בלאט 4 פון 12

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:08 am
דורך סלינקי
לאליפאפ האט געשריבן:נאך איינער האט א פילינג אז די ניגון אוהב שלום האט מען געגנבעט פון שוועקי'ס טשיינע קלאזעט?

די ניגון איז מיר געליגן אין קאפ אז איך קען עס פון ערגעץ, יעצט זעה איך אז עס ליגט שוין אנליין זייט דריי יאר צירוק.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qqLUh-dfa10[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=czyFuF91cFo[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:14 am
דורך הבא ללמד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:20 am
דורך [NAMELESS]
אין כמו ליפא, ער טרעפט אייביג אין פינטעלע אבער טיעף דערין...! דאס נייער טעיפ: "דאס פינטעלע" וואס האט צוקיצלט די פרומע ליידיגייער אויף דאס ניי...



ער האט אין זיך דער חסידישער ברען אבער ער איז נאמאר א נארישער פארמאכטער פארביסענער חסידל וואס קרירטיקירט דאס גאנצער וועלט, נאר א שטייגער ווי חב"ד וואס וויבאלד זייער רבי לעבט שוין נישט קענען זיי זיך ארויסשאלעכצן פון די פארמאכטע ד' אמות פון ''מיין רבי איז הייליגער ווי דיינ'ס'' און אנהייבן אויפטאן און זיין שטאלץ מיט זיך. לעטס פעיס איט: רוב אומפארגינערישקייטן קומען פון זעלבסט זיך ספקען און נישט זיין גענוג צופרידן מיט זיך. לעמשה האט ליפא געקאפיט זיין רבי זעלבסט ר' דוד'ל טווערסקי ווי פארמאכט ער האלט זיינע קעלבער לויפט ער ארום שנארן געלט און פרעסן כבוד פון די גאנצע וועלט, נישט קיין חילוק צו זיי גייען שטיוול צו נישט.

ליפא האט זיך געזען אז מען הייבט אים אן רודפן ווייל ער ווערט צו גרויס ווי אברהם שור'ס חרם און איסור אויף זיין ערשטער קאנצערט אפאר יאר צוריק. האט ער דעסיידעד ער גייט שלאגן כפרות הונדערט פראצענט מיט אלע זיינע דעטרעקטארס. ער האט געפענט א שיל שענער ווי אסאך פון זיינע אוסרים רבנים. ער האט זיך אנגעטאן א ספאדיק העכער ווי סקווירא רבי שבת. ער האט אנגעהויבן צו רעדן די שפראך פון די רעבנים וואס רודפן אים, דהיינו ג-ט איז הייליג און אידן זענען הייליג און איך האב ענק אלע אין דער ערד...

איצטערט האט זיין נייער טעיפ געהיט די שעלווס און א נערוו פון די פרומע רבנים פון דאס פריש. די רעסטוראנטן שפילן שוין דאס אויף די הויך-הילעכערס לאוו דווקא ווייל עס איז אזוי שיין נאר דייקא דערפאר ווייל עס רעגט די פרומע קניאים טיפן.

די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש, די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר! זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי, אבער דאס בעסטע פון אלעם איז דער ניגון פון ''ליפא ווי איז דיין בארד''' און ''דאס פינטעלע איד'' ווי ער זינגט ארום איבער די ליידן פון אידן נישט אין די הענט פון גוים נאר פון פרומע רבנים!

אויף קאווע שטיבל און איי-וועלט זענען די חברה אידיש שריפט-שטעלער און שרייבער ביזי ווי אייביג קריטיקירן זיין מוזיק און קונסט, אבער זיי פארשטייען צו מוזיק ווי איך צו זייער אומפארגינערישער קנאות מילא וועל איך נאר זיך פרייען אז זיי רעגן זיך איז דאך גוט און באגריסן ר' ליפא פאר זיין הערליכער ארבייט כה לחי!

C/P

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:03 pm
דורך הוגה
למעשה פרעגט ליפא א שווערע ציפעדיגע שאלה וואס טוט שטארק וויי. ער פרעגט "בארד בארד וואו איז דיין איד"!!!

דער פארשטונקענע "בארד" ווערט נעבעך רויט און ער האט נישט וואס צו ענטפערן. ער ווייסט גאנץ גוט אז אונטער זיין לאנגע נישט-אויסגעקעמטע פרומע "בארד" ליגט נישט קיין משהו איד. ער ווייסט אז דאס פארדארבנקייט סרח'ט ארויס פון זיין "בארד". נו, וואס זאל ער ענטפערן? וואס קען ער ענטפערן? ליפא פרעגט דאך גוט!

תופס אומנת אבותיו בידיו און ער פארדרייט די שמועס. ער הייבט אן צו ווארפן סטעיטמענט איבער א פערצן יעריגע בחור, און אז ליפא איז געגאנגן צו ווייט. האלאו, ר' בארד, פארדריי נישט די שמועס! מיר וועלן רעדן וועגן די פערצן יעריגע בחור און וועגן ליפא נעקסטע וואך. יעצט ענטפער אויף די סימפעל שאלה וואס ליפא פרעגט "דיר".

"בארד בארד וואו איז דיין איד?"



.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:45 pm
דורך אפטעמיסט
קיין גרויסער פרומער בין איך נישט (הגם איך האב א שיין בערדל), און ווי שוין געשריבען פריער בין איך אלס געוועהן א פען פון ליפא און כבין אפילו געגאנגען צו זיין קאנצערט דעם פארגאנגענע חוה"מ. מיין פראבלעם מיט אים איז נאר אז ער האט זיך אנגעהויבן צושארן צו דעם קליקע פון מומרים להכעיס, מהרסי השם ומחריבי ישראל. איינמאל איז עס געוועהן מיטן מכבד זיין א מחלל שבת בפרהסיה רח"ל מיט אן עליה, א צווייטע מאל ביים מזלזל זיין ביום טוב שני של גליות און איצטער האט ער געמאכט א ניגון זיי צו ווייטער געבן שטאף. ניין, איך האלט נישט אז א בארד איז אידישקייט. אויסדריקלעך נישט. אבער זינגען אזא ניגון מיט אזא שפאס איז סך הכל נאך א 'טעפ אן דע בעק' פאר די שנה ופירש'ניקעס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:49 pm
דורך הוגה
ענטפער אבער אויף די שאלה: בארד בארד וואו איז דיין איד? פארדריי נישט די שמועס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:51 pm
דורך ממרום שלח אש
הוגה האט געשריבן:למעשה פרעגט ליפא א שווערע ציפעדיגע שאלה וואס טוט שטארק וויי. ער פרעגט "בארד בארד וואו איז דיין איד"!!!

דער פארשטונקענע "בארד" ווערט נעבעך רויט און ער האט נישט וואס צו ענטפערן. ער ווייסט גאנץ גוט אז אונטער זיין לאנגע נישט-אויסגעקעמטע פרומע "בארד" ליגט נישט קיין משהו איד. ער ווייסט אז דאס פארדארבנקייט סרח'ט ארויס פון זיין "בארד". נו, וואס זאל ער ענטפערן? וואס קען ער ענטפערן? ליפא פרעגט דאך גוט!

תופס אומנת אבותיו בידיו און ער פארדרייט די שמועס. ער הייבט אן צו ווארפן סטעיטמענט איבער א פערצן יעריגע בחור, און אז ליפא איז געגאנגן צו ווייט. האלאו, ר' בארד, פארדריי נישט די שמועס! מיר וועלן רעדן וועגן די פערצן יעריגע בחור און וועגן ליפא נעקסטע וואך. יעצט ענטפער אויף די סימפעל שאלה וואס ליפא פרעגט "דיר".

"בארד בארד וואו איז דיין איד?"



.


הוגה, פאסט נישט!

האלסט עכט אז יעדע איד מיט א בארד סרוחעט פארדאבענקייט?

האלסט באמת אז יעדע חסיד איז עפעס מחויב צו פארענטפערן ליפאס שאלות? אין אנדערע ווערטער, דו האלסט אז ליפא איז מער ברנש און האט א מאראל הייגראונד איבער עני עוועריזש חסיד?

אני הגבר ראה עני, איך שטיי אין א זייט און באבאכט שוין עטליכע חדשים ווי די שיכור'סט פון די קאווע ווי א קינד אין א קענדי סטאר, גאו איזי אן דיס סטאף.

הוגה, ססצייט פאר חשבון הנפש, מאך ארדענונג אין דיינע געדאנקן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:53 pm
דורך דער (פינטעל) איד
הוגה דארף א לייק. נעם דיר נישט צום הארצן אזוי , קיינער שרייבט שוין נישטא וואס ער מיינט באמת , ס'איז אלעס "לייק דריווען" נעבעך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:55 pm
דורך הוגה
ח"ו! איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז א יעדע איד מיט א בארד סרח'ט. פארדריי נישט מיינע ווערטער. נאר די בארד "אן" דעם איד סרח'ט. דאס האב איך געזאגט.

נ. ב. יישר כח פאר די התעוררות לחשבון הנפש. ס'פילט גוט אז דו זארגסט דיך פאר מיר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:08 pm
דורך סאשי פיש
סאשי פיש האט געשריבן:איך האב עס אויך געהערט עס איז זייער זייער א שיינע סידי,
די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש,
די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר!!!!
זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי,
אזוי וויי [tag]גוטע פינטעלך[/tag] האט אויך געשריבען מען קען גיין גאגא פאר אפאר ניגונים!!!
אין איין ווארט א הערליכע געשמאקע אינהאלטריייכע סידי!!!

ראשעקאל האט געשריבן:די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש, די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר! זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי,
C/P

דער שרייבער פון ארטיקעל האט געהעריג געגאנבעט מיין הודעה און עס אריינגעלייגט אין זיין ארטיקעל אן שרייבען אז עס קומט פון קאווע שטיבעל!!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:52 pm
דורך אפטעמיסט
הוגה האט געשריבן:ענטפער אבער אויף די שאלה: בארד בארד וואו איז דיין איד? פארדריי נישט די שמועס.

קיין מלאך בין איך נישט, קען איך נישט וויסען אויף זיכער. באט איף איים געסינג רייט האט [tag]הוגה[/tag] די לענגסטע בארד פון אונז אלע...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:57 pm
דורך לך לך
זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי,
נישט אמת! אויף די פאריגע איז עס געווען סאך בעסער, ניגונים האט ער דא יא בעסערע
כנלע"ד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:58 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לאמיר האפן אז ס'וועט זיך פארקויפן גאר גאר ווייניג , וועט ער זיך שפירן קרח מכאן ומכאן. און וועט זען אז לא זו הדרך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:17 pm
דורך [NAMELESS]
אמאל ווען מ'האט גערעדט אויף ליפא אז ער איז א שייגאץ אדער א מסית האב איך אייביג געמיינט אז מ'טרייבט אביסל איבער. יא, איך האב געוואוסט אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו זונגען דברי חשק און עס פאר'אידישן. ער האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען א נארמאלע ניגון און עס פאר'גויאישן. אבער איך האב געהאלטן אז ער איז א בחינה פון תינוק שנשבה. ער האט געלעבט אין א פארמאכט שאכטל פאר יארן לאנג און ווען די וועלט האט זיך געעפנט פאר אים איז ער ארויסגעשפרינגען פונעם שאכטל און זיך נעבעך צוקלאפט דאס מוח.. אבער איך האב ערענסט געהאלטן אז איין טאג וועט זיך זיין מוח היילן און אלעס וועט זיך בארואיגן.

למעשה נאכן הערן ווי ער פארענטפערט זיך נעכטן האט זיך מיין בליק געטוישט אויף אים. ער זאגט אז ער איז גאר דא אויף א מיסיע אויפצוטון און אויפקלערן פאר די וועלט... אהה... ליפא טייערע, א שאד דיין טירחה. פראביר נישט אויפצוקלערן קיינעם. דו ביסט אזוי אראפגעקוקט ביי יעדן אז ס'איז א שאד די ארבעט.

געפעלט מיר וויאזוי ער רעדט ווי 'קאנעקטעד ער איז מיט ג-ט' איך ווייס נישט וועלכע ג-ט ער מיינט אבער ס'איז זיכער נישט די זעלבע ג-ט וואס מיר אידן דינען. זיין שיטה אז מען קען דינען דעם באשעפער אפילו מ'נעמט אראפ די בארד און פיאות, די עיקר איז וואס טוט זיך אין הארץ. דערמאנט מיר א גוט ווארט וואס איך האב אמאל געהערט. געווען אזא ליפא איד וואס איז אמאל געקומען שרייען אויף חסידים פארוואס זיי גייען אנגעטון מיט זייער לבוש וואס איז אזוי אנדערש פון די גאנצע וועלט. פארוואס זיי קענען נישט גיין אנגעטון ווי אלע אנדערע און דינען דעם באשעפער מיט הארץ.. האט דער חסיד געענטפערט. "דו דינסט דעם באשעפער נאר מיט דיין הארץ, אויב גייסטו איין טאג כאפן א הארץ אטאקע גייט דיין באשעפער אויפהערן ארבעטן... "

ליפא, דו ווילסט פארשטיין פארוואס יעדער גרוילט זיך פון דיר? דו ווילסט פארשטיין פארוואס דו ביסט אזוי אויסגעשפילט לעצטענס? די ענטפער איז ווייל דו האסט צוגערירט צו די "פינטעלע איד". דיר פארשטיין צו געבן וואס איך מיין. מיר אלע ווייסן ווי אין קרקע מיר זענען ליידער. מיר אלע ווייסן אז די דורות פאלן דראסטיש און עס איז ביטער שווער זיך צו האלטן ערליך און אידיש. און יא, מיר פאלן דורך פון צייט צו צייט. אבער איין זאך האבן מיר און דאס איז די פינטעלע איד. די קליינע פלאם וואס יעדע אידיש קינד האט און דאס וועלן מיר האלטן הייליג און טייער. מיר וועלן דאס נישט לאזן פארלעשן פאר קיין געלט אין די וועלט. דו האסט גענומען א מבצע צו טוישן אונזער מהלך, דו האסט גענומען אויף דיר אויפצוקלערן אידן אז מיר גייען אויף די נישט ריכטיגע מהלך. איינמאל דו האסט דאס געטון האסטו אויפגעפלאמט יעדנס פינטעלע. און די רעאקציע צו דעם איז גרויל און אפשיי.

האסט דיך ארויסגעשטעלט אלס פאבליק פיגור, זיי נישט בייז אז מ'איז בודק די אינטערוועש. האסט עס אליין געברענגט אויף דיר! דיין ביליגע קאנטאר אטאקע "איך וויל נישט וויסן וואו דו דרייסט דיך ביינאכט" חחח.. ליפא מיר זענען מער אינטעליגאנט ווי דעם. אזאנע ביליגע אטאקעס ווייזן אויף צווייפל אויסגעמישט מיט מרירות. ליפא, האסט גענומען א שלעכטע דריי אינעם הייוועי, יעצט וויין נישט אז מ'קראכט אריין אין דיר.

בכלל איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וועם דו האסט געוואלט כאפן מיט דיין סידי. די היימישע פרומער עולם הערט דיך סייווי נישט. די וואס ווייסן אביסל דיין היסטאריע, פון א חסידישע אינגערמאן צו א קאלידזש סטודענט, פון א איד מיט א בארד און פיאות צו א מגולח, פון א חסידישע איד צו א שטיצער פון אן אפענע מחלל שבת. ווער עס ווייסט די אלע זאכן וועט דיך סייווי נישט הערן. און פאר די אנדערע וואס ווערן דאך משוגע פון 'ארט' איז דאך דא א ריזן וועלט מיט גואישע זונגערס וואס זונגען שענער און בעסער פון דיר. בלייבט נאר איבער אפשר א קומץ קטן אידן. נו, די אלע האבן עס שוין באקומען אויף 'דראפ באקס'...

ליפא, מאך א ניגון אויף 'געט וועל סאאן' און מיר וועלן עס אלע זונגען פאר דיר.

C/P

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:20 pm
דורך מיסטער מענטש
פון תיבה פרטי:

איך זעה מען פרעגט וואס איז שלעכט אז מען שניידט אפ די בארד, לויט די הלכה מעג מען דאך.

איך וויל עפעס ארויסברענגען און ווער עס וועט גוט אריינטראכטן וועט זען אז ס'איז זייער אמת.

עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז ס'דא 5 דרגא'ס אין די וועלט: 1 דומם - א קלאץ, 2 צומח - וואקסעדיג ווי גראז, 3 חי - א לעבעדיגע זאך ווי א בהמה, 4 מדבר א רעדעדיגער דאס הייסט א מענטש, 5 ישראל - א איד וואס איז העכער ווי אלע

ווען איינער פון די 5 וויל גיין אראפ א דרגא איז די מציאות אז ער וועט פאלן נאך אראפציהר! טראכט אריין. ווען א גראז וועט אויפהערן וואקסן וועט ער ווערד זיין סאך ווייניגער ווי א שטיין א דומם. ווען א בהמה (וואס איז א חי) וועט אויפהערן אטעמען וועט ער נישט ווערן א צומח נאר ער וועט ווערן סאך ווייניגער ווי א גראז ער וועט זיין די ערגסטע פארשטינקענע דומם, און די זעלבע ווען א מדבר (א גוי) וועט וועלן ווערן א בהמה וועט ער שטארבן אינגאנצן.

אזוי אויך ווען א ישראל (א איד) וויל ווערן א גוי חלילה, ווערט ער אסאך ערגער ווי סתם א גוי! דאס מיינט די פסוק "ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר".

לענינינו.

די זאך גייט ווייטער אויך. יעדער איד האט זיך זיין מסורה וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן. א חסידי'שע איד איז אויפגעוואקסן מיט די מסורה אז מען רירט נישט צו די בארד, ווייל אזוי האבן די פריערדיגע צדיקים געזאגט. ווען א ליטווישער איד שניידט זיך די בארד, איז עס כשר וישר ווייל דאס איז זיין מסורה, אבער ווען א חסידישער אינגערמאן באשליסט צו שניידן די בארד, איז לגמרי נישט פשט "ער איז געווארן א ליטאי", "ער איז פונקט אזא הלכה'דיגע איד ווי זיי". ניין! עס איז קלאר אז איינער וואס גייט אראפ פון "זיין דרגא" וואו ער איז געבוירן געווארן, איז דאס ווייל ער איז געפאלן אסאך נידריגער, און ער איז גארנישט קיין "הלכה איד". דאס שניידן די בארד איז א צייכן אז ער איז עובר אויף "הלכה'דיגע" איסורים אויך! 100 פראצענט.

און אונזער בעל דין איז א סעמפל.

איך פארשטיי אז די ליינער דארט וועלן עס נישט צו גרינג מקבל זיין, אבער ווער עס וועט אריינטראכטן גוט וועט זעהן אז דאס איז זייער זייער אמת.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:21 pm
דורך shem-tov
לכבוד חנוכה. וואס טייטש וזדים ביד עוסקי תורתיך. וואס טייטשט קראים. ביתותים. משכילים. אפיקורסים. ערב רב. ועוד. די זענען די וואס זאגן אז סאיז נישטא קיין גיהינם און די וואס זאגן אז בערד סרח'נען. זאלסטו וויסן אז א ערליכע בארד איז "זאובער" ווי דער דייטש האט געשריגן פארן רבין זי"ע ביים באקוקען זיין הייליגן דיוקנא קדישא. א בארד היט בחורים צו גיין אין קלאבס און יונגעלייט פון זינדיגן. ועוד. אמת א בארד דארף זיין ריין און סאיז כנגד השו"ע צו גיין שמוציג. אגב איך מיין סאיז א ליטווישע זאך צו האבן א פארקניפטע בארד ווי רב שטיינעמאן. ווי זענען היינט די אלע אויבער חכמים אנגעקומען.

ליפא דיין נייע סי די איז הערליך שיין ווער נישט געפאלן. בלייב אבער א יוד פארוואס זאלן די פרומע זיך פאטשען אין בויך אז מען גיט אין קאלעדש ווערט מען פארדארבן. לייען אביסל מעשיות פונעם הייליגן אר"י הקדוש און דער בעש"ט און פונעם רבי ז"ל ווי זיי פלעגן אנכאפן זייערע הייליגע בערד

הוגה איך שטעל דיך אויף די חזקה אז די האסט נישט ליב קיין שום בארד אפי אזא וואס סשמעקט פון העד און שאלדער. די האסט דאך נישט ליב קיין כ"א כסלו סעודה אויך נישט. א חוץ אויב מען וועט עס א נאמען געבן האלאקאסט מעמאריעל דעי. איי וואס דען איז עס אויב נישט דאס.

די שאלה בארד ווי איז דיין יוד מאכט מיך גראדע וויינען. זאלסט וויסן אז רובא דרובא יודן פלעגן אמאל גיין מיט בערד נאר מען האט עס פון זיי מיט די געוואלד אראפגעריסן. יא אראפגעפליקט. רח"ל מען מאכט נישט קיין שפאס פון אזא הייליגע זאך. סקוקט מיר אויס ווי די רעדסט צום אראפגעשניטענעם בארד דארט און דייטשלאנד וואס וויינט נעבעך. און יוד ווי איז דיין בארד איז די זעלבע זאך.

פינטעל זאגט א מחי אז אלעס איז דא לייקס דריוון. גיי ווייס פארוואס אבער אזוי קוקט עס אויס.

א פריילעכען חנוכה לאמיר נישט פארגעסן צו פארברענגן מיט די טייערע קינדערלען אפי סקומט נישט אן גרינג אבער זיי דארפן אונז דאס וויכטיגסטע לאמיר נישט באוויינען אונזערע יארן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:25 pm
דורך shem-tov
בילד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:02 pm
דורך היימישער ליטוואק
גוי, גוי, ווער דארף דיין בארד?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
אז די הונט בילד איז א סימן די שטיין איז געלונגען..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:23 pm
דורך גנדי
יעדער איז מודה אז די בארד איז די טפל און די איד איז די עיקר.

די בארד איז חיצוניות וואס מען האפט אז עס וועט ברענגן פנימיות.

ליפא דערמאנט אונז פשוט אז מען זאל נישט פארגעסן אז דער עיקר פון די בארד איז צוצוברענגען צו דער איד.

מה כל הרעש?

מיר האט זיין ניגון געגעבן א שאקל אויף!

איך געב אוועק א יעדן אינדערפרי מער צייט צו בא'ארבעטן מיין בארד און גראבע קנאבעל - מער צייט וואס איך געב אוועק פארן טלית, תפילין און שחרית.

ער האט אונז פשוט דערמאנט מיר זאלן נישט פארגעסן פון אונזער ציל מיט די בארד. די בארד איז נישט קיין מטרה דאס איז אן אמצעי.

בלייבטס נישט שטעקן אין די איבערטואכץ צימער אויסקעמן די בארד און אנטוהן די שטריימעל און זיך טענהן צו די בארד איז שיין און וויכטיג, נאר קומט ארויס אין זאל און טאנצט מיט די חתן...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
די קריטיקער שטערט נישט אז ער רעדט וועגן דעם בארד, זיי שטערט אז ער נעמט סאטמאר רב אויפן צימבל. נו זאלן זיי בילן.. ס'הערט זיך זייער קריטיק ווי זיסע געזאנג..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:28 pm
דורך גנדי
דרך אגב, צו אלע וואס שרייען מסורה! מסורה!

וויפיל פון אונזערע זיידעס זענען בכלל געגאנגען בערד?

וויפיל חסידישע אידן האבן נישט געשניטען א חלק פון די בארד פאר 30 און 40 יאר צוריק?

די גאנצע הייליגקייט פון די בארד איז געווארען שטארק, ווען די מוסדות האבן געמאכט פראבלעמען צו אננעמען די קינדער...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:33 pm
דורך מנשה לוסטיג
גנדי האט געשריבן:דרך אגב, צו אלע וואס שרייען מסורה! מסורה!

וויפיל פון אונזערע זיידעס זענען בכלל געגאנגען בערד?

וויפיל חסידישע אידן האבן נישט געשניטען א חלק פון די בארד פאר 30 און 40 יאר צוריק?

די גאנצע הייליגקייט פון די בארד איז געווארען שטארק, ווען די מוסדות האבן געמאכט פראבלעמען צו אננעמען די קינדער...

זאת, ועוד.. ווער ס'האט אינטערנעט איז גארנישט כשר מיטן בארד, ס'נישט מער ווי א מאסק