בלאט 4 פון 5

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:13 pm
דורך בן תמליון
[tag]גאלד[/tag] ברוקלינ'ס שחורישע געמיינדע איז בערך 30 פראצענט אינגאנצן. עס איז דא א פארקערטע סברא אז אלע נישט שווארצע וועלן גיין פארן ווייסן ניין?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:39 pm
דורך נצבד
היינס האט זיך פראבירט צו "פארענטפערען" פאר מהרז"ל,אז די דרוק אויף אים איז געפערליך גרויס, ממילא האט ער "געמוזט" טאן און זאגען וואס ער האט געזאגט.

און אט פארדעם טאקע קען איך בשום אופן נישט וואוטען פאר היינס, ווען ער האט דרוק דארף ער נישט א דאנק דעם געבען אויפגעבלאזענע מאטריאל פאר אינזערע שונאים, און גיין בכל חומר הדין פאר איינעם וואס ער אליינס איז נישט זיכער צו ער איז באמת גילטי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:42 pm
דורך גאלד
30 פראצענט איז דאך א אסטראנאמישע פראצענט, און דיין פארקערטע סברה איז אויך אמת, און פארדעם האט עס טאקע געארבעט פאר 30 יאר, אבער יעצט זענען די ווייסע שוין אויך מיד פון איהם און זענען בייאיינדרוקט פון דעם שווארצן טאמפסאן ווי עס זעהט זיך ארויס פון די אלע ענדארסמענטס,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:23 pm
דורך למדן
גאלד האט געשריבן:געמאכט מיין באשלוס היינט,
כ'שטיץ היינס מיט א אנגעכאפטע נאז

איך גיי וואוטען נאר פאר מעיאר און נישט פאר די עי (אסאך זאכן קענען זיך נאך טוישען). זאל ער זעהן, בינעך דארט געווען אבער נישט געוואלט שטימען פאר איהם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:46 pm
דורך outspoken
@Happy11911

היינס זאגט קלאר אז ער לויפט איצט דאס לעצטע מאל. טא קענסט זיכער זיין אז ער וועט טון אין זיין לעצטע טערמין אלצדינג ער זאל האבן א גוטן ענדע. ווארשיינליך וועט ער זיך רעכענען מיט אונז גענוי ווי בלומבערג איז זיין לעצטן טערמין. ווער האט זיך געגלייבט יענעם מוצש''ק ביים גרויסן ראלי אין וויליאמסבורג אז ער בלומבערג וועט אונז צוריק שפייען אין פנים. יעדער זאל פאלגן זיין רבי'ן און די עסקנים פון זיין קהילה פאר וועמען מ'ברויך שטימען. מ'זאל זיך נאר נישט איינרעדן אז מיט היינס קומט איצט גוטע צייטן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:33 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:58 pm
דורך שעפטל
א פרישע צעטיל פון טאמפסאן מענטשן!!!

IMG-20130909-WA056.jpg
IMG-20130909-WA056.jpg (79.87 KiB) געזען געווארן 1940 מאל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:01 pm
דורך דעת תורה
מען קען אפשר האבן א לינק צו דעם דעילי ניוס ארטיקל?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:10 pm
דורך שעפטל
IMG-20130909-WA058.jpg
IMG-20130909-WA058.jpg (75.45 KiB) געזען געווארן 1935 מאל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:33 pm
דורך גאלד
כאמעך מיישב געווען איך גיי מיט טאמפסאן און איך בעט יעדן צו שטימען פאר טאמפסאן,
איך האב געזען וואס בלומבערג האט געטאן אין זיין לעצטע 4 יאר, האב איך זייער מורא פון היינס און זיין לעצטע פיר, ער פלאנט נישט צו לויפן נאכאמאל, פאר אביסל פרעשור האט ער ארעסטירט די בערגערס און רובין זיי אויסגעשמירט ביי א פרעסע קאנפארענס, ער איז אלטער שייסער שטינקט שוין פון דער ערד כאב זייער מורה ער העט זיך צילאזן קעגן די אידעלעך האקן שטיקר אן קיין טראכטן 2, רח"ל הי לא תהי'

טאמפסאן הייבט אן פריש ער קוקט מיר אויז צו זיין א ארנטליכער פארשטענדליכער, היינס גייט מיילא פייגערן עני דעי, היום כאן מחר בקבר, דאס מיינט מ'העט ממילא מוזן נעמען א נייעם, נו זאל ער גיין ווען אונז וויל מיר, נישט ווען ער וויל,

רבותי האטס רחמנות און שטימט פאר טאמפסאן!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:39 pm
דורך outspoken
גאלד איך גיי וואטן 8.47 אינדערפרי , פליז האב ביז דעמאלטס אן ענד -אָפּמאַך און דאס וועל איך טון...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:54 pm
דורך שעפטל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:32 pm
דורך גאנצל
גאלד האט געשריבן:כאמעך מיישב געווען איך גיי מיט טאמפסאן און איך בעט יעדן צו שטימען פאר טאמפסאן,
איך האב געזען וואס בלומבערג האט געטאן אין זיין לעצטע 4 יאר, האב איך זייער מורא פון היינס און זיין לעצטע פיר, ער פלאנט נישט צו לויפן נאכאמאל, פאר אביסל פרעשור האט ער ארעסטירט די בערגערס און רובין זיי אויסגעשמירט ביי א פרעסע קאנפארענס, ער איז אלטער שייסער שטינקט שוין פון דער ערד כאב זייער מורה ער העט זיך צילאזן קעגן די אידעלעך האקן שטיקר אן קיין טראכטן 2, רח"ל הי לא תהי'

טאמפסאן הייבט אן פריש ער קוקט מיר אויז צו זיין א ארנטליכער פארשטענדליכער, היינס גייט מיילא פייגערן עני דעי, היום כאן מחר בקבר, דאס מיינט מ'העט ממילא מוזן נעמען א נייעם, נו זאל ער גיין ווען אונז וויל מיר, נישט ווען ער וויל,

רבותי האטס רחמנות און שטימט פאר טאמפסאן!


כ'פארשטיי טאקע בכלל נישט פארוואס טאקע שטעלט זיך יעדער מיט היינס אידער וועי וועט ער לכאורה נישט גוט זיין פאר אונז אידן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:42 pm
דורך נצבד
דאס בעסטע איז, אז מ'שטימט בכלל נישט פאר דיסטריקט אטוירני, ווען מ'איז נישט גענוג קליג צו וויסען עתידות, לאזט מען די טשיפס פאלען אין פלאץ אליינס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:24 pm
דורך פיינע קאווע
איך וויל פרעגן. לו יצוייר מען זאל היינט מאנטאג האבן אריינגעטראסקעט וועבערמאן אויף 103 יאר וואלט איינער געהייסען שטימען פאר היינס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:40 pm
דורך שעפטל
נצבד האט געשריבן:דאס בעסטע איז, אז מ'שטימט בכלל נישט פאר דיסטריקט אטוירני, ווען מ'איז נישט גענוג קליג צו וויסען עתידות, לאזט מען די טשיפס פאלען אין פלאץ אליינס

וועיקאפ קאל:

וואס גייט דא פאר?

קען מען טאקע פארנארן מענטשן אזוי שנעל?

עטץ האטס פארגעסן וויאזוי אפאר חדשים צוריק האבן זיך מענטשן געשוואוירן אז מ'גייט דעם דיסטריקט אטורני טשארלס היינס ארויסווארפן ביים גענאק? נאכדעם וואס יעדע שני וחמישי האט ער ארעסטירט נאך א איד (פארשטייט זיך די ארעסט האט געדארפט פארקומען באישון לילה, ווען מ'איז נאך אנגעטוען מיט די נאכט העמד, להגדיל הטראסק והאדירה) מיט א פרעסע קאנפרענץ מיט דריי פערטל סטעף אויס'געשורה'ט אונטער אים, כדי די פרעסע קאנפרענצעס פון מעלדן אז מ'האט געבראכן נאך א רינג פון אידישע מאפיאנערן זאלן מער אפקלינגען אין די מידיא, און אויב האט דאס די מידיא נישט אפגעקויפט אזוי שטארק ווי ער האט געוואלט האט היינס בכבודו ובעצמו געשריבן א אפ עד אינעם דעילי ניוס און אונז בא'טיטול'ט מיטן שיינעם טיטול "מאפיא" נעעע מאפיא איז נישט גענוג... "ערגער ווי די מאפיא" אזוי ארום זאל דער "מעסעדזש" צו די אידישע קאמיוניטי בעסער אנקומען.

יא אמת די ארונים מיט די זאליס האבן בלית ברירה נאך סטראשערייען פון היינס זעלבסט אינדארסירט היינס, (פאר א סיבה האט ר' משה דוד נידערמאן געגעבן די אינדארסירונג הערשט היינט צופרי) אבער יעדע יחיד פאר זיך בשעת ער גיבט אפ זיין שטימע זאל געבן א טראכט "איין מינוט, וואס טוה איך דא?" גיי איך טאקע יעצט ווייזן אז יא מ'קען האקן שטיקער פון אונזער קאמיוניטי און אונז אנרופן מיט די ערגסטע לשונות צו די מידיא, און אפאר וואכן פאר די עלעקשאנס ווען מ'שטייט אויס צו פארלירען די פאזיציע קומט מען זיך איבערבעטן און לעקן צו אונז?

אויב פילט איר זיך נישט גענוג באקוועם צו וואויטען פאר זיין קעגנער (אגב, ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט זיין קעגנער, אבער אויב שפירט איר אז איר ווילט נישט ממש וואוטען אקעגן איינעם וועם אייער קהילה האט אינדארסירט) דאן לאזט ליידיג ביידע רינגלעך, גיט נישט אייער שטימע פאר טשארלס היינס, ווייזט נישט אז כלל ישראל איז א שטח הפקר, און אויף אונז קען מען טרעטן און פאר די עלעקשאנס זיך אנטוען א קאפעלע און ארום לויפן לעקן און מ'וועט דאס אפקויפן.

געדענקט! שב ואל תעשה עדיף!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:46 pm
דורך זר זהב
שעפטל האט געשריבן:עטץ האטס פארגעסן וויאזוי אפאר חדשים צוריק האבן זיך מענטשן געשוואוירן אז מ'גייט דעם דיסטריקט אטורני טשארלס היינס ארויסווארפן ביים גענאק? נאכדעם וואס יעדע שני וחמישי האט ער ארעסטירט

אבער דאן האט מען נאך נישט געהערט פון טאמפסאן זיינע שיינע דיבורים אויף אידן. עפעס האט ער געזאגט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:20 am
דורך ממרום שלח אש
פארפאלן, היינס איז געווען גוט צו אונז ביז די זאך האט געשלאגן דעם פען.

און ער קוקט אויס בטבע גוט, מען זעט אויפן קליפ ווי ער רעדט ווי ער איז געווען א שבת גוי, און ער איז רעליגיעז, מיט פיל אייניקלעך, עס קוקט אויס ווי מצד עצמו איז ער פיין, און האט א געפיל צו אונז.

אמת ער האט זיך פארלוירן, אמת אז היץ פון די מידיע איז נישט קיין גענוגענדע תירוץ, אבער איך זע נישט קיין מקום לחשוש אז ער וועט זיין ווי בלומבערג אין די לעצטע טערמין, אנדערש ווי בלומבערג, איז זיין אגענדע "קעגן" אונז געטריבן פון פחד פון וואלן, משא"כ ביי בלומבערג זענען זיינע צוזאגן "פאר" אונז געווען געטריבן פון וואלן.

אז מען נעמט אוועק די פחד פון וואלן, וואס בלייבט איבער?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:45 am
דורך רוזעוולט
פארוואס קען מען נישט ארויפלייגן א m4a אודיא?ו כ'האב א גוטס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:38 am
דורך [NAMELESS]
משוגענע עד......

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:52 am
דורך I'm back
רבותי, דער וואס קען נישט משום איזה סיבה ארויסגיין שטימען, זאל כאטש שטימען דא אין דער אשכול.
מיר קענען נישט אפארדען קיין טייס...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:59 am
דורך טעפל
איך בין מסכים, זאג מיר נאר פאר וועם צו שטימען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:05 am
דורך I'm back
פאר א קאנדידאט