בלאט 4 פון 8

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:24 pm
דורך נאר,,פרייליך
שעפטעל'ע וואס שמירט איר'ס אהן אויף די קונים?? לייגט עס אריין אין אייערע צייטונגען און טעלעפאנען כנהוג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:30 pm
דורך שעפטל
איך לייג? איך שמיר? סך הכל האב איך עס געקריגן און כ'האלט אז נאך אידן ווילן עס זעהן האב איך עס אהערגעשטעלט.

איר נעמט די מצב צו ערענסט איך האב מורא פאר אייער געזינט, כ'האף איר ליינט נישט דעם מייסטערהאפטיגן קונטרס ביז ווילאנג דו ווייסט נישט אז ס'דא אן ענטפער דערויף. ח"ו איך וויל נישט האבן קיין חלק אין דיין דעות כוזבות נאכדעם ר"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:32 pm
דורך בדחן
פרייליך, עס איז קאי וקים אז אלע ניקים דא ארבייטען אין די בלאט, און די פאקט אז זיי שרייבען נישט אין די בלאט דאס וואס זיי שרייבען דא איז א בפירוש באווייז אז את״ק איז גערעכט, און אז הגר״מ והגרח״ק זענענן נישט גערעכט, אויך ווייזט עס בפירוש אויף נאך צענדליגע זאכען אבער עס איז צו לאנג דא ארויסצישרייבען.

וויבאלד מיר האבן עס יעצט איינשטומינג באשטעטיגט אין פראקעלאמירט, קענט איר פילען פריי פון איבער שרייבען די טענה צום 234׳סטע מאל, און אויב פילט איר א דראנג צו שרייבען די טענה נאך א מאל, קענט איר יוצא זיין מיט שיקען א לינק צי די תגובה, און דערמיט האבן א חלק מיט האלטן די אשכול פריי פאר אקטועלע אפדעיטס און נייעס, ייש״כ.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:36 pm
דורך למדן
ראשעקאל האט געשריבן:נאך שמיץ וועש....

איך ווייס אז מ' האט אלעמאל פוער פיו געווען קעגן ערליכע יודן און באשמוצט ערליכע יודן מיטן ערגסטן, אבער מען דארף וויסן אז אלעס גייט אהין און צוריק און מענטשן הייבן אהן צו עפענען די אויגן און ציען פאראלעל די אמאליגע טומאה און אפיקורסים מיט די היינטיגע שמוץ וועש, און ווער זאגט אז זיי זענען נישט גערעכט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:26 pm
דורך שעפטל
איך האף אז די הנהלה וועט מיך פארשטיין מיט דעם תגובה:

צו דיר [tag]נאר,,פרייליך[/tag]

ליינענדיג די לעצטע פאר טעג דיינע טענה'רייען איבער בית שמש, און אזוי אויך האבענדיג געליינט דיינע תגיבות אין מיין אשכול גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ! וויל איך דיר קלאר מאכן כדלהלן:

דיין מיינונג איז סך הכל דיין מיינונג! און ס'קען אפילו זיין די מיינונג פון גדולי ישראל און טויזענטער אידן השמעים לדבריהם. אבער דאס איז לגמרי נישט די מיינונג פון גאנץ כלל ישראל. פעיס ריעליטי אז ס'דא גדולי ישראל און טויזענטער אידן יריאים ושלימים וואס האלטן אנדערשט ווי דיר.

פארוואס זאג איך דיר עס? נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז דו האסט מיך אפגעסטעמפעלט אלס אן ארוני, נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז האסט מיך געמאכט אלס איינער וואס נעמט דא ענדערשט אן דעם פסק פון ראב"ד ווי פון דעם גאב"ד. נאר וואס דען?

איינס, כמעט יעדע פון דיינע תגיבות אטאקירסטו איינעם (אז דו ווילסט שטארק וועל איך דיר ס אראפברענגן איינס ביי איינס) וואס דאס איז נישט עטיקעל און זיכער נישט ערלויבט על פי הוראות השטיבל, בנוסף דיין געשרייערייען ווייסט זייער אויף אומזיכערקייט מיט דיר און ס'קוקט מיר מער אויס ווי דו ווילסט ענדערשט פארשווייגן דעם ציבור און געווינען דעם פארמעסט... טאטע שיינער, געווינען וועסטו ווען א"ק וועט געווינען! אנדערשט וועסטו עס קענען אריינלייגן אינעם "מ'דארף טוהן און נישט אויפטוהן" קאטאגאריע...

צווייטענס ווילסטעך טענה'ן מיט פאקטן? ברענג פאקטן! סתם אויסשרייען דיין וויי געשריי קענסטו עס טוהן אן דערמאנען דעם און יענעם. איך האב דיר געברענגט א קונטרס, האסט געשריבן דא אז איינמאל ס'ועט שטיין אין בלאט וועסטו ענטפערן.. יעצט זאגסטו דא אז באמת האט דאס געדארפט זיין בלאט אבער נאכדעם וואס דו האסט דיך דערוויסט פונעם ענגן באהאלטענעם מיטונג האט מען באשלאסן נישט צו שרייבן דערפון. יעצט זיי מוחל און ענטפער אונז די תירוצים...

המשך לא יבוא...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:04 pm
דורך נאר,,פרייליך
שעפטל נעם שוין דעם קונטרס און לויף אריבער צו די רבני הרב קרליץ און גר''ח קאניעווסקי וואס זענען אויך נתפעל געווארען פון די אהל שרה יונגעלייט און די קאקא טעלעפוינען אין אמעריקא (כנוסח הקונטרס)
און גיי צייג זיי די פאקטען און זיי העלן שוין חוזר זיין פינעם איסור צו גראבען אויפען שטח
ס'ווינדער וויזוי עטליכע משוגעים ווי דער קונטרס לייגט דאס אראפ קענען מצליח זיין צו פאר'נער'ן זויפיל רבנים
ס'ממש עק וועלט, אז חוץ אפאר אנשי תקשורת און אנאנימע אימעיל שיקער'ס די פירער פינעם ארץ החיים איז נעבעך די וועלט פארכאפט אינטער אזא מאסיווע שקר קאמפעני
ווער ס'אט דעם מכתב רבני רב קרליץ וגר''ח קאניעווסקי ביטע עס פאוסט'ן דא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:16 pm
דורך זלמן זאפיר
געהערט אז ר' ברוכל פון ספינקא אנטווערפן האט געזאגט אז ער ווייסט נישט צי סאיז דארט דא קברים, איין זאך איז זיכער אז דער קבר פון די עדה. החרדית איז זיכער דארט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:46 pm
דורך נאר,,פרייליך
2013816_024818651_jpg.jpeg

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:49 pm
דורך זלמן זאפיר
די גיטע נייעס איז אז די קארפטירטע אתרא קדישא איז אינדערויסן פין דעס געשעפט
אין ר' חיים קנייבסקי רבנים וועלן משגיח זיין ביי די ארבעט

ר' חיים קנייבסקי ווערט דער נעקסטער זקן ממרא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:07 pm
דורך נאר,,פרייליך
כ'אב דיר נאך בעסערע נייעס די עדה איז ממש אינדערערד ווען אנדערע רבנים זאגען נעבעך אויך נאך זייער פסק.
און הארכען נישט דעם מרן ראש הישיבה וואס האט גוזר געווען א גזירת כלי' אויף די מערות על השטח שבבירור ''שיתוודעו שהם קברי עכו''ם''
זעהט אויס די ליטאעם כאפען נאך נישט דעם טיפען דערהער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:03 pm
דורך שמעקעדיג
דער בלאט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:08 pm
דורך סאשי פיש
יעצט געווארפען אין קרית יואל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:12 pm
דורך זר זהב
לאמיר זעהן סאשי, וואס גייט זיין דיין טויזענטסטער בילד....... אז איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער וויפיל ווערטער איז טויזענט בילדער? :D

ווי איז מיין קאלקעלעטאר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:14 pm
דורך סאשי פיש
[center]מיליאן!!![/center]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:23 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:יעצט געווארפען אין קרית יואל

בית שמש דאמעריקע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:29 pm
דורך שעפטל
רבני העדה פאנגן אן מיט די בריוון (כ'הער ס'דא/ס'קומט נאך אפאר)
שטארקע ווערטער: אין כאן נאמני, ואין כאן עדה חרדית!!!

IMG-20130816-WA037.jpg


IMG-20130816-WA058.jpg

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:40 pm
דורך קאווע טרינקער
איך גיי פאר אים!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:52 pm
דורך בדחן
דאס איז א מורא׳דיגע בריוו, איך ציטער אז די טיילנוג (אפשפארען) פון די עדה, איז אסאך נענטער ווי עס זעט אויס...

אמת?!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:31 pm
דורך סאשי פיש
@MajorNewsTweets: 3 talmidem wrote in name of R' Chaim kaniavski 2stop build in be"sh but when asked R' Chaim he answered: R' Mosha Shternbuch is posik hador!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:06 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
נאר,,פרייליך האט געשריבן:שעפטל נעם שוין דעם קונטרס און לויף אריבער צו די רבני הרב קרליץ און גר''ח קאניעווסקי וואס זענען אויך נתפעל געווארען פון די אהל שרה יונגעלייט און די קאקא טעלעפוינען אין אמעריקא (כנוסח הקונטרס)
און גיי צייג זיי די פאקטען און זיי העלן שוין חוזר זיין פינעם איסור צו גראבען אויפען שטח
ס'ווינדער וויזוי עטליכע משוגעים ווי דער קונטרס לייגט דאס אראפ קענען מצליח זיין צו פאר'נער'ן זויפיל רבנים
ס'ממש עק וועלט, אז חוץ אפאר אנשי תקשורת און אנאנימע אימעיל שיקער'ס די פירער פינעם ארץ החיים איז נעבעך די וועלט פארכאפט אינטער אזא מאסיווע שקר קאמפעני
ווער ס'אט דעם מכתב רבני רב קרליץ וגר''ח קאניעווסקי ביטע עס פאוסט'ן דא

למעשה וואס זאגט איר הרב פרייליך צו די פאשקעווילן (נוסח שטירמר) וואס אונזער באליבטער פאטאגראפער סאשי פיש האט אהער געברענגט, דו האלטס אז דאס איז נארמאל? מענטשליך? אידישלעך? דו האלטס נישט אז דער גאנצע עדה אינקלאדינג ר' יצחק טובי' (און אפשר ר' זלמן לייב אויך) דארפן דאס פארדאמען מיט די שארפסטע טענער כמו שעשה הרב אופמאן ? און אפשר פארדאמט איר עס אויך ?
(שרייבענדיג די תגובה פאלט מיר ביי אז עס מוז זיין אז דאס איז א גוט שטיקל פונעם ראב"ד'ס לאגער און זיי האבן דאס געווארפען, ווייל איך קען נישט גלייבן אז דער אנדערע צד זענען אזעלעכע חמורים).

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:28 pm
דורך איך אויך
פערדעריי איז איין זאך אבער וואס איז פשט פון הנ"מ דבורה? זיי האלטן אז למשל דער גאב''ד איז נישט געבוירן פון א מאמע?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:49 pm
דורך אויס מענטש
ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך
די צעטליך וואס ווערן געווארפן אין די גאסן קעגן א רב בישראל איז א מעוות לא יוכל ליתקן

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:10 pm
דורך אויס מענטש
ווארטס נאר
נארפרייליך באשטעטיגט יעצט אז עמרם אופמאן ארבעט אין בלאט