בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:45 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך שרייב אויסלאגע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:48 am
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:איין זאך זעה איך, ענגליש איז נישט אזא רייכע שפראך ווי מ'מאכט עס. ס'דא אסאך מאל וואס אונזער א.ג. ארימע אידיש איז רייכער ווי ענגליש, למשל, אין אידיש זאגט מען "פארציילן" א מעשה, און אין ענגליש איז נישט דא קיין באזינדערע ווארט פאר "פארציילן" נאר מ'זאגט "I told a story" וואס מיינט בעצם "איך האב געזאגט א מעשה".

אין ענגליש איז יא דא א ווארט ואס די בעסערע מענטשן נוצן. געבארגט פון פראנצויזיש...Raconteur. א מעשיות פארציילער...!

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:19 pm
דורך ישראל קאפקע
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש 'שווייג' (נישט זיי שטיל, נאר 'רעד נישט')?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:23 pm
דורך פרייוויליג
ישראל קאפקע האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש 'שווייג' (נישט זיי שטיל, נאר 'רעד נישט')?

Shut up

Stay silent

Re: איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:38 pm
דורך יואב
ישראל קאפקע האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש 'שווייג' (נישט זיי שטיל, נאר 'רעד נישט')?

אויב מיינסטו מ'זאל נישט רעדן איבער א געוויסן ענין, דאן וואלט מען לכאורה גענוצט עפעס פון:

Keep mum, dummy up, hold tongue, stay silent and more.

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 7:52 am
דורך שמעון וואלף
וויאזוי זאגט מען "צאן קדשים" אויף ענגליש?

Holy cow

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 11:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואס איז "דער דיכט" אין ענגליש?

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 11:34 pm
דורך berlbalaguleh
Thigh...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:57 pm
דורך שבת אחים
איך קלאפ מיך כסדר אָן אין ענגלישע ווערטער וואס איך קען נישט איבערטיישטן אויף אידיש. און דער גוגל-איבערזעצער האט אויך געווענטליך נישט קיין ענטפער, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין ייִוואָ-יידיש אינאיינעם… איך וויל וויסן וויאזוי שרייבט מען עס היינטיגע-צייטן לויט די “חסידישע-אידיש” נישט אין פולין 300 צוריק.

איז דא עפעס א אלטערנעטיוו צו גוגל טראנסאלט?

למשל:

וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence


וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקעל/ צירקול/סירקול?

רבינו הבעל עגלה שליט”א?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:10 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן: וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקול/סירקול?
אונזער חרידישע יודיש רופט עס "די היקף"...

Circle איז א shape, און circumference איז די מעז'ורמענט, כגון די "circumference פון די circle"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:13 pm
דורך שבת אחים
די היקף איז גאנץ גוט

אפשר ‘די ארום און ארום’?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס איז "דער דיכט" אין ענגליש?
רויטע וואנצעס, (ע"ה)...א דיכט (ירך) איז אין ענגליש...Thigh...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:די היקף איז גאנץ גוט

אפשר ‘די ארום און ארום’?
קרייז איז א מער פונקטליכע דעסקריפציע...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
גוגל טרענסלעיט האט זייער א קליינעם און שוואכן "רעפערטואר"...פון אידישע ווערטער. ספעציעל די נישט געוויינליכע און שווערע.

זיי האבן זיך געגעבן אן עצה. א ווארט וואס זיי ווייסן נישט דעם אפטייטש וועלן זיי איבער זאגן מיט אידישע אותיות. אויף די ענגלישע שפראך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:24 pm
דורך מחונך
שבת אחים האט געשריבן:
וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence

מאמין באמונה שלימה, גזירת הכתוב, הלכהדיגער מציאות...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:29 pm
דורך שבת אחים
Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:35 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:די היקף איז גאנץ גוט

אפשר ‘די ארום און ארום’?
ארום און ארום איז בעסיקלי ווי זאגן all the way around, אזוי ווי "אינגאנצען" ארום גענומען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:איך קלאפ מיך כסדר אָן אין ענגלישע ווערטער וואס איך קען נישט איבערטיישטן אויף אידיש. און דער גוגל-איבערזעצער האט אויך געווענטליך נישט קיין ענטפער, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין ייִוואָ-יידיש אינאיינעם… איך וויל וויסן וויאזוי שרייבט מען עס היינטיגע-צייטן לויט די “חסידישע-אידיש” נישט אין פולין 300 צוריק.

איז דא עפעס א אלטערנעטיוו צו גוגל טראנסאלט?

למשל:

וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence


וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקעל/ צירקול/סירקול?

רבינו הבעל עגלה שליט”א?
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע באווייזן...!

Circumference...קענמען אפשר אפטייטשן..."קרייז"...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:39 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?
פרוביר טרענסלעיטן א גאנצע סענטענס, ווי אזוי וואלסטו דאס געטייטשט אין יודיש?

Compelling evidence proved the case

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:41 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?
פרוביר טרענסלעיטן א גאנצע סענטענס, ווי אזוי וואלסטו דאס געטייטשט אין יודיש?

Compelling evidence proved the case
איבערגעצייגטע עדות האט אויפגעוויזן די קעיס.

קעיס- איז היינטיגע אידיש, יא?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:43 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן: שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע
Compell ביי דעפענישאן איז force אדער oblige, נישט unquestionable

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
די אומאפפרעגבארע באווייזן האבן אויפגעוויזן די גערעכטיגקייט (פון דעם מענטש)...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:46 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע
Compell ביי דעפענישאן איז force אדער oblige, נישט unquestionable
ווען מ'רעדט פון "עווידענס"/באווייזן מיינט עס יא אומ-אפפרעגבאר