בלאט 4 פון 6

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:38 pm
דורך יאיר
מיין נייע אפגאט אין קלאסיקעל מוזיק איז א רוסישער קאמפאזירער מיט'ן נאמען פיוטער איליטש טשייקאווסקי. זיין מוזיק זענען ממש משיב את הנפש, עס פירט מיר גלייך אין טרוים-לאנד. זיי שפיגלען אפ א מין ראמאנטיציזם, בענקעניש און שלוות הנפש וואס איז זעלטן צו געפינען ביי איין קאמפאזירער אויפאמאל. נאט אייך א הערליכער 'ווינטער חלום' פון טשייקאווסקי, וויפיל מאל איך הער עס איבער קען איך זיך נישט אנזעטיגן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0dop_dPIgeI[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:56 pm
דורך יאיר
הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט עדווארד גריג.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dyM2AnA96yE[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:23 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2p1DIiv5GWs[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:17 pm
דורך שבת אחים
הערליכע קלאסישע מוזיק, איינס אין די וועלט!!!
סאונדטרעיק פון א באוויסטע מאפיא מאווי Once upon a time in america

https://www.youtube.com/watch?v=RHCiH-4I_T4

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 12:07 pm
דורך שמייכל
איינער פארשטייט צו דעם ניגון?
http://youtu.be/hKK0GfdDv4s

איך גיי ניסלעך דערפאר

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 1:12 pm
דורך smartinof
שמייכעל דאס איז עפעס איינס און דער וועלט,
לעצטענס האב איך אנגעהוויבען נייגען אן אויער צו קלאסישע מוזיק, עס האט אינספרירט מיין גייסט, און איך האב צוביסלעך אנגעהויבען פארשטיין דברי מו"ר רבי גדליה נדל, אז קלאסישע מוזיק העלפט פארן מח, און עס ברענגט ארויס טיפע חלקים פינעם מח וואס פון סתם טראכטען דערגייט מען נישט, און ביי אים און שטוב פלעגט א גרויס חלק פון טאג ארבייטען די ראדיא אויף קלאסישע מוזיק

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:49 pm
דורך שמייכל
גלעד יו לייקד איט smartinof
איך מוז אבער זיין אמת׳דיג מיטן פאקט אז פאר מיר קלאסיק מוזיק איז גוט מיט א לימיט. איך קען הערן 20 מינוט - א האלבע שעה אבער דערנאך וועט שוין דער מח פארלאנגען א טשעינדזש אויף סינערי. איך בין א שטארקע חסיד פון ג׳אז אויכעט, איך גלייך ארומצוסוויטשן צווישן די ביידע. ס׳איז אזויווי זיס און זויער.. מ׳עסט פאטעיטא טשיפ ביז ווען דער מויל ווערט גענוג זאלציג נעמט מען א שטיקל ליקעריש צו פארצוקערן דעם מצב.. ווערטעך דער מויל אבער צו זיס, נעמט מען נאך אביסל פאטעיטא טשיפס וחוזר חלילה..

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:05 am
דורך יאיר
צדיקים האבן געזאגט אז ווער עס הערט אט די הייליגע תנועות פון באך וועט נישט שטארבן אן תשובה.
(מעשה שטן הצליח און איך קען נישט אריינברענגען דעם יו טוב קליפ אהער. דער וואס קען דאס טון איז מכובד).

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:07 am
דורך ונבנתה העיר
ווער רעדט נאך אז מען לערנט עס בעיון...

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:09 am
דורך יאיר
דאס צו לערנען בעיון קען חלילה ברענגען א מיתת נשיקה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:18 am
דורך יין שרף
יאיר האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז ווער עס הערט אט די הייליגע תנועות פון באך וועט נישט שטארבן אן תשובה.
(מעשה שטן הצליח און איך קען נישט אריינברענגען דעם יו טוב קליפ אהער. דער וואס קען דאס טון איז מכובד).


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=n5Ea4j-Si3M[/youtube]

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:22 am
דורך ונבנתה העיר
האב איך טאקע געזעהן איינעם זיך אויסדרוקען:

[left]Suddenly I was overcome with an almost uncontrollable urge to sob. Feelings that I could not name welled up and begged for release. It was beauty, it was contrition; it was loneliness and it was joy. In a way that I can never explain, it felt like the first time I had ever heard Bach's Mass in B Minor.[/left]

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:27 am
דורך יאיר
יא, דער גאנצער 2-3 שעה'דיגער שטיק איז א מייסטערווערק, און הייסט איינע פון די שטערקסטע ווערק פון באך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:36 pm
דורך נהורא נפישא

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 2:57 am
דורך יאיר
דער זעלבסטמארד ליד איז געוואלדיג, נהורא נפישא.
עס דערמאנט מיר פון פאר עליס פון בעטהאווען, וועלכע איז איינע פון די מערסט באקאנטסטע קורצע קלאסישע שטיקלעך. עס איז טיף, קורץ, און מעלאנכאליש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:48 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=e8K4Y7Tc20Q[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 9:37 pm
דורך יאיר
דער רוסישער קאמפאזיטאר וועמען איך האב לעצטנס אנטדעקט האט עפעס גאר הפלא'דיגע און מחודש'דיגע תנועות.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ki6HXhtB7ug[/youtube]

Re: קלאסישע מוזיק

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:13 pm
דורך מרדכי
Benjamin Zander: The transformative power of classical music

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=r9LCwI5iErE[/youtube]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 1:33 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:דער זעלבסטמארד ליד איז געוואלדיג, נהורא נפישא.
עס דערמאנט מיר פון פאר עליס פון בעטהאווען, וועלכע איז איינע פון די מערסט באקאנטסטע קורצע קלאסישע שטיקלעך. עס איז טיף, קורץ, און מעלאנכאליש.

גאר שטארק, דער זעלבסטמארד זמר'ל, ס'דערמאנט מיר פון א קבלת פנים פארן חופה, די יזכיר לו אונטערטענער, די געפילן פון אט אט גייט זיך עס ענדיגן, דאס לעבן איז פאריבער, לאז ס'איבעריגע איבער פארן מלאך המות... ...מזל טוב!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:36 pm
דורך שמייכל

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 3:59 am
דורך שבת אחים
נעכטען איז געוועהן די יארצייט פונעם וועלט בארימטן קאמפאזאר Ludwig van Beethoven ער איז געוועהן א ריז אין קלאסישע מוזיק און א קריטיש פיגור אין די איבערגאנג צווישן די קלאסישע און ראמאנטישע עראס אין וועסטערן מוזיק קולטור, ער פארבלייבט איינער פון די מערסט בארימטע און אינפלוענטיאל פיגורס פון אלע קאמפאזערס. רוב פון זיינע שטיקלעך האט ער קאמפאוזט גאר יונג נאך פאר די 26 יאר אלט ווען ער איז ליידער טויב געווארן אויף ביידע אויערן אבער אפילו נאכן זיין גענצליך טויב האט ער נאכאלץ קאמפאוזט נייע שטיקלעך מוזיק, אומגלויבלך!

BEETHOVEN - Symphony No. 5 - Leonard Bernstein
https://www.youtube.com/watch?v=zM3y09RjKLs
Beethoven-Fur Elise
https://www.youtube.com/watch?v=k_UOuSklNL4
The Best of Beethoven
https://www.youtube.com/watch?v=W-fFHeTX70Q

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
א געשמאקער אינטעראקטיוו שיעור אויף די ערשטע מאוומענט פון בעיטהאווענ'ס פיפטע סימפאניע.

אויף יוטוב איז נאר דא עטליכע מינוט:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6IOd9R8Ox3g[/youtube]

Re: קלאסישע מוזיק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:52 am
דורך ירא שמים
https://m.youtube.com/playlist?list=PLh ... 2ICSuzslja
א קורס אויף קלאסישע מוזיק.