בלאט 4 פון 13
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:10 am
דורך דעת תורה
טשעק יור פעקט'ס, טיטאניק. די זאכן זענען נישט קיין סוד.
שרייבנדיג כאפ איך יעצט וואס איך אויך'ס טענה איז געווען נעכטן אינעם אדמו"רים בימי הזעם אשכול, היתכן סאטמאר רב האט נישט מחזק געווען דעם עולם און בארואיגט אז אלעס וועט זיין גוט און מען ברויך גארנישט טון בעת ווען די באן האט געריכטעט אירע טריט קיין אוישוויץ, און אנשטאט פרובירט צו ראטעווען דעם באן און מעורר זיין דעם ציבור. נעכטן האב איך נישט געקענט כאפן זיין טענה.
היינט פארשטיי איך עס. כידוע האלטן די בעלזע און האבן עס אפן געזאגט ביי די בחירות פרשה אז קיינער - אריין גערעכנט סאטמאר רב - האט נישט קיין רעכט צו זאגן - און טון - אנדערש ווי דער בעלזער רב טוט. סעים גאוס העיר, היתכן סאטמאר רב האט געטון אנדערש וד"ל ודו"ק.
[כמובן האט דער ענין גארנישט צו טוהן מיט מדריגות אדער גדלות, עס איז א מפורש'ע גמ' כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא, ווען דער אייבישטער וויל דוקא ברענגען פורעניות, ווען עס איז א גזירה מן השמים נעמט מען אוועק פונעם צדיק ער זאל נישט קענען זעהן וואס טוט זיך און עס מבטל זיין. א צדיק ווייסט אויך נאר וואס מען וויל אים ווייזן פון הימל].
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:18 am
דורך לשוא הכיתי
טיטאניק האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט דרשה, אדרבה כפי ששמעתי האבען די צוויי פרידערס פארפירט אז מען זאל יא אנטלויפען
לדעתי סתם א שנאהדיגער שקר פון א פארביטערטע מונקאטשער חסיד
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%99%D7%94
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:10 pm
דורך איש עברי
איך האב הערשט געענדיגט ליינען די ביכל פון פעסקע פרידמאן, איך האב עס געליינט מיט איין אטעם, א הערליכע ביכל וואס חוץ פון די אויטענטישקייט און שיינע סטיל פון שרייבן באקומט מען א נייע בליק אויף דעם נפש נקי וצדיק רבי ברוך'ל,
א פארצערטעלט פויליש קינד וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א ווארימע ליבליכע הויז ווי עס איז געווען א בעל בתיש'ע מלכות'דיגע געפירעכץ און אסטעטישע לעבנסשטייגער, מען האט אים פארקנס'ט צו די טאכטער פון מונקאטש'ע רב א פיינע מיידל אבער א שוואכלינג און א פארצערטלטע בת יחידה, ער איז אריין אין א שטוב ווי אלעס איז געווען פאר אים ווילד פרעמד, די פאנאטישקייט ווילדקייט קנאות און פרימיטיווקייט, די אלע זאכן האבן אים נעבעך אויפגעגעסן, און צו דעם איז נעבעך ארויפגעפאלן אויף אים א אחריות פאר טויזענטער חסידים ווען אין זיין נשמה איז ער געווען א פארצערלט קינד און נישט געהאט די כלים צו פארנעמען די עול און די ווייטאג פונעם ציבור, און די זעלבע תקופה ווערט זיין רעביצין קראנק און ער דארף דינען ווי א טאטע און מאמע אין שטוב.
די אלע זאכן לאזן א שווערע אפעקט אויף זיין פוטער ווייכע הארץ און זיין איידעלע נפש און קומט אהן קיין ארץ ישראל צובראכן און צוקלאפט, און פרובירט זיך אויפצובויען פון פריש דאן קפץ עליו רוגזו של הקנאים הארורים ימח שמם וזכרם און זיי פארשמירען זיין נאמען אטאקירן אים און רודפ'ן אים עד חורמה ועד בכלל, מען נעמט אים אוועק די קינדער מען מאכט זיין לעבן א גיהנום....
און עד היום פיטערט מען אונז מיט שטותים איבער די מונקאטשע רב'ס איידעם וואס איז נחמץ געווארן, אלזא זאל קלאהר ווערן איינמאל פאר אלעמאהל ער איז נישט נחמץ געווארן קיינמאל! ער איז געווען א ירא ושלם עד יומו האחרון ער איז נאר געפאלן א קורבן צו די רשעים ארורים די קנאים וואס לעבן פון אידיש בלוט [עיין ערך מעכיל לעבאוויטש]
א טשיקאווע מעשה וואס איך האב געהערט פון א קראנטע מקור
נאך זיין שבע ברכות איז ער אמאל געזיצען ביי זיין שווער אין שטוב אויף א וועטשערע צוזאמען מיט זיין ווייב אויף איין טיש איז צוגעקומען זיין שוויגער און אים אויפגעמערקט אז ביי זיי פירט מען זיך נישט צו עסן מיט די ווייב ביי איים טיש און דערביי געזאגט "דיין שווער האט קיינמאהל נישט געגעסן מיט מיר ביי איין טיש"
רבי ברוך'ל האט מיט א זיסקייט געענטפער שוויגער טייערער איך וואלט אויך נישט געגעסן מיט אייך ביי איין טיש!
דער עיקר איז השם ינקום דם עבדיו השפוך!
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:17 pm
דורך טיטאניק
איש עברי האט געשריבן:איך האב הערשט געענדיגט ליינען די ביכל פון פעסקע פרידמאן, איך האב עס געליינט מיט איין אטעם, א הערליכע ביכל וואס חוץ פון די אויטענטישקייט און שיינע סטיל פון שרייבן באקומט מען א נייע בליק אויף דעם נפש נקי וצדיק רבי ברוך'ל,
א פארצערטעלט פויליש קינד וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א ווארימע ליבליכע הויז ווי עס איז געווען א בעל בתיש'ע מלכות'דיגע געפירעכץ און אסטעטישע לעבנסשטייגער, מען האט אים פארקנס'ט צו די טאכטער פון מונקאטש'ע רב א פיינע מיידל אבער א שוואכלינג און א פארצערטלטע בת יחידה, ער איז אריין אין א שטוב ווי אלעס איז געווען פאר אים ווילד פרעמד, די פאנאטישקייט ווילדקייט קנאות און פרימיטיווקייט, די אלע זאכן האבן אים נעבעך אויפגעגעסן, און צו דעם איז נעבעך ארויפגעפאלן אויף אים א אחריות פאר טויזענטער חסידים ווען אין זיין נשמה איז ער געווען א פארצערלט קינד און נישט געהאט די כלים צו פארנעמען די עול און די ווייטאג פונעם ציבור, און די זעלבע תקופה ווערט זיין רעביצין קראנק און ער דארף דינען ווי א טאטע און מאמע אין שטוב.
די אלע זאכן לאזן א שווערע אפעקט אויף זיין פוטער ווייכע הארץ און זיין איידעלע נפש און קומט אהן קיין ארץ ישראל צובראכן און צוקלאפט, און פרובירט זיך אויפצובויען פון פריש דאן קפץ עליו רוגזו של הקנאים הארורים ימח שמם וזכרם און זיי פארשמירען זיין נאמען אטאקירן אים און רודפ'ן אים עד חורמה ועד בכלל, מען נעמט אים אוועק די קינדער מען מאכט זיין לעבן א גיהנום....
און עד היום פיטערט מען אונז מיט שטותים איבער די מונקאטשע רב'ס איידעם וואס איז נחמץ געווארן, אלזא זאל קלאהר ווערן איינמאל פאר אלעמאהל ער איז נישט נחמץ געווארן קיינמאל! ער איז געווען א ירא ושלם עד יומו האחרון ער איז נאר געפאלן א קורבן צו די רשעים ארורים די קנאים וואס לעבן פון אידיש בלוט [עיין ערך מעכיל לעבאוויטש]
א טשיקאווע מעשה וואס איך האב געהערט פון א קראנטע מקור
נאך זיין שבע ברכות איז ער אמאל געזיצען ביי זיין שווער אין שטוב אויף א וועטשערע צוזאמען מיט זיין ווייב אויף איין טיש איז צוגעקומען זיין שוויגער און אים אויפגעמערקט אז ביי זיי פירט מען זיך נישט צו עסן מיט די ווייב ביי איים טיש און דערביי געזאגט "דיין שווער האט קיינמאהל נישט געגעסן מיט מיר ביי איין טיש"
רבי ברוך'ל האט מיט א זיסקייט געענטפער שוויגער טייערער איך וואלט אויך נישט געגעסן מיט אייך ביי איין טיש!
דער עיקר איז השם ינקום דם עבדיו השפוך!
זייזשע מוחל און מיש נישט קיין וויין מיט שאקאלאד מילעך
מעכל לעבאוויטש איז איין מעשה און ר' ברוכ'ל איז א צווייטער מעשה
ווארף נישט אריין אלע נרדפים אין איין גרויסע זאק ווייל למעשה ווערט ביבי אויך גע'רודפ'ט פון דער גערער רבי און ישראל אייכלער פון יאיר לפיד, מאך נישט א טשאלענט פליז
ווען נישט די איינע ווארט וואלט איך דיר געגעבען א גרויסער לייק פאר די תגובה
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:22 pm
דורך איש עברי
איך האב אינגאנצן נישט געמיינט צו פארגלייכן, מעכיל לעבאוויטש איז נישט הרה"צ רבי ברוך'ל
איך מיין נאר דאס אז ווען מען נעמט זיך צו א מענטש מיט'ן אויסרייד פון פרומקייט דאן האט די רשעות נישט קיין שיעור, מען מעג אוועקנעמען זיינע קינדער יורד זיין לחייו אהן קיין שום גבול ווייל מען ארבעט דאך פאר כביכול ומי יאמר לו מה תעשה, ביי דעם ענדיגט זיך די צושטעל, אויב די ביזט נישט מסכים זיי מיר מסביר פארוואס
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:25 pm
דורך טיטאניק
איש עברי האט געשריבן:איך האב אינגאנצן נישט געמיינט צו פארגלייכן, מעכיל לעבאוויטש איז נישט הרה"צ רבי ברוך'ל
איך מיין נאר דאס אז ווען מען נעמט זיך צו א מענטש מיט'ן אויסרייד פון פרומקייט דאן האט די רשעות נישט קיין שיעור, מען מעג אוועקנעמען זיינע קינדער יורד זיין לחייו אהן קיין שום גבול ווייל מען ארבעט דאך פאר כביכול ומי יאמר לו מה תעשה, ביי דעם ענדיגט זיך די צושטעל, אויב די ביזט נישט מסכים זיי מיר מסביר פארוואס
מיר איז נאר א ווינדער וואס איז די יחס פון דער מונקאטשער רבי צי זיין טאטע? האט געהאט שייכות מיט עם בכלל?
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:35 pm
דורך איש עברי
איך האב געהערט אז ער האט אים זייער וויי געטוהן אין די יונגע יאהר'ן זייענדיג אונטער די איינפלוס פון די אלטע מונקאטשע חסידים, און שפעטער האט ער חרטה געהאט און אים געוואלט איבערבעטן אבער רבי ברוך'ל האט אים נעבעך נישט געוואלט מוחל זיין, און דוכט זיך אז ער האט אפילו געלאזט צוואה עפעס אז ער זאל נישט זאגן קיין קדיש נאך אים,
אייך בין נישט אינגאנצן זיכער איך זאג נאר נאך וואס ליגט מיר אין קאפ פון די קופקעס אין ביהמ"ד.
נאך א שיינע זאך וואס איך האב געהערט פון א כלי ראשון, א איד האט זיך געוואלט געפעלן פאר רבי ברוך און אים קאמפלימענטירט "אייער שווער איז געווען אזא פאנאטיקער און איר זענט א אויפגעקלערטער" און רבי ברוך איז זייער געטראפן געווארן און געענטפער חס ושלום אזוי צו זאגן אויף מיין שווער און איך בין חס ושלום נישט קיין אויפגעקלערטער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:36 pm
דורך איש עברי
אלזא טיטאניק נאך מיין פארענטפערונג באקום איך נאך אלץ נישט קיין לייק?
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:37 pm
דורך טיטאניק
איש עברי האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער האט אים זייער וויי געטוהן אין די יונגע יאהר'ן זייענדיג אונטער די איינפלוס פון די אלטע מונקאטשע חסידים, און שפעטער האט ער חרטה געהאט און אים געוואלט איבערבעטן אבער רבי ברוך'ל האט אים נעבעך נישט געוואלט מוחל זיין, און דוכט זיך אז ער האט אפילו געלאזט צוואה עפעס אז ער זאל נישט זאגן קיין קדיש נאך אים,
אייך בין נישט אינגאנצן זיכער איך זאג נאר נאך וואס ליגט מיר אין קאפ פון די קופקעס אין ביהמ"ד.
נאך א שיינע זאך וואס איך האב געהערט פון א כלי ראשון, א איד האט זיך געוואלט געפעלן פאר רבי ברוך און אים קאמפלימענטירט "אייער שווער איז געווען אזא פאנאטיקער און איר זענט א אויפגעקלערטער" און רבי ברוך איז זייער געטראפן געווארן און געענטפער חס ושלום אזוי צו זאגן אויף מיין שווער און איך בין חס ושלום נישט קיין אויפגעקלערטער.
זיי מברר די קופקע שמיסערייען
נייגעריג
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:40 pm
דורך איש עברי
אדרבא ווער ס'ווייסט זאל זיך מעלדן איך בין אויך נייגעריג
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 7:13 pm
דורך איך אויך
ביי מיין קופקע האט מען אמאל געשמועס אז די לשון הצוואה איז 'כגודל החטא כך גודל העונש' (עפעס אזוי) און ער רעכנט אויס יעדע קינד לויט זיין דרגה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:31 pm
דורך days
איך אויך האט געשריבן:ביי מיין קופקע האט מען אמאל געשמועס אז די לשון הצוואה איז 'כגודל החטא כך גודל העונש' (עפעס אזוי) און ער רעכנט אויס יעדע קינד לויט זיין דרגה.
איך האב געהערט אז דער דינוב'ער רבי שליט"א -וואס כידוע האט יא מקיים געווען דעם מכבדו בחיים ומכבדו במותו ווי ווייט מעגליך- איז געפארן זיצן שבעה קיין ארץ ישראל און זעענדיג אז די אנדערע משפחה צייגט די צוואה פאר יעדן איינעם, האט ער עס מבער געווען משום כבודו פון אחיו הגדול מונקאטש'ער רב שליט"א
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:04 pm
דורך shem-tov
הדד בן בדד האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:
אגב, האט ער דוקא נישט געגליכן קיין הינטל, און אוודאי נישט געהאט. נאר אז מען פארזינדיגט זיך פאר די מונקאטשער חסידים...
צו ער האט עס געגליכן קען איך דיר נישט זאגן, אבער געהאט איינס האט ער יא. איך ווייס דאס קלאר פון כמה מענטשן וועלכע האבן אים דאן געקענט און האבן עס געזעהן ביי אים. ולא עוד, נאר איך האב געהערט פון עטליכע אידן וועלכע זענען געווען ביי אים אין שטוב אין די עלטערע יארן (מעטנשן וועלכע האבן געהאלטן פון אים) אז אין זיין ספרים שטוב איז געהאנגען פראמינענט א גרויסער בילד פון דעם הונטל...
שרייב כאטשיק אז די מאכסט בלויז א ווערטעל
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:36 pm
דורך איחוד פעלד
דער אמת איז אז דער מלחמה האט אים געטוישט ווען ער וויל וואלט ער געקענט זיין א רבי. ער האט נישט געוואלט נאך געבען דער פארלאנגען פין זיינע חסידים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 5:59 am
דורך אויס מענטש
פארוואס ליינט מען נישט אלע בלעטער ביז אהער? די אלע זאכן ווי צוואה, און יא נחמץ געווארן אדער נישט , מונקאטשער רבי שליטא , דא אלעס איז שוין אויס געשמועסט געווארן.
ליינט און האט הנאה.
א קורצע חזרה נאר, עס איז נאך דא די צוואה עד היום הזה, עס איז געווען געדרוקט נאך זיין פטירה אינעם דעמאלטיגן צייטונג יום השישי, און איז אנגעקומען דא קיין נוי יארק אבער מען האט עס אוועק גענומן פון אלע
.געשעפטען
טייערער טיטאניק זיין מעשה איס מיט אסאך זאכן סאך ארגער ווי לעבאוויטשס
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 11:23 am
דורך טיטאניק
אויס מענטש האט געשריבן:פארוואס ליינט מען נישט אלע בלעטער ביז אהער? די אלע זאכן ווי צוואה, און יא נחמץ געווארן אדער נישט , מונקאטשער רבי שליטא , דא אלעס איז שוין אויס געשמועסט געווארן.
ליינט און האט הנאה.
א קורצע חזרה נאר, עס איז נאך דא די צוואה עד היום הזה, עס איז געווען געדרוקט נאך זיין פטירה אינעם דעמאלטיגן צייטונג יום השישי, און איז אנגעקומען דא קיין נוי יארק אבער מען האט עס אוועק גענומן פון אלע
.געשעפטען
טייערער טיטאניק זיין מעשה איס מיט אסאך זאכן סאך ארגער ווי לעבאוויטשס
נישט אייביג האט מען די צייט צי ליינען אלע עמודים
ביטע שען אפשר זאסלטי מאכען א סך הכל אין קארצע פונקטען?
דער עולם ווועט זייער הנאה האבען
יישר כח
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:57 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0BcWm3OCAvU[/youtube]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:17 pm
דורך בר דעת
הערליך!
א הערליכע ווידיא, איך מיין אז רבי ברוך האט גוט געטון, ער איז מער העפי מיט ברוכי און מיט זיין שנור ווי מיט נאך אפאר רבישע אייניקלעך אין וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:19 pm
דורך יעדער לאכט
בר דעת האט געשריבן:הערליך!
א הערליכע ווידיא, איך מיין אז רבי ברוך האט גוט געטון, ער איז מער העפי מיט ברוכי און מיט זיין שנור ווי מיט נאך אפאר רבישע אייניקלעך אין וויליאמסבורג
וואס איז שלעכט מיט זיינע רעבישע אייניקלעך פון וויליאמסבורג?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:23 pm
דורך בר דעת
גארנישט שלעכט, קוק איבער די ווידיא און זאג די מיר די ווייטקייט צווישן זיינע ארץ ישראל'דיגע מזרחיסטישע קינדער און זיינע וויליאמסבורג-בארא פארק'ער רבישע אייניקלעך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:29 pm
דורך איך אויך
זיסליך אבער דער אמת איז אז רבי משה ליב'ס עולם און טישן זעהען נישט אויס קיין סאך אנדערש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:31 pm
דורך בר דעת
ווער איז משה לייב
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:40 pm
דורך יעדער לאכט
בר דעת האט געשריבן:גארנישט שלעכט, קוק איבער די ווידיא און זאג די מיר די ווייטקייט צווישן זיינע ארץ ישראל'דיגע מזרחיסטישע קינדער און זיינע וויליאמסבורג-בארא פארק'ער רבישע אייניקלעך
איך האב עס געזעהן, אבער דו זאגסט ער איז מער צופרידן פון די ארץ ישראל'דיגע מזרחיסטישע קינדער ווי פון די רבישע אייניקלעך ווי גלייך עפעס איז ראנג מיט די רבישע אייניקלעך, פרעג איך וואס איז שלעכט מיט זיי.