בלאט 4 פון 21

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 6:54 pm
דורך מאיר_וואלף
אין אלע תורת פון סאטמאר רבי פלעגט מען אלע יארען הערן וויפיל טויזענטער און טויזענטער סאטמאר איז

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 7:01 pm
דורך חזקיהו המלך
סתם פארדרייט די שמועס, די אישו איז נישט צי ס'כפירה צי נישט, די אישו איז אז פאר פאות אינגלעך צי גיין אין די זרעילי מיליטער איז בעסיקלי א גזירת שמד,

די פראבלעם איז נישט יעצט וואס די דיקשענערי מיינונג פין כפירה איז, מען דארף ראטעווען אונרעזע קינדער פין די הענט פין די דעוויל, חלילה אז זיי זאלען האבען א שליטה אויף ריינע אידישע נשמה'לעך,

זיי האבען שוין עקספיריענס אין אויסשמד'ן צענדליגער טויזענטער, זיי זענן רשעים ארורים, נישט זיי וועלען אונז אויסלערנען ווי זיך צי פיהרען, זיי זענען פארסמטע מייז, זיי זיכען צי אריין שטעכען א שווערד אין די הארץ פין די געבליבענע ערליכע אידען, זאל דער באשעפער אפהיטען זיינע קינדער פין די שמוציגע נעגעל פין די גויאישע אידען וואס האסען די ערליכע אידען,

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 9:32 pm
דורך געון הגעונים
האט דער מציאות דען אזוי געוויזן? עס זענען דא הונדערטער אויב נישט טויזנטער חרדים וועלכע האבן געדינט אין מיליטער. אפילו איידער עס איז געווען נח"ל חרדי, אבער זיכער נאכדעם. למעשה האב איך נישט געהערט אז גרויסע פראצענטן פון די חרדישע אין מיליטער נעמען זיך עסן חזיר און האבן חתונה מיט גוי'טעס. קען זיין איך ווייס פשוט נישט, און אויב אזוי, קלער מיך טאקע אויף, איך וויל הערן... ווערן טאקע אלע מיליטער לייט פושעי ישראל?

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:22 pm
דורך נאר,,פרייליך
יעדער בר בי רב דחד יומא וואס איז באהאווענט אין די וועלט פין בעלי תשובה ובפרט ביי ספרדישע ווי רב שיק וכדומה קומען ריזיגע פראצענטן פין יודען וואס האבען געגליטשט אין צה''ל און זיכען א וועג צוריק

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:57 pm
דורך מאיר_וואלף
געון הגעונים:
דיר וועט עס טאקע שוין נישט שאטען, דו גענסט טאקע גיין

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 11:14 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:
קעגן די נעט האט געשריבן:Lapid: The Chareidim are Delaying the Arrival of Moshiach

ער זאגט דברים של טעם, אדרבה, אנשטאט שרייען פוי שגץ, זאג מיט וואס ער איז נישט גערעכט.

ווער שרייט פוי שגץ אז ער איז נישט גערעכט? איך האב נישט געזען דא קיין תגובה קעגן די קליפ,

דו ביסט גערעכט מיט דיין מיינוג אז יענער איז גערעכט.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 2:24 am
דורך יתרו
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט ווי ערליכע אידן עובדי ה' ולומדי תורה מתוך הדחק זענען מטומטם און געברעינוואשד און מורדי במלכות און האלטן אויף די גאולה;
און די פורקי עול - וועלכע מאכן תפיסות און וועלן זיכער מאכן אז מען קען נישט היטן אידישקייט דארט - און שניידן אראפ בארד און פיאות פון די מיליטער לייט - זיי דארפן מען פאלגן.
נישטא ווער ס'זאל לאכן.

קאם אן שמעקעדיג, איר זענט קליגער ווי דעם. קיינער שניידט נישט קיין בערד און קיינער שניידט נישט קיין פאות, לאז איבער די שטותים פאר קול מבשר און די בלאט.
והצילומים של חרדים עם זקנים ופאות יוכיחו.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 3:21 am
דורך מאיר_וואלף
נו, אז עס איז יא אזוי, פארוואס גייט איר נישט?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 9:15 am
דורך לעיקוואד
הרה"צ ר' יוסף יואל קאהן שליט"א איז מחזק די בחורים היקרים המוסרים נפשם על שמירת היהודים בארץ הקודש.
בילד

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:10 am
דורך מאיר_וואלף
לעכטיגע פענעמר

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:18 pm
דורך boxcover
מאיר_וואלף האט געשריבן:געון הגעונים:
דיר וועט עס טאקע שוין נישט שאטען, דו גענסט טאקע גיין

ווי קומט דאס אריין? אדרבה, ענטפער די קשיא.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:24 pm
דורך diff
The problem with nachal is that mostly dropouts go there. This is going to change once all go

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 2:05 pm
דורך מאיר_וואלף
boxcover:
לאמיר טאקע הערען דיין מיינאנג,

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 9:52 pm
דורך נאר,,פרייליך
לעיקוואד האט געשריבן:הרה"צ ר' יוסף יואל קאהן שליט"א איז מחזק די בחורים היקרים המוסרים נפשם על שמירת היהודים בארץ הקודש.
בילד

ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:04 pm
דורך קאווע טרינקער
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

אשפ"ג!!!!! :lol: :lol: :lol: :lol:
מיין כרס וכליות ווארפען זיך פאר געלעכטער...

ס'הייבט זיך אן מיט "התחזקות", ס'קוילערט זיך צו רעדן מיט בחורים/אינגעלייט, שומרי תורה ומצות, וואס שטעלן איין זייער לעבן פאר א צווייטען איד, ביז ליידער ליידער ליידער ס'קומט אן אז מ'טוט פעולות צו ווערן נאנט מיטן.... בעלזא רב אליין!! א מענטש וואס האט נאר גוסט געטוהן פאר כלל ישראל. רח"ל.

---

דו האסט מיר געפרעגט אין אישי, "פארוואס הערט מיר נישט פון דיר בנוגע גיוס"?
דר'אמת איז דער קעפל פונעם אשכול האט מיר נישט געשמעקט, דער גאנצע מושג פון "גיוס בני הישיבות" איז פאלטש! איז דער "צו גיוס" אויף "בני הישיבות"? בכלל נישט. דער "צו גיוס" איז אויף כל יוצא צבא בישראל. נו, ווייל היינט איז דער סטייל אז יעדע זכר זיצט אין ישיבה דארף די מדינה וואו די וואוינסט נישט האבן קיין סאלדאטען?
די טיפשות'דיגע טענה: אויב האלסטו פון גיוס כל יוצא צבא, דאן מאך אן עליה - האט קיין זינען נישט. איך מוז נישט וואוינען אין מדינת ישראל, אבער אז "דו" וואוינסט דארט, קענסטו נישט זיין קיין חזיר. נקודה.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:17 pm
דורך נאר,,פרייליך
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

אשפ"ג!!!!! :lol: :lol: :lol: :lol:
מיין כרס וכליות ווארפען זיך פאר געלעכטער...

ס'הייבט זיך אן מיט "התחזקות", ס'קוילערט זיך צו רעדן מיט בחורים/אינגעלייט, שומרי תורה ומצות, וואס שטעלן איין זייער לעבן פאר א צווייטען איד, ביז ליידער ליידער ליידער ס'קומט אן אז מ'טוט פעולות צו ווערן נאנט מיטן.... בעלזא רב אליין!! א מענטש וואס האט נאר גוסט געטוהן פאר כלל ישראל. רח"ל.

פון אייערע תגובות זעהט אויס איר זענט שטארק מעריץ די מייסדי המזרחי מיטען בעלזער רב
סא יא העוו סאם בלאקעדזש כ'פיר מיר נישט צו פירען קיין וויכוחים מיט די סארט פארשוינען
סארי

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:25 pm

ס'נישט נוגע צו בעלזע רב האט נאר געטין גוט'ס כל ימי חייו צו בלויז דאס היפוך ווי ס'ווייזט זיך אויס אז ער איז דער איינציגסטער פירער ביים יהדות החרדית וואס האט מכריח געווען מיט זיינע פעולות צו ארויסברענגען פיע גדולי ישראל כנגדו
אבער דאס אז א קינד פינעם תולדות אהרן'ער וואס האט אים אזוי באקעמפט
זאל קימען אצינד און טערארזירען די ממשיכי דרכו פון זיין טאטען צו גיין חנפענען און לעקן בעלז
איז סאמטינג ראנג וויט הים

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:33 pm
דורך קאווע טרינקער
פון אייערע תגובות זעהט אויס אז איר גלייבט נישט אין השגחה פרטית, אין גאולת ישראל, און אין די שבע דנחמתא.
סארי, איר זענט נישט אידיש. איך פיהר נישט קיין ויכוחים מיט כופרים.
---
איר האקט.. זאל איך ענטפערן? שוין, דאס מאל.
רוב חותמים, ("גדולי ישראל". קרעדיט: נאר,,,,פר''ל'ך) האבן בפהרסיא מגלה געווען חרטה געפילן אויף זייער חטאת נעורים שריט.
-
אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איז געווען ביים בעלזא שמחה, און האט זוכה געווען צו מקבל-שכר זיין אויף די וועלט, ווען בעלזא חסידים אין לאנדאן האבן געשאפט פאר אים גרויס געלט, כדי למלאות את החסר מתרומת הזקן ענג-לענדער.
--
וואס נאך זאלעך שרייבן כדי צו אריבער פירען דעם אשכול אין צימעס אריין?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:47 pm
דורך נאר,,פרייליך
ס'ב''ה נאך פאראן פילע חותמים און ציבורים ואס קערן זיך נישט אהן מיט די סארט גדולים ווי מזרחי וכדו' וכנ''ל

מפי השמועה וועט שוין ביי די נעקסטע חתונה הגדולה בבעלז זיין ביים אויווענאהן די רבני הבית היהודי ועוד ווי ס'געווען באריכטעט אין א לענגערע ארטיקעל אינעם הארץ בשנת תשע''ב חודש שבט ווען דער בעלזער האט אנגעהויבען מיטען פראצעדור פין זיך איבערבעטן מיט זיינע שונאים אז זיין וויטער ציל איז צו זעצן ביי איין טיש פין די רבני הקנאי ביז דרוקמאן פין מזרחי וחבריו כמו קאווע טרינקער וכדו'

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'ליידער א גרויסע בושה פאר'ן גזע מ'תולדות אהרן
א שטיקעל לימוד זכות איז פאראן אז דער מבקשי אמונה האט זיך ליידער געמיטשעט יארען מיט זש''ק וואס האט אים ארייהגעפירט אין התחזקות ביז ס'נעבעך דאס ארויסגעקראכען
ער ארבעט אצינד אויך אויף זיינע צוויי ברידער אז זיי זאלען מער נתקרב ווערן צום בעלזער

אשפ"ג!!!!! :lol: :lol: :lol: :lol:
מיין כרס וכליות ווארפען זיך פאר געלעכטער...

ס'הייבט זיך אן מיט "התחזקות", ס'קוילערט זיך צו רעדן מיט בחורים/אינגעלייט, שומרי תורה ומצות, וואס שטעלן איין זייער לעבן פאר א צווייטען איד, ביז ליידער ליידער ליידער ס'קומט אן אז מ'טוט פעולות צו ווערן נאנט מיטן.... בעלזא רב אליין!! א מענטש וואס האט נאר גוסט געטוהן פאר כלל ישראל. רח"ל.

פון אייערע תגובות זעהט אויס איר זענט שטארק מעריץ די מייסדי המזרחי מיטען בעלזער רב
סא יא העוו סאם בלאקעדזש כ'פיר מיר נישט צו פירען קיין וויכוחים מיט די סארט פארשוינען
סארי

בלאקעדזש, כהער.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:35 pm
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער:
האב איך נישט געוויסט פארוואס דו פארדעגסט דיר די פנים

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:05 am
דורך משה געציל
@קופערניקוס, איך האב שוין באמערקט היינט אין א צווייטע תגובה אויך, איר האט פארלאזט אידיש און אריבער צו פרידיש? אלעס צוליב'ן טריפה'נעם ק"ש?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:23 am
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, איך ווייס נישט צו ס'קומט אריין אין אשכול....
ווייסט איינער "פונקטליך" וואס די געזעץ איז?
די מטרה ווייסעך, צו שמד'ן די שארית הסולת והשמן, איך פרעג וואס איז די געזעץ גופא?