בלאט 1 פון 1

הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער [זצ"ל], בעל שבט הלוי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:22 am
דורך אנאליזירער
דעם היינטיגן ב' אלול האט דער גאון מפורסם הרב שמואל הלוי וואזנער שליט"א דערגרייכט צו ווערן א בן מאה. זעלטן וואס כלל ישראל האט געהאט אזא גרויסן גדול וואס זאל זוכה זיין צו אזא אריכת ימים, און נאך זעלטענער וואס אין אונזערע טעג האבן מיר זוכה געווען אז די סאמע גרעסטע גדולים זענען אנגעקומען צו אזא זקנה, הויפטזעכליך הגרי"ש אלישיב זצ"ל, הרב שך זצ"ל, און להבחל"ח הרב וואזנער שליט"א, און הרב שטיינמאן שליט"א וועלכער איז שוין איבער 99.

הרב וואזנער איז דער גדול בישראל וועלכער האט באוויזן צו זיין אויפ'ן סאמע שפיץ פון אויבן אן צענדליגער און צענדליגער יארן. ער איז נישט געווארן אנערקענט הערשט ביי די אכציג יאר, נאר יארן פריער איז ער געווען נערץ ביי גדולי ישראל, ווי דער חזון איש זצ"ל און הרה"ק מהר"י מסאטמאר זצ"ל. באזונדער האט ער די זכיה אז זיין ספר שו"ת שבט הלוי איז שטארק אנגענומען געווארן איבער די וועלט, און אזוי אויך זיינע פסקים אין כל מקצועות, ווי שיעורי שבט הלוי אויף הלכות נדה.

א זכיה וואס איז ממש אין דוגמתו איז דאס וואס הרב וואזנער האט באוויזן זיך צו האלטן בשלום מיט אלע שיכטן און קרייזן, האבנדיג דעם שכל הישר ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן. אין סאטמאר איז ער אנגענומען ווי דער "פוסק הדור" אין די זעלבע צייט וואס ער איז אייביג געווען בידידות מיט גדולי ישראל וועלכע זענען געווען היבש ווייט פון סאטמאר, ווי הרב אלישיב, הגר"ע יוסף שליט"א, און אפילו נאך ווייטערע.