד איז אין כוח, נישט אין מוח. אידן זענען קלוג, ווייל גאט האט זיי ליב. ס'איז דער לפיכך וואו דער הונט ליגט באגראבן. ודי בזה.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:57 am
דורך מאטי
זאג דאס אין פובליק אלס א קאנגרעסמאן פארלירסט דיין דשאב א האלבע שעה דערויף
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 2:00 am
דורך יין שרף
און אנדערע נייעס זיכן די פאליציי אין פאר ראקאוועי פאר א (מאנקי...? ח"ו! א היימישן מענטש, א בריאה פונעם הייליגן באשעפער, מיט א צלם...) מיטן נאמען רענדי איווענס, פארן שרייבן לאזונגען אנטקעגן אידן, און נאך אנטיסימיטישע (אדער ראסיסטישע... ווענד זיך וועמן די פרעגסט!) אינצידענטען...
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 7:21 am
דורך boxcover
יין שרף האט געשריבן:און אנדערע נייעס זיכן די פאליציי אין פאר ראקאוועי פאר א (מאנקי...? ח"ו! א היימישן מענטש, א בריאה פונעם הייליגן באשעפער, מיט א צלם...) מיטן נאמען רענדי איווענס, פארן שרייבן לאזונגען אנטקעגן אידן, און נאך אנטיסימיטישע (אדער ראסיסטישע... ווענד זיך וועמן די פרעגסט!) אינצידענטען...
רעדענדיג פון מאנקיס... האבן זיך תושבי וויליאמסבורג וקרית יואל אויפגעוועקט צענדליגער מארגענס מיט סיידוואלקס אנגעפירקלט דורך די א.ד. מאלפעס מיט לאזונגן ווי
צא טמא אדער עפעס קענען די עירוב וכדומה.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 8:39 am
דורך איך אויך
אלו מאנקיס ואלו חזרים ואנחנו בשם ה' נזכיר.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:25 am
דורך קאמענטירער
איי..איי.. איז מען פארפארן פונעם נושא..
צוריק צום קעפיל פונעם אשכול כקען נישט כאפן וואס די מעשה איז געווען, קען מיר איינער אראפלייגען די גאנצע מעשה און עס אנעלעזירען? ווער זענען געקומען? וואס האבען זיי געזאגט? וואס האט יוסי געשטעטנער געזאגט? וואס האט דער בע״ב פונעם געשעפט געטון לכבוד דעם? וואס האבן זיי גמיינט מיט דעם אקט? וואס האבן זיי. געטון ראנג? מיט וואס זענען מיר אונז ראנג? אזוי צו צומישט זיין... רבוש״ע...