בלאט 4 פון 5

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:32 am
דורך פליקער
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פארוואס א עיפיקי, איז דעי עפפ נישט די לעצטע ווערסיע פון ג'ימעיל אינעם פלעי סטאר?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:27 am
דורך געפילטע פיש
שמערל האט געשריבן:כ'האב נארוואס דאונלאודעט די נייע apk ווערזשן 5.0 פון זשימעיל, עס קוקט אויס צו זיין א היט. פיל נייע פיוטשערס און א הערליכע אינטערפעיס, [tag]שמעקעדיג[/tag] סאיז צייט זיך צו איבערבעטן..

די גרעסטע מעלה איז אז ס'איז א יוניווערסאל אי-מייל קליענט, דו קענסט אריינלאודן אלע דיינע אימעיל אקאונטס פון יאהו, האטמייל, וכו', די ארבעטס\עקסטשעינדזש אימעיל.

פליקער האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פארוואס א עיפיקי, איז דעי עפפ נישט די לעצטע ווערסיע פון ג'ימעיל אינעם פלעי סטאר?

ס'נאכנישט אוועילעבעל פאר יעדן, ס'איז געמאכט פאר לאליפאפ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:34 am
דורך געפילטע פיש
ביבער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז די נייע עפפ וואס זשימעיל האט געמאכט?

Inbox by gmail, א קאמבינאציע פון gmail און Google now, מיר דערמאנט עס פון Google wave, איך געב עס נישט קיין סאך יארן...

פארוואס עפעס? ס'האט גראדע פיינע פיטשערס, פאר'ן פאון איז עס גאנץ געשמאק, איך האב ליב אז דו קענסט אפשטופן א אימייל צו א געוויסע צייט, אדער א געוויסע פלאץ. (למשל, איך האב יעצט באקומען א קיופאן אימעיל פון א געוויסע סטאר, כ'בין נישט אינטערעסירט צו זען די אימעיל ביז איך קום אן צו יענע סטאר, סקען זיין מארגן, סקען זיין א חודש ארום. ווי נאר איך קום אן צו יענע סטאר שווימט יענע אימייל נאכאמאל ארויף צום אויבערפלאך.)

כוכב האט געשריבן:גוגל הענגאוטס ביי מיר זייגט.
איינער האט אן עצה

[tag]געפילטע פיש[/tag]
[tag]שמעקעדיג[/tag]
#כ'האב פיינט גימעיל

כ'האב נישט קיין עצות פאר זייגן, פראביר ביי א lactation consultant.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'נאכנישט אוועילעבעל פאר יעדן, ס'איז געמאכט פאר לאליפאפ.


לאליפאפ האט געשריבן:Android האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן ארויסראולן זייער נייע מאביל סאפטוועיר 5.0 וועלכער הייסט...

[center]לאליפאפ[/center]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:20 pm
דורך פליקער
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:כ'האב נארוואס דאונלאודעט די נייע apk ווערזשן 5.0 פון זשימעיל, עס קוקט אויס צו זיין א היט. פיל נייע פיוטשערס און א הערליכע אינטערפעיס, [tag]שמעקעדיג[/tag] סאיז צייט זיך צו איבערבעטן..

די גרעסטע מעלה איז אז ס'איז א יוניווערסאל אי-מייל קליענט, דו קענסט אריינלאודן אלע דיינע אימעיל אקאונטס פון יאהו, האטמייל, וכו', די ארבעטס\עקסטשעינדזש אימעיל.

פליקער האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:נאדער א לינק צו דאוינלוידען..

אינזשוי !!!!

פארוואס א עיפיקי, איז דעי עפפ נישט די לעצטע ווערסיע פון ג'ימעיל אינעם פלעי סטאר?

ס'נאכנישט אוועילעבעל פאר יעדן, ס'איז געמאכט פאר לאליפאפ.

וויזוי ווייס איך צי איך בין א לאלי?
איך האב געהאט א פרישע אפדעיט א קארצע צייט ציריק

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
ביסט געוויס נאך נישט קיין לאלי,
גוגל הייבט ערשט יעצט אן ארויסצולאזן די הוצאה ראשונה ומ'באג'ת פון לאליפאפ צו די אייגענע נעקסוס דעווייסעס, און מיט די צייט וועלן די אנדערע קאמפאניס זיי אויכעט קריגן, ווי מאטאראלע און נאך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:52 pm
דורך קורקלענד
געפילטע פיש האט געשריבן:די גרעסטע מעלה איז אז ס'איז א יוניווערסאל אי-מייל קליענט, דו קענסט אריינלאודן אלע דיינע אימעיל אקאונטס פון יאהו, האטמייל, וכו', די ארבעטס\עקסטשעינדזש אימעיל.



שוין! יעצט וועלן זיי שוין קענען נישטערן אין די יאהו, אוטלאק, עי. או. על. אויך!. איך זעה נישט אז מען זאל זיי נאך קענען סראסטן אויף אזעלעכע זאכן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:08 am
דורך ביבער
געפילטע פיש האט געשריבן:גוגל האט נאכאמאל אנגעפיפן די פובליק קאנצענזוס און אוועקגענומען די ריפרעש באטאן פון קראום פון זייער לעצטע אפדעיט צום ענדרויד בראוזער. חבל על דאבדין, לאמיר האפן אויף תחיית המתים בקרוב. אבער קענענדיג גוגל איז דא גאר שוואכע שאנסען דאס זאל געשען, נאר זיי וועלן ענדערש לאזן דעם עולם זיך צוגעוואונען צום נייעם אויסשטעל.


די לעצטע קראום בעטע האט שוין pull to refresh, יעי!

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 5:24 pm
דורך שמעקעדיג
די עקלדיגע מענטשן ביי גוגל האבן באשלאסן צו אומברענגען מיין אזוי-באליבטן גוגל-טאלק, א טשעט עפפ וועלכע איך נוץ אויפן קאמפיוטער אן עי דעילי בעיסיס, און זיי טוען עס כלומר'שט ערזעצן מיט דעם עקלהאפטיגן ברי' הנקרא 'הענגאוט', כ'ווייס הענגאוט איז מער פארגעשריטן אין געוויסע עריעס און גיט מער פיעטשערס (וואס כ'דארף נישט), אבער די חסרונות און די קאמפליקאציעס דערפון איז עד אין לשער, טויזענטער מענטשן קריצן מיט די ציין און גיסן טרערן (כ'מיין, וואטעווער) אז זיי גייען פארלירן דעם פשוט'ן סימפל גוגל-טאלק.

די גוגל וועט נישט ארויסגיין אזוי שנעל פון גיהנם. אזויפיל מענטשן צו מצער זיין נאכאנאנד!!!

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 5:27 pm
דורך ברסלבער
דערווייל לאזן זיי נאך צוריק טוישן צו די אלטע טשעט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 5:30 pm
דורך שמעקעדיג
פעברואר 16 האקט זיך עס אפ פאר גוד.

אז מען רעדט שוין,
כ'האב זיך ארומגעשפילט מיט איינעמ'ס כלי מיט די נייע אנדרויד ווערסיע, לאליפאפ. וואס זאל איך ענק זאגן? אזא שלעכטע לאלי האב איך שוין לאנג נישט געלעקט.
כ'בין אדורך איינס נאך איינס די א.ג. מעלות דערפון, יעדע איינע איז ביי מיר א חסרון, דער אויסזעהן (מאטעריאל דעזיין בלע"ז), די סעטינגס, די נאטיפיקאציעס, די נייע PHOTOS עפפ וואס איז צאמגעשטעלט מיט די גוגל-פלאס חזיר'יי, וכו'.
מיין אדווייס איז, בלייבט מיט די אלטע ווערסיע פאר דערווייל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 6:46 pm
דורך פאלענד ספרינג
הלוואי ווען איך ווייס דאס פאר איך אפדעיט צו לאליפאפ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:15 pm
דורך נופת צופים
שמעקעדיג האט געשריבן: זיי טוען עס כלומר'שט ערזעצן מיט דעם עקלהאפטיגן ברי' הנקרא 'הענגאוט'

שמעקעדיג, איך פארשטיי פון וואו איר קומט. מן הסתם בוזטו שוין א גוטע פאר יאר עלטער פון מיר און עס קומט דיר אן שווער זיך צוגעוואונען צו נייע זאכן. איך האב קיינמאל נישט געניצט גוגל טאלק נאר איך האב אלץ געניצט הענגאוטס. איך האב אריינגעשטעקט גוגל טאלק אין הענגאוטס אריין אין איך זאג דיר ס'איז א מחיה. איך ווייס איך סאונד אביסל ווי גוגל אבער מי סעיז געט יוזט טו איט ענד יול לאוו איט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:22 pm
דורך פליקער
א הערליכע ארטיקל באגעיגענט פון בן זומא וועיגן גוגל

אמאל איז געווען א קעניג. אזוי פלעגן מיר אמאל זיך פארשטעלן דאס דאווענען – רעדן פאר׳ן אויבערשטן. פון א קעניג האט מען מורא, אבער נישט דווקא ווייל ער וויל עמיצן שלעכטס טאן. ס׳איז די מורא וואס קומט פון דער טיפער, ממשות׳דיגער דיסטאנץ צווישן דעם מענטש און דער פאזיציע פון קעניג. א מלך איז געווען די העכסטע פארעם פון אויטאריטעט און איז במילא געווען דער נאענסטער אופן וויאזוי צו ממחיש זיין דעם גרעסטן און טיפסטן אפשיי פון איין מענטש כלפי א צווייט וועזן.

יענער קעניג איז אבער געבליבן שטעקן אין אן עפאכע וואס שוין לאנג פארביי. בשעת דער קעניג זיצט אין זיין מלכות׳דיגער קארעטע געשפאנט צו זעקס ווייסע פערד, איז דער עולם פארביי און פאראויסגעפלויגן מיט אויטאמאבילן און עראפלאנען. דער קעניג טראגט א שיינעם פוירפל-וואל מאנטל, אבער דער עולם פארנייגט זיך היינט נישט אפילו פאר טייערע אנצוגן מיט שניפסלעך. דער קעניג מאנט רעספעקט, אבער די מענטשהייט מאלט דערווייל קאריקאטורעס פונעם פרעזידענט, און פאפיראציס כאפן פריוואט-מאמענטן בילדער פון דער פרינעצעסין.

א באקאנטער וועלכער ארבעט אינעם חינוך-פעלד האט אנגעהויבן נוצן זינגערס, שוי-שפילערס און אנדערע אזעלכע היימישע שטערנס צו אילוסטרירן וויאזוי מען זאל זיך פילן פאר׳ן דאווענען. יענער האט גערייצט די קינדערשע פאנטאזיעס מיט בילדער ווי דער אדער יענער בארימטער זינגער וויל זיך מיט אים טרעפן און כאפן א שמועס פנים אל פנים. יענער מחנך האט געוואלט געבן די קינדער א שמעק פון עפעס צו זייערע מוחות קענען זיך באציען. וויאזוי דען קען מען אויס׳משל׳ען צו אַ היינטיג קינד דאס געפיל פון באמת ארויסקוקן צו רעדן מיט עמיצן, כלפי וועמען מ’דארף פילן אזא סארט יראת הרוממות?

פאר אונז, דערוואקסענע, איז עס טאקע זייער שווער. ס׳איז בכלל נישט אזוי גרינג פאר אונז צו אנטוויקלען אן אינטימען שייכות מיט גאט און געטליכקייט. אין א וועלט וואו אלעס און יעדער איז גלייך און ווען רעספעקט גייט נישט קיין סך ווייטער ווי פארמאליטעט, איז נישטא קיין געהעריגער שפרינג-ברעטל פון וואכעדיגקייט צו עפעס העכערס. מיר האבן נישט דעם מיטל-פארמיטלער וואס זאל עפעס ווי צעווישן דעם תהום פון וואס איז ביז יענעם אומבאגרייפליכס. שייכות און דביקות זענען געבליבן זיצן אלס געפעק אין יענעם אבסטראקטן קעניג, וואס איז געבליבן אפגע׳גולמ׳ט אין מוזעאום פון דער צייט.

צווישן אונז גערעדט, האט די השגחה אונז יא אהערגעשטעלט א מיטל זיך פארצושטעלן דעם אויבערשטן. מאיעסטעט און עקסעלענץ זענען שוין נישט אקטועלע מענטשליכע באגריפן. אנדערע כאראקטער-שטריכן, אזוי צו זאגן, וועגן גאט זענען אבער יא שייך און אקטועל היינט, און טאקע אויף א סך גרעסערן פארנעם ווי אמאל. אזעלכע אייגנשאפטן ווי „מלא כל הארץ כבודו (די גאנצע וועלט איז פול מיט זיין כבוד) – פון א גאט וואס ווייסט אלעס, זעט אלעס, און פירט אן מיט אלעם, זענען היינט זייער גאנגבארע תושבים אין דעם לעבן פונעם היינטיגן מענטש. דער „ען-עס-עי‟ איז גאנץ א פאסיגער ערזאץ פאר דער מלוכה פון אמאל, און עדווארד סנאודאון קען נעמען דאס פלאץ פונעם מגיד.

אזוי נישט אום שבת גערעדט, דינט אונז „גוגל‟ אלס די בעסטע אילוסטראציע פאר א וועזן וואס ווייסט אלעס וואס מיר טראכטן און טוען, און קען אזש פאראויסרעכענען וואס מיר האבן בדעה צו טאן אין דער צוקונפט. דער ווירטואלער ריז געפינט זיך אייביג איבעראל: אויפ׳ן טיש ווי אין טאש, אין שטוב און ביי דער ארבעט, אין שול און אויף דער גאס. ער ווייסט וואס מיר טוען, און רעכנט ניש׳קשה׳דיג אויס וואס מיר וועלן ווארשיינליך טאן, געווענליך נאך איידער מיר מאכן דעם אייגנטליכן באשלוס. גוגל, הייסט עס, קען אריינקוקן אין דער צוקונפט, אפילו ווען ער רעדט אונז איין אז מיר האבן פרייע בחירה…

ער ווייסט און איז איבעראל, אבער איז אויך מלא חסד. גוגל דערציילט קיינעם נישט וועגן אונזערע טונקעלע זייטן און טיילט מיט קיינעם אונזערע געהיימניסן. ער ווייסט אלעס, אבער מאכט א שווייג. אויב עמיצער וויל זיך בייטן דעם עבר, קען ער מיט אביסל אנשטרענגונג פארמעקן סיי וואס. ער קען אויך בייטן זיין אויפפירונג, און גוגל וועט אנהייבן פארשלאגן אנדערע ברירות אויף יו-טוב און מיט דער קאטעגאריע אנאנסן וואס וועלן זיך אזוי „אומשולדיג‟ באווייזן ביים ארומשווימען אויפ׳ן אינטערנעט.

א שאד נאר וואס אנשטאט אויסזוכן די נוצליכקייט פון דעם נייעם קעניג, האבן מיר באשלאסן אים מחרים צו זיין. נו גוט, גוגל בלייבט דא על-אף דעם חרם; ס׳איז אבער אביסל שווער אים צו נוצן אויף רוחניות, ווען אזויפיל ענערגיע איז אינוועסטירט געווארן אינעם קאמפיין אים אפצומאלן ווי א שלעכט-מיינענדער מאנסטער. אבער וויבאלד גוגל איז במילא דא און זיין מלוכה נעמט אריין אונזערע הייזער און גאסן, לאמיר שוין באנעמען דעם מוסר השכל וואס ער קומט געבן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:45 pm
דורך שמעקעדיג
נופת צופים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: זיי טוען עס כלומר'שט ערזעצן מיט דעם עקלהאפטיגן ברי' הנקרא 'הענגאוט'

שמעקעדיג, איך פארשטיי פון וואו איר קומט. מן הסתם בוזטו שוין א גוטע פאר יאר עלטער פון מיר און עס קומט דיר אן שווער זיך צוגעוואונען צו נייע זאכן. איך האב קיינמאל נישט געניצט גוגל טאלק נאר איך האב אלץ געניצט הענגאוטס. איך האב אריינגעשטעקט גוגל טאלק אין הענגאוטס אריין אין איך זאג דיר ס'איז א מחיה. איך ווייס איך סאונד אביסל ווי גוגל אבער מי סעיז געט יוזט טו איט ענד יול לאוו איט.


http://thefusejoplin.com/2014/03/google ... -business/

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:06 pm
דורך שמערל
יעצט געאפדעיטעט די פרישע ווערסיע קראום, איך וויל דא אריינקומען מעלדן מיט שמחה אז עס האט שוין צוריק באקומען ריפרעש דורך א דראפ דאון, זעה איך ווי די גאנצע פעיזש לאוד זיך נישט געהעריג, די ניק אינפאוי קומט אריין אויף עטליכע רייטס, אזוי

דורך

יידל

»

דאנערשטאג

מערץ 19,

2015

9:49

am

רחמנא לצלן וואס די שרצים קענען אלס אפטוהן. דער עולם זאך נזהר זיין עס נישט צו דאונלאודעט.
נאכאמזל איך האבן שוין טעפעטויד.

Re: איך האב פיינט GMAIL

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:04 pm
דורך יידל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:04 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט באמעקט א נייע אפציע פון גימלmale, אויב ביסטו אריינגעסיינט אין אטליכע אקונטס, קענסטו זעהן אלע אימעילס צוזאמען, אונטער all inboxes
@שמעקעדיג

Re: איך האב פיינט GMAIL

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:09 pm
דורך נופת צופים
דזשימעיל האט הערליך איבערגעמאכט די קאנטעקטס בלאט. ס'פיהל'ט זיך ווי אן עפפ.
צווישן אנדערע קען מען מערדשען דאפלטע קאנטעקטס זייער גרינג...

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:43 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט באמעקט א נייע אפציע פון גימלmale, אויב ביסטו אריינגעסיינט אין אטליכע אקונטס, קענסטו זעהן אלע אימעילס צוזאמען, אונטער all inboxes
@שמעקעדיג

שוין באמערקט א שטיק צייט צוריק. אבער כ'זעה עס נאר אויפן פאון. איז עס אויפן קאמפיוטער אויכעט?

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:20 pm
דורך קורקלענד
חברה. מייקראסאפט איז אויפגעשטאנען פון זייער טיפע שלאף און ס'זעהט אויס ווי ס'גייט קומען גוטע צייטן. לעצטיגע נייעס

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:36 am
דורך בן נריהו
גוגעל, די פירמע, שטעלט ארויס - אן עפפ - "גוגעל אינבאקס". [tag]שמעקעדיג[/tag]

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:53 am
דורך אפשר
מייקראסאפט איז בכלל נישט געשלאפן לעצטנס, ווער עס האלט אביסל מיט די נייעס פון ווינדאוס 10 קען זעהן ווי די חברה ארבייטן אריין יומם ולילה אין זייערע פראדוקטן, ווי עס זעס אויס גייט עס זיין א גרויסע היט.

די חברה האבן באלאדנט ענדראוד מיט עפל מיט א האגל פון עפפס, צווישן זיי א פולע געשמאקע אפיס אויסווייל וואס איז געשמאק געלינקט צו one drive. אויך זייער outlook עפפ פאר ענדראוד איז זייער געשמאק מיט א הערליכע אינטערפעיס.

ווער רעדט נאך פון זייערע אנדערע ענינים וואס איז נישט אזוי באקאנט, עס איז בעיקר געמאכט פאר ענטערפרייז ביזנעסער, וויAzure, SQL Server וואס זיי האלטן אין איין אפדעיטן מיט געשמאקע פיטשורס.

איך וואלט אינוועסטעד אין זייערע סטאקס.