בלאט 4 פון 19

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער לעבט שוין נישט פינף יאר, איז וואס איז דער תועלת? מיין לעצטע קינד האב איך א נאמען געגעבען נאך איהם טאקע. ער איז בא'ערדיגט געווארען אין הר הזיתים, קען מען ניטאמאל אנקומען צו זיין קבר פאר אותם הדוגלים בשיה''ק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל זיך אינטרעסירן אויף איהם און דערציילן פאר מיינע קינדער וועגן דעם גרויסן איד. (און פאר מיר אליין נעמען א מוסר השכל).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:27 pm
דורך געוואלדיג
שמו יגער האט געשריבן:אין די זעלבע ספר בקודש פנימה שרייבט ער אז עס איז אמאל געווען א שבת וואס דער רב ז״ל איז געלעגן אין בעט מיט דעם שטריימיל גאנצע 17 שעה פון שבת צופרי ביז זונטאג פארטאג אין זיך נישט גערורט פון ארט די גאנצע צייט


מען זאל פארשטיין פון וואס מען רעדט דא, ער איז נישט סתם געלעגן אין בעט פאר זיבעצן שעה נאר אנגעטוהן מיט די שטריימל און בעקישע, און וויבאלד ער האט אנגעהאט די שטריימל האט ער געהאלטן זיין קאפ אין דער לופטן און נישט אראפ געלייגט פאר די אלע שעה'ן.

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו דו מיינסט דער ליצנות צו ערנסטעהייט. היינטיגע צייטען איז שווער צו דערקענען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:11 pm
דורך [NAMELESS]
C/P פון א אנדערע אשכול:
שמעקעדיג האט געשריבן:לאמיך ענק עפעס פארציילן פון די סייענטיפישע פארטיקלס פון מזל מאדים. די אסטראנאלאגן שמויטע פאנעם זאגן אז 560 דעגרי מיט 150,000 ליכט יארן קומט אויס רעלאטיוו צו א ביליאנסטל פון אן אטאם צו שפירן די שנעלקייט וואס די גראוויטי שלעפט צו זיך.

איר פארשטייט? ווייל איך נישט.

איר זעהט. איך ווייס דאך אז איך בין א מן הארעץ אין די ענינים, איז במופלא ממך אל תדרוש, איך לאז עס פאר די קלוגערע חכמים דא אין שטיבל, זאלן יידל און ונבנתה זיך אויסשמועסן, איך פארשטיי נישט דערצו און איך שרייב קיינמאל נישט דערוועגן. און איך וואלט פארשטאנען אז יעדער מענטש זאל שרייבן נאר אין דעם תחום ווי ער האט כאטש די מינימום ידיעה, א שטיקל געפיל, א מושג וואס ער שרייבט. ווייל אניש, האט עס א פנים ווי דער פאראגראף הנ"ל. און ווי חז"ל לערנען אונז שוין, כל שאינו יודע בטיב גיטין וקידושין, לא יהא לו עסק עמהם.

ומכאן הפעטיציע יוצא. איך וויל בעטן אונזער חשוב'ער ניק, [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], וועלכער האט מיט חסידות איינגעשטויסן ווי א יוון אין דער סוכה, אז ער זאל אויפהערן שרייבן איבער חסידות. ער פארשטייט נישט דעם עסק, ער טוט עס גרינגשעצן, די לערנען און יר"ש פון א חסיד איז ביי אים ווייניגער חשוב מקליפת השום, כל זמן מען איז נישט הגר"מ פיינשטיין נומ. #1 איז מען הבל וריק, ער איז סטאק איז זיין תורה באבל, קיין שום אנדערע זאך אויסער טעירע האט נישט ביי אים די מינדעסטע וועליו, אשר ע"כ, כלך לך מדרך זו, זוך אנדערע נושאים, דו שרייבסט פיין, אבער הער אויף אפלאכן און אפשפעטן און צו גיסן צואה רותחת אויף יעדע חסיד'ישע זאך וואס מען דערמאנט דא, ושלום על ישראל.

ווער איז מסכים?

איך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:16 pm
דורך שעפטל
גראדע שטום איך צו צו די אידן וואס פרעגן איבער...

מ'עפענט דא אן אשכול פון בעלזא רב, און ממש גארנישט פון זיין גרויסקייט....

אין סאטמאר איז ער גרויס ווייל סאטמאר רב ז"ל (דב"י/ויוא"מ/עהועה"ת) האט זיך אויסגעדריקט בשעתו (יא אין די הייסע צייטן) אז "ער איז א קדוש מרחם אמו" נא מי יבוא אחריו....?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:29 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:גיי לערן א גוי ברטנורא

דיףף" אוואו זעסט דו דא א גוי...?חוץ אז דו קוקסט אין שפיגל... :roll: :twisted:

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 3:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בערעל מאך זיך נישט קיין צדיק. וואס איז דיין ענטפער צו מיר?

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 6:37 pm
דורך ירא שמים
כבין זיכער אז סדא דא פונ׳ם עולם וואס האבן אינטערסאנטע ענינים מיטצוטיילן מיטן עולם פון בעלזער רב זי״ע אבער היות דער ליטוואק געבט דא ארויס זיין פיקחות און חריפות און יעדע ווארט וואס מוואלט דערמאנט פונ׳ם בעלזער רב וואלט ער דאך עס אפגעחוזק׳ט ממילא האלטן זיי זיך צוריק ,ממילא דא האט איר די אייוועלט אשכול אויפן בעלזער רב איז ווער סהאט עפעס צו פארציילען וועגן בעלזער רב קען דארט שרייבן. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=5336

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 7:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוי ביסטו א לץ [tag]ירא שמים[/tag]! מ'רעדט דארט אזעלכע פוסטע שטותים, וועגען דער טשערנאבעלער צורה ועוד דברים נחוצים, איך האב עכט געפלאצט פון געלעכטער.
דער עיקר איז אז דער עם חכם ונבון קען נישט אפיר ווייזען אויף זייער העלד מער ווי מייסטער קונצ'ן און אן אפענער הארץ. און די זענען די חסידים, שטעל זיך פאר די מתנגדים. וואס רעדט מען אין באבוב-48 היינט?

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:29 pm
דורך ירא שמים
אפי׳ דאס לאזט ער נישט זאגן !!! הער שוין אויף צו פעגערן, מהאט שוין געהערט וואס דו האסט צו זאגן, יעצט גיי ווייטער און לאז די חסידישע נערנים לעבן .

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:40 pm
דורך קאצקע ציקער
ליטפאק דו מיינסט אונדז קען מיר זיך נישט נעמען איבער דיינע ליטפאקעס רביס מיט די פראקעס מיט די טעירע... מיט די דיפרעסטע לעיקוואד שוטים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:08 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
רבי ליטוואק
געב אכט וואס די זאגסט אין אויף ווען די רעסט
הוי זהיר בגחלתן

יא יא אפי' ליטווישע גדולים האבן געהאט שטארקע דרך ארץ פארן בעלזער רב ז''ל אין נישט אזוי ווי די דער ליטוואק.......

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:29 am
דורך פוחת ועומד
IMG-20150807-WA0001.jpg

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:35 am
דורך ירא שמים
בילד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 4:10 am
דורך קפה נמס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כ'זעה דא א באנדע לצים, וואס פון איין זייט מויל פראבירט מען זיך און אנדערע איינצורעדען אז זיי האבען דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב 'כאחד משרפי מעלה', אבער קיין איין חשוב'ער זאך האבען זיי נישט נאכצוזאגען. אין אידישקייט ווערט געשעצט בעיקר קענשאפט אין תורה, מדות טובות, זיך אוועקגעבען פאר'ן אייבישטער'ס וועגען, דקדוק המצוות, וכדו'. די אלע א.ג. בעלזער חסידים זענען געליידענט אונז אפירצוברענגען א מעשה וואס צייגט די אלע זאכען. נישט ליגען אין א בעט פאר שעות, צו מנהגים מוזרים, צו סתם באבע מעשה'ס (געהערט פונ'ם וואודרידזש'ער רב בשם ר' יודע'לע דזשיקובער: א באבע מעשה איז נישט טייטש ס'איז נישט אמת, נאר א באבע האט עס געקענט פארציילען!). נישט יאיר שפילט מיט פייער, נאר ענק אלע מיט שנעלקע'ס און טאשטיכלעך וכדו'.


ליטוואטש טייערער,
א. מדות טובות האט מען געזען ביים בעלזער רב אויף א מוגזם'דיגע אופן. ער האט אכטונג געגעבן אויף דאס כבוד אפי' פון א קליין קינד, אויף ארעם און רייך, פרום און פריי. זיין זהירות אין הכרת הטוב איז געווען מבהיל'דיג..

ב. זיך אוועקגעבן פאר'ן אייבערשטער'ס ווערן..? כ'קען נישט טרעפן א בעסערע הגדרה ווי דעם אויף בעלזער רב ז"ל! דער איד האט אוועקגעגעבן די גאנצע זיך צו טוהן רצון ה', זיין גוף האט ניטאמאל עקזיסטירט אין זיין מיינדסעט. נישט געשלאפן, נישט געגעסן אלע זיינע יארן פון אלץ יונגע בחור. ער איז געזעצן על התורה ועבודה אז די גרעסטע צדיקים האבן געכאפט התפעלות (דברי יחזקאל ועוד), די אינטערעסאנטע הנהגה האט זיך אנגעהויבן ערשט ביים קריג ווי ער'ט זיך אוסגעדרוקט "די רשע (היטלער ק.נ.)האט מיר פארדרייט די זמנים".

ג. דקדוק המצוות. הרה"ק מבעלזא איז געווען א יחיד מומחה אין דקדוק בהלכה. ער האט אכטונג געגעבן צו יוצא זיין אלע שיטות הראשונים און אלע דעות וואס ווערן געברענגט אין שו"ע ונו"כ. כ'ווייס נישט ווי אנצוהויבן..אין או"ח הלכות ברכות, הלכות שבת.. אין יו"ד... ס'איז באקאנט אז ווען דער חפץ חיים האט געזען אז ער איז מקפיד אויף א שיעור כביצה פאר ברכה ראשונה האט ער געזאגט אז ווען ער ווייסט פארדעם אז ס'איז נאך דא א יוד וואס פירט זיך כשיטה הנ"ל וואלט ער עס געדרוקט אין משנה ברורה.

ד. קענשאפט אין תורה קען איך דיר נישט איבערצייגן, ווארום, ס'איז נישט געבליבן קיין לומדי'שע ספרים פון אים. אזויפיל קענסטו זען אז אזעלכע יודן ווי טשעבינער רב ז"ל האבן אנגענומען זיינע פסקים ווי תורה מסיני, ווי מ'האט אים געפרעגט איז ער געווען היימיש, אין גמרא, רמב"ם, טושו"ע וכו'..

איין זאך קענסטו זען @בודאפעסט, ס'איז נישטא קיין איינער וואס האט אים געזען, און רעדט נישט פון אים מיט התרגשות און התפעלות. פון חסידים ( אדמורי"ם מגור, קלויזנבורג, פאפא, סקווירא ז"ל) ביז מתנגדים, פון קאלטע ירושלים'ע פרושים און גר"א'ניקעס, ת"ח ביז פראסטע יודן האבן אלע מרגיש געווען אז עפעס געפונט זיך אין דעם איינגעקורטשעט יודל וואס לעבט אן עסן און שלאפן. פרעג אביסל מורנו ר' יצחק שליט"א זאל דיר עפענען דעם קאפ... כ'מיין, אוודאי רעדט מען פון ליגן 17 שעה מיט א אויפגעהויבענעם קאפ, ס'איז אסאך אינטערעסאנטער ווי צו רעדן פון זיין מתיקות'דיגע ברכות השחר כבן המתחטא לפני אביו... אבער נישט דאס איז געווען זיין גדלות. שאל בני שאל.. נאכדעם שרייב, זיי אביסל מברר פאר דו פאררעדסט דיך...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 4:32 am
דורך קאצקע ציקער
קפה נמס דו שרייבסט זייער פיין אבער איך האב נישט ליב ווי מען דארף זיך אזוי פארענטפערן פאר דעם נידריגען ליט פ*ק ס'איז פשוט א בושה!!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 7:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ [tag]קפה נמס[/tag], דו האסט מיר בארעכטיגט. אנדערע מיט נערווען פראבלעמען האבען פארשטאנען אז איך זוך צו בארעדען בעלזער רב. לא מיניה ולא מקצתיה. איך האב געוואלט ווייזען דער לעכערליכקייט פון דיין חינוך אז מ'האלט פיר דפים און דריי יאר אינ'ם אשכול און ס'האט קיינער נישט געזארגט צו שרייבען עפעס א גוטע זאך אויף איהם ביז איך האב גענוג געזידעלט. דער נוצט ניבול פה, א צווייטע שיקט קיין אייוועלט ווי מ'רעדט פונ'ם רב'ס טשערנאבילער צורה, א דריטער ווארענט 'היט זיך' אן קיין שום טעם וסבה. דאס איז דער ליצנות וואס מ'האט ענק געפרעדיגט. נישט בעזער רב איז דער נושא, נאר אז מ'האט ניטאמאל געדארפט זאגען עפעס וואס זאל שטימען. די פרטים מאכען יעצט נישט אויס. ווען מ'רעדט פון מטבעות באהאלטען אין האנטיכער און 'פארדרייטע זמנים' און כהנה זאכען וואס מ'פארשטייט נישט און שטימען בכלל נישט מיט אונזער אידישקייט, ברענגט עס א קאלטקייט צו עכטע אידישקייט ביי אונז, און דעריבער ווערט מען אזוי לוסטיג ווען איינער וואגט זיך צו בעטען עפעס נארמאל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:10 am
דורך קפה נמס
קאצקע ציקער האט געשריבן:קפה נמס דו שרייבסט זייער פיין אבער איך האב נישט ליב ווי מען דארף זיך אזוי פארענטפערן פאר דעם נידריגען ליט פ*ק ס'איז פשוט א בושה!!


קיינער פארענטפערט זיך נישט. ער איז נישט געקומען לקנטר, ער האט געפרעגט וואס איז געווען זיין גדלות ?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ראה עד היכן הגענו. בעטען קראנטע פאקטען און אינפארמאציע וועגען דער גדלות פונ'ם בעלזער רב הייסט גאר געטשעפערט און איך דארף זיך היטען דערפון. ווען איך בעט מ'זאל אויסשמועס'ן די מענטשליכער חסרונות פון אן אדם חשוב, הגם איך האלט אז ס'איז נישט קיין בזיון, אבער אין די אויגען פון די וועלט ווערט עס אנגעקוקט ווי א בזיון. אבער איך האב געבעטען מעלות נישט חסרונות. מ'זעט די חברה וואס זיי זענען און וואס זייער חשיבות פאר זייער רעבע'ס איז ווערט, ווען מעלות ווערט גערעכנ'ט פאר א בזיון.

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:22 am
דורך ירא שמים
שוין יעצט אז מהאט שוין אויפגעוויזען די גדלות פון בעלזער רב און אפי׳ ליטוואק איז שוין מסכים , (אגב דו האסט קיינמאל נישט געוויסט די זאכן ? סאיז א פלא ווי די מעשה פון יארטשוב איז נישט יארטשיווקע האסטו געהערט און די זאכן נישט ) קען מען שוין צוריקגיין צו די סיפורים ווי מהאט געזען אז מקען דינען דעם אייבערשטן נישט נאר דורכ׳ן קצות און ר׳ חיים , ביי אונז חסידים האט מען געוויסט וואס שטייט אין אריז״ל אז עבודת היחודים איז גבוה הרבה מלימוד התורה .

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאקע ווי שטייט עס? און פארוואס זאגסטו אז לערנען א קצות איז נישט עבודת היחודים? דער זהר רעדט אומצאליגע מאל אז חידושי תורה זענען אליינס עבודת היחודים, און דער זהר איז דער וואס רעדט דער מערסטע וועגען דעם אז עסק בתורה איז דער סאמע העכסטער עבודה וואס איז מעגליך פאר א איד.

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:42 am
דורך ירא שמים
בילדבילד