[justify]די רעגיסטראציע פאר די פאנדרעיזינג קרוז איז שוין אפגעשלאסן, כ'האף אז יעצט קען איך שוין שרייבן דא אנע דעם וואס מען וועט מיר חושד זיין אז איך בין א פאנדרעיזער פאר די ישיבה.
ווען כ'האב געזעהן די אשכל איבער די ישיבה האט זיך מיין הארץ דערפרייט. פונקט ווי אסאך אנדערע דא, בין איך אויף אסאך פונקטען פארווייטאגט אויפן א. ג. 'סיסטעם', ובפרט ביי עניני חינוך הבנים והבנות. מיר קריטיקירן אסאך אונזער אייגענע היים, אונזער קאמיוניטי, די צוקונפטע וואוין-ארט פון אונזערע קינדער און אייניקלעך. וממילא ווען מיר זעהן עפעס וואס טויג יא, עפעס וואס גייט יא אין די גוטע ריכטונג, וואלטן מיר געדארפט לויבן און דאנקען, חוגג זיין און שטיצן מן הבוקר עד הערב. נאך אלעם איז דאך גילטיג די מרובה מדה טובה, נישט אזוי? סתם קאמפלעינען און ארונטער רייסן איז נישט קיין קונץ, די קונץ איז יא צו טון צום זאך. נאר נישט א יעדע איינער איז אויסגעשניטן צו זיין א טוער. אויף אזוי פיל קענען מיר אבער יא טון איז מכיר זיין און שטיצן די וואס טוען יא צום זאך.
מיר האבן טענות אויף די בושות וואס מיר כאפן אין די מידיע, סיי ביי א פרשה ווי נ"וו, סיי ווען עס קומט ארויס אזא בוך פון ד"פ וכדומה. פארוואס קען מען אבער נישט טון אביסל פאזיטיוו? עס איז נישט אזוי שווער. גיבט נאר א קוק וואס
דער חשוב'ע פרוי טוט אויף גדולות ונצורות אין דער געביט. די קידוש השם וואס זי ברענגט מדי יום ביומו קען פארשטעקן פאר בושה אסאך צדיקים וקדושים. קען מען דען עקספעקטן אז א יעדע פון אונז זאל טון וואס זי טוט? ניין. אבער לאמיר כאטש מכיר זיין אז ס'דא איינער וואס טוט יא גוט.
מיר האבן טענות אויף ארגעניזאציעס וואס זענען געשטעלט אויף פערזענליכע אינטערעסן, אויף צדקות וואס טאנצן און שפילן אויף אונזערע עמאושענס. קען מען דען עקספעקטן אז א יעדע איינער דא זאל צוליב דעם אויפמאכן גוטע און אמת'ע צדקה ארגעניזאציעס? אוודאי נישט. נישט יעדער איז געמאכט דערפאר. אבער ווען איר טרעפט א גוטע ארגעניזאציע זייט מכיר דערין, שטיצט זיי, באדאנק זיי. בארעד זיי נישט צוליב דעם ווייל איר האט געטראפן אפאר קליינע חסרונות'לעך. קיינער אין דער וועלט איז נישט קיין שלם.
לענינינו, דא פארציילן אידן איבער א ישיבה וואס טוט צום זאך. אלע הארץ ווייטאג וואס איז אויסגערעדט געווארן דא אין ק"ש איבער די ישיבה/חינוך סיסטעם ווערט דארט אדרעסירט. שלימות איז דא אויף יענער וועלט, אולי. אבער עט ליסט זיי טוען צום זאך. איך וועל דא אויסרעכענען אפאר נקודות בקיצור אבער כ'בין זיכער אז ס'דא מער.
די ישיבה איז נישט באזירט אויף בלעטער גמרא, שטיקער קצות, אדער אפילו אויף שעות רצופות. די ישיבה איז באזירט אויפן פאקט אז רובה דרובה בחורים וועלן חתונה האבן, דארפן פירן א שטוב, און גיין אין גאס על המחיה ועל הכלכלה. די מטרה איז אז א יעדע איינציגע בחור זאל ארויסגיין פון ישיבה מיט די נויטיגע כלים זיך צו ספראווען מיט דעם, מיט די רעאליטעט. זענען זיי מצליח מיט יעדע בחור הונדערט פראצענט? מן הסתם נישט. כ'האף אז זייער הצלחה ראטע איז ערגעץ צווישן 51 און 99 פראצענט. יהי' איך שיהי' שטייט דער בחור שענער ווי דער בחור וואס קומט ארויס פון ישיבה מיט ב"ק, ב"מ און ב"ב מונח בקופסה.
מען ענקארעדזשט די בחור צו פרעגן וואס עס דרוקט אים. השקפה ויהדות איז א וויכטיגע טייל פונעם ישיבה. אויב דארף איך אויסוועלן צווישן שוקן מיין זון אין א ישיבה וואו ער וועט קענען גאנץ ש"ס בע"פ אבער ער וועט נישט וויסן בחייכון וביומיכון איבער עיקרי אמונה ויהדות, אדער פונקט פארקערט, איר ווייסט וואס איך וואלט אויסגעוועלט.
יעדע פון די צוות האט א פערזענליכע שייכות מיטן בחור וואס האלט זיך אן לאנג לאנג נאך די בחור פארלאזט די ישיבה. פון מיינע זיבן ישיבה יארן האב איך ס"ה געהאט איין אזא שייכות מיט א מגי"ש, כ'האב געלעכצט נאך דעם, אבער זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט.
בויען אן אחריות און זעלבסט - זיכערקייט ביים בחור. א בחור וואס גראדואירט פונעם ישיבה ווייסט אז there is no such thing as a free meal. ווילסט געלט? ארבייט דערפאר. ווילסט עסן? ארבייט דערפאר. ווילסט א ריינע שטוב? עס נעמט ארבייט. ווילסט פארשטיין א תוספות? וועסט מוזן ארבייטן דערויף. אויסארבייטן א מידה פארלאנגט עבודה וכו'. אזוי ווען ער האט חתונה דארף מען אים נישט אויסלערנען צו זיין א מענטש און א בעל אחריות. ער מיינט נישט אז געלט וועט שוין אנקומען מיט בטחון (אדער אז די ווייב וועט ארבייטן ווי א פערד, נאכן האבן 4 קינדער אין 5 יאר - בשעת ער זיצט זיך על סיר הקאווע אין כולל). ער וועט עס ניטאמאל ריזענטען ווייל ער ווייסט אז דאס איז די רעאליטעט פונעם וועלט, און אז די גרעסטע סיפוק וואס עס איז דא איז ווען מען עסט די פירות פון די שווערע הארעוואניע. די זעלבע איז מיט שלום בית, חינוך, רילעישאנשיפ מיט שווער, שוויגער, קאלעגן וכו'.
די בחורים זוצן נישט א גאנצע טאג פארקוועטשט (און שמועסן) איבער די גמרא, נאר ווען אימער עס איז דא פרייע צייט פילט מען עס אן מיט אינטערעסאנטע באלערענדע און געזונטע אקטיוויטעטן. למשל שפילן באל, זינגען, שפילן מוזיק, לערנען בויען וכדו', לערנען אנדערע פאכן, לערנען קאכן, לערנען ווי אזוי צו כשר'ן, ועוד ועוד. וועט די בחור דארפן קענען די אלע זאכן שפעטער אין לעבן? מן הסתם נישט. אבער ס'אלץ בעסער ווי ער זאל אנפילן זיין קאפ מיט די קוקן בילדער פון רביס ורבנים אדער רעדן חסידישע פאליטיק.
די נקודה איז אזוי. מען קען נישט ערווארטן אז אלע ישיבות זאלן יעצט אדאפטירן אלעס וואס תלפיות טוט. סאסייעטי פארלאנגט אז change זאל געשען שטייטליך. מען קען אויך נישט עקספעקטן אז מיר אלע זאלן שוקן אונזערע קינדער צו תלפיות ווייל כהיום איז די ישיבה אויסגעשטעלט נאר פאר א געוויסע סארט בחור. אבער לאמיר (אונז די קאמפלעינערס) כאטש מכיר זיין אז הרב סעמפ איז א נחשון בן עמינדב, ער טוט צום זאך, ער גיבט אונז האפענונג. כ'ווייס פון אפאר ישיבות וואס האבן אנגעהויבן שטייטלעך איינצופירן געוויסע פון זיינע עצות למחצה לשליש ולרביע, עס איז אים צו פארדאנקען. יא, כ'בין זיכער אז די ישיבה האט אפאר חסרונות'לעך, אבער אויב דאס איז אויך נישט גוט וואס איז יא? ספעציעל אז די פאקט איז אז די בחורים פון תלפיות וואלטן נישט געהאט קיין ישיבה ווען נישט זיי (אנדערש וואלטן עלטערן נישט געצאלט אזא הויכע שכר לימוד).
[tag]Shem-tov[/tag], לא שם טוב יקרא עוד שמך כי אם שעים טוב. דו האסט געווידמעט א גאנצע אשכל צו פארענטפערן אז די א. ג. געהעריגע ישיבות זענען גארנישט שולדיג איבער די הונדערטער בחורים וואס מוטשען זיך צו טרעפן ישיבות א יעדע בין הזמנים. נו, ביזט ענטייטעלד צו אן אפיניאן. (טראץ דעם וואס דו רייסט אראפ אזעלכע וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס ווי עזר לישיבות ודומיהן.) אבער אין די זעלבע צייט אראפ צו רייסן אזעלכע ישיבות ווי תלפיות? ס'הייסט אז מאור יצחק, וואס האט א מענגעלע'סק סעלעקציע פראצעס, ובחסותו פונעם הייליגע ראש ישיבה מעג מען פייניגן און רודפ'ן א שוואכערע בחור (אין לערנען) וואס האט איבערגעקלוגט די סעלעקציע פראצעס, כדי ער זאל אליינס וועלן ארויסגיין פון די ישיבה, ער איז בעסער ווי גוט, זיין ישיבה איז אקעי. אבער תלפיות און הרב סעמפ, זיי זענען די פראבלעם? What a shame!
.[/justify]