בלאט 4 פון 66
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:43 pm
דורך big joe
ער איז ארויס געקומען אלץ א מאן ליעב-האבער, ווייל ער קען נישט צו זעהן ווי זיינע רוסישע געי ברודערס ליידן אזוי און ער איז אין די קלאזעט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:44 pm
דורך big joe
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:50 pm
דורך מורינו הרב
געפילטע פיש האט געשריבן:שלום גייט נישט שטארבן, ווייל ס'נאך דא צוויי אפענע ראמאנסען וואס דארף זיך נאך עפעס אויסקאכן, זיי וואלטן עס נישט אריינגעלייגט פאר גארנישט.
די צוואה איז אויך נישט אומזינסט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:59 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב געטראכט דערפון, אבער קען זיין די צוואה איז גענוג אויף אנצומאכן א מחלוקה'לע אפילו אויב ער שטארבט נישט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:29 pm
דורך zurich
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב געטראכט דערפון, אבער קען זיין די צוואה איז גענוג אויף אנצומאכן א מחלוקה'לע אפילו אויב ער שטארבט נישט.
אדער צו מאכן אביסעלע דראמא אז דו זאלסט מיינען אז ער גייט שטארבן!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:52 am
דורך טעפל
קען זיין אז שלום גייט שטארבען, אבער כאטש וועט דובלה בלייבען לעבען..
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:01 pm
דורך לכבוד שבת קודש
פרק 9:
אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעכאפט, אויפן באן איז קיווע געווען דער וואס האט געזוכט אויסצוציען די שמועס מיט די פרוי, בשעת שולעם האט איר פארשיקט, א זאך וואס קיווע האט זיך דערויף געבייזערט און מעגליך צוליב דעם פארלאזט דעם באן בשעת דער טאטע איז געשלאפן. וואס געשעט אבער שפעטער? - שולעם באקומט גאר א טריפ פון איר, און זי גיבט אים נאך איר קארטל אז ווען ער דארף הילף זאל ער איר קענען רופן. אן אינטערעסאצטע צופאל.
נאך א זאך: איך שמעק אז די מעשה מיט די ספר-תורה איז נישט אזוי גלאטיק. איך האב א חשש אז דער איידעם וויל עס פשוט גנב'ענען, ביינאכט וועט ער קומען, אויפגראבן דעם ספר און עס נעמען צו זיך.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:08 pm
דורך קינות גירושין
ווי קען מען זעהן פרק 9?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:10 pm
דורך אבי גערעדט
האט איינער אויפגעכאפט, אז 90% ווען מ'זעט שלום שטיסל, זעט מען אים ביי די עבודת האכילה, מה פשט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:26 pm
דורך קורץ און שארף
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:49 am
דורך מנשה לוסטיג
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:43 am
דורך איך אויך
פרק 9 מאכט נישט קיין שום סענס. די שוואכסטע פרק ביזדערווייל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:33 am
דורך לבי במזרח
איך אויך האט געשריבן:פרק 9 מאכט נישט קיין שום סענס. די שוואכסטע פרק ביזדערווייל.
שולם איז א גוטע אקטאר אבער איך האב געפונען פרק 8 אויך זייער שוואך. וויפל פרקים גייט זיין?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'שמעקט עפעס זייער מאדנע די המשך הדברים, זייער מאדנע, ווייל די געשיכטע פאר מענין לענין אן קיין המשך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:18 pm
דורך zurich
מנשה, צבי אריה דערמאנט מיך אביסל פון דיר, נישט ממש פון דיר נאר פון דיין עקטינג!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:33 am
דורך [NAMELESS]
טאקע אביסל פארפארן אין פרק 9 אבער שולם איז נאך אלס שרעקליך זיס. די גאנצע פרשה פון די חבדסקע טאכטער איז אזוי זיס און אויטענטיש חרדיש, ער איז משונהדיגג גוט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:43 am
דורך zurich
יא שלום איז אייזן !
אבער קיווע איז שוואכע מעשות
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:00 am
דורך לכבוד שבת קודש
פארוואס זאגסטו אזוי?
שולעם איז אייזן, קיווע שפילט ווי א ריכטיגער היינטיגע אלטע בחור אין די סעטואציע. איך האלט אז ער שפילט עס ריכטיג אראפ און ער מאכט א גאר פיינעם דזשאב. עס פעלט אים גארנישט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:17 am
דורך I'm back
ווי קען איך זען חלק ג'?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:37 pm
דורך zurich
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי?
שולעם איז אייזן, קיווע שפילט ווי א ריכטיגער היינטיגע אלטע בחור אין די סעטואציע. איך האלט אז ער שפילט עס ריכטיג אראפ און ער מאכט א גאר פיינעם דזשאב. עס פעלט אים גארנישט.
ער איז עפעס צו קלאצעדיג
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:41 am
דורך מנשה לוסטיג
ווער האט שוין געזען די צענטע.
דאס איז שוין יא א זאפטיגע עפיזאד!
ס'האט מיך איבערגעטוישט און געמאכט נייגעריג אויף ווייטער..
[די ניינטע איז געועון בארינג]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:05 pm
דורך קורץ און שארף
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
די אויטענטישקייט פון די געשיכטע, שפילט מיט די געפילן אונזערע..