בלאט 4 פון 7

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:50 pm
דורך יאיר
מר. @לכבוד שבת קודש, אין הכי נמי, ס'איז צום האפן אז לעתיד לבא וועט מען נישט דארפן מקיים זיין די מצוה פון שעיר לעזאזל, ווייל כפי הנראה איז דאס נצטוה געווארן נאר וויבאלד עס איז געווען אזוי דער סדר אין בבל, כמו שביאר המורה בענין קרבנות, ועי' אבן עזרא פר' אחרי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:52 am
דורך שליח
כ'וועל זיך ערלויבן און צוצייכענען להמבואר במקום אחר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:23 pm
דורך אייניקעל
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אשכול, אויב דער בית-המקדש וואלט געשטאנען:

עזאזל - שוין צייט אפצולאזן דער מנהג הקרבה לשדים


דיין צוזאמענשטעל קומט מיר בכלל נישט צום שמייכלען

א מצות עשה דאורייתא וואס קוב"ה האט באפוילען איז מיר גענוג גוט אפילו ס'איז דוקא יא צער בעלי חיים
גראדע מוז נישט זיין אז ס'איז געווען צער בעלי חיים אזויווי חז"ל זאגן "ולא היה מגיע לאמצע ההר עד שהיה נעשה איברים איברים" קען גאר זיין אז די בארג איז געווען אזוי שארף אז די בהמה איז געווען צופיצעלט אין אן אויגןבליק
אפילו ווען יא גייט מיך אויך נישט אן

ווערט זאגט דיר אז די בהמה האט נישט געקריגן גוט עסן און טרינקען, גראדע האט ער יא באקומען, און יום כפור איז נישט אזוי הייס וכו'

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:45 pm
דורך שעפטל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:04 pm
דורך זר זהב
crazy, wow

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:47 pm
דורך יאיר
שליח האט געשריבן:כ'וועל זיך ערלויבן און צוצייכענען להמבואר במקום אחר.

כ'האב טאקע אינזין געהאט דאס וואס דו האסט דארט געשריבן ברוב חכמתך. נאר לגבי דעם צווייטן העלפט, צו ס'וועט אויך זיין לעתיד לבא, איז קודם, די ראיה פון עולותיהם וזבחיהם איז דאך נישטא, והשנית, איז דאך דא א שטיקל טענה אז ס'איז צער בעלי חיים, והשלישית, והוא העיקר, לעתיד לבא וועט מען דאך שוין אראפווארפן דעם שטן פון עזאזל, וועט שוין נישט זיין וועמען צו באפרידיגן, (יעצט וועט מען פרעגן אויב פאר'ן שטן איז נישטא קיין צער בעלי חיים).

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mia6VIjLNps[/youtube]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:41 pm
דורך שמעקעדיג
קען מיר איימיצער ערקלערן פארוואס ערב יום כיפור קאסט א כפרה דאפעלט די פרייז ווי צום גדליה?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:57 pm
דורך געפילטע פיש
יעדע טאג סטארידזש, פערמיטס וואס מ'דארף ארויסנעמען (דא לאכט מען), אלעס קאסט א הון תועפות. מ'דארף עצה'ן די בוטשערס און גראסעריס זאלן אויך הייבן די פרייזן ערב יום טוב, וואס עפעס זאלן נאר די שמשים פארדינען דערפון?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:23 pm
דורך סאשי פיש
ווייל ערב יום כיפור איז דא א שוחט, אווערטיים ארבעטען צופרי פארטאגס,
די פלעצער וואס האבען א גאנצע וואך א שוחט איז עס אלס די זעלבע פרייז,

די קשיא דארף זיין אנדערש, פארוואס בכלל דארף א כפרה קאסטען $15 טאלער ווען מען קען עס קויפען ביים פארם פאר $3 און זיי וואס זיי באשטעלען אין די טויזענטער באקומען עס פאר נאך ביליגער, פארוואס מוזען זיי אזוי ארויפשראפען די פרייזען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:58 am
דורך אחד העם
א געטומעל וועגן כפרות, הערט זיך זייער שיין און נאכדערצו ווען די וואס זענען עס מקיים זענען קנאבעל בערד, מיט טריפענדע בערד און פיאות פון מקווה וואסער, וואס איך פארשטיי נישט איז, וואו איז דיין הארץ פאר דעם רחמנותדיגען קוה וואס מען שעחט אים אפ אזוי ברוטאל, לאמיר זעהן צו די וועסט דיך אפהאלטען פון אריינריקען א גוט שטיקעל סטעיק, וועגן א חשבון פון צער בעלי חיים, אזוי ווי רבי דוד כהן ז"ל ותלמידיו וואס נעמען נישט אריין קיין ביסען פלייש און מויל וועגן א חשבון פון צער בעלי חיים, מיר רעגט מער אויף ווען מען פארקויפט פלייש לרחצה, אן אריינטראכטען אז צו עסן פלייש וואס מען דארף הארגענען א באשעפעניש פאר דעם, האט מען געדארפט האבען א היתר, און די היתר האט דער מענטש נאר באקומען ווייל ער איז געפאלען פון זיינע מאראלישע מוסר'דיגע מדריגות, מען וואלט זיך געדארפט באהאלטען און די קעלערן עסען פלייש, און טאקע ווען משיח וועט קומען און דער רמה המוסרי של המין האנושי וועט זיך צוריקערן צו איר ריכטיגער ניווא וועט מען קיין פלייש נישט עסען, לערן דורך דעם חזון הצמחונות והשלום, וועסט דיך עפענען אביסעל די אויגען זעהן וואס עוולות מיר באגייען, איך בין נישט מחייב קיינעם צו זיין א צמחוני ווי הרב דוד ז"ל'ס אייניקלעך און תלמידים, אבער ריק מיר נישט אריין סטעיק א גאנץ יאר, און איינמאל א יאר אפאר שעה אויף עפעס א פארטאגס ווערסטו מיר אזא גרויסע בעל רחמן...
אויב איינער האט שוין אויבען געשריבען אזוי, זייטס מיר דן לכף זכות איך האב נאך דערווייל נישט דורך געליינט האשכול כולו ז

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:09 pm
דורך שמעקעדיג
אחד, דו מישט די יוצרות. עסן פלייש אום יו"ט איז לויט געוויסע דעות א דאורייתא, און כאטש עס איז פאראן א געוויסע רחמנות אויפן בעל חי בשעת די שחיטה, מען הרג'עט אים בלויז כדי אנדערע זאלן קענען הנאה האבן, האט אבער דער בורא אזוי באשאפן זיין וועלט, ועולם כמנהגו נוהג. איך מיין אז די כפרות פראבלעם איז נישט בלויז די שחיטה, נאר די גאנצע צוגאנג צום עוף פונעם ארויפלאדענען אויפן טראק ביזן אפ'שחט'ן, כ'וואלט דאס אנגערופן א "פיינפולער, לאנגזאמער טויט", צושטופט און צוקראכט מכל הצדדים, ווי קען מען דען למשל פארגעסן לעצטע יאר זענען טויזענטער טשיקעלעך אומגעקומען אויפן טראק צוליב די שווערע היצן, צער בעלי חיים איז דאך א דאורייתא (לפי כמה פוסקים), ווי ערלויבט מען זיך צו טאן אזוינס, דאס איז פאר די טשיקעלעך מאסן פארניכטונגס וואפן...

אזוי צי אזוי, די טשיקנ'ס וועלן ממילא גע'שחט'ן ווערן און אידן וועלן דאס עסן, וואס איז חילוק פארן כפרה צי ער ווערט גע'שחט'ן אין בית השחיטה צו ביים טענט נעבן ביהמ"ד; אלזא די שחיטה איז נישט אויף וואס מען פארפירט, עס איז די מלפנינו ומאחרינו לענ"ד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:57 pm
דורך אחד העם
טאקע דאס איז וואס איך שריי, אז מען פארפירט נישט אויף שחיטה, בעלי חיים זענען בעלי חיים א גאנץ יאר נישט נאר ערב יום כיפור ביי כפרות, מען דארף לערנען מיט די קינדער די חזון הצמחונות והשלום פון הרב כהן.
וועגן זיך אומגיין, נכונים הדברים אז מען דארף זיין נזהר, אבער וואס האט דאס דווקא נאר ערב יום כיפור, שטעל דיך ביי יעדן פארם און מאך געוואלדעס אז מען זאל זיך אומגיין מיט זיי בעדינות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 2:04 pm
דורך פלאוויוס
[tag]אחד העם[/tag] (א הייליג פייער קומט אויף ביים דערמאנען דעם נאמען!), ס'איז זיכער אז ס'וואלט געווען א שטארקער מקום נישט צו עסן פראצעסירט פלייש פון די פאבריקן וואס קוילן אויס הינער אין די מאסן, נאכ'ן ערציען זיי אין אוממענטשליכע אופנים. אין פארמ'ס, וואו די הינער קענען לעבן נאטירליך אויף דער פרייער לופט ביז ס'קומט זייער לעצטער טאג, איז דער מצב זיכער בעסער. דאך מיין איך אז ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז אויב מיר עסן סיי ווי פלייש, זאלן מיר נישט צוליב דעם פילן אז ס'איז א פראבלעם ווען מיר אליין נעמען ארויס טויזנטער הינער אויף א וואך לאנג פון יסורים און פיין. דער לימוד זכות בנוגע א גאנץ יאר איז אז מיר ווייסן נישט גענוי וואס ס'קומט פאר אין די פאבריקן, אבער בנוגע ערב יום כיפור זענען מיר אליין די פארברעכער, און דאס קומט פאר פאר אלעמען אין די אויגן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:31 am
דורך אחד העם
כהאב נישט געזאגט אז מען זאל נישט משים לב זיין אויף די עוולות און אומריכטיקייט וואס קומט פאר לעינינו, איך האב נאר מגיב געווען אויף דעם טומעלדיגען געשריי, פינעם פותח, אז ער זאל וויסען זיין אז מיר באגייען עוולות און אומאראלישע אקטען טעג טעגליך, עי' לעיל וגם עי' במקור שציינתי, יא, מען דארף שפירען סיי דאס און סיי דאס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:42 am
דורך ציבעלע-קיגל
דער ענטפער איז געלט

פאר אפאר דולר מעג מען אלעס.

דער רב און דער שוחט באקומען א באנעס פאר האלטען דאס פיסק פארמאכט און אויפקומען מיט תירוצים און היתירים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:17 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:יעדע טאג סטארידזש, פערמיטס וואס מ'דארף ארויסנעמען (דא לאכט מען), אלעס קאסט א הון תועפות. מ'דארף עצה'ן די בוטשערס און גראסעריס זאלן אויך הייבן די פרייזן ערב יום טוב, וואס עפעס זאלן נאר די שמשים פארדינען דערפון?

אבער אז די אידן וועלן אויפהערן ארומצורידערן מיט די טשיקנס, וועט מען זיך פארשפארן די אלע קאפווייטאג... :roll:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:43 pm
דורך מור וקציעה
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]


ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה

מאידך גיסא בספר אשרי האיש מביא שהגרי''ש אלישיב הקפיד לקיים המנהג בעופות דוקא ושכן המנהג הרווח, ושאין להקל לקיימו בממון, וכן מובא בשם הגר''יי קנייבסקי ולבלחט''א הגר''נ קורליץ ועוד


ילמדינו רבינו מה המנהג הרווח בעולם הליטא ובפרט בעירכם לייקוואד והאם הגר''א קוטלר נהג בזה

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חלק מהדברים הם שקרים, וחלקם מוטעים.
בליקוואוד רוב בני אדם עושים בתרנגולים, והת''ת של ישיבת ב.מ.ג. מוכרים אותם עבור הציבור בצום גדליה. בעיתונות כל שנה יש תמונות. חוץ מזה יש כפרות 'מרדכי שווארץ' תחת השגחת הרמ''ב קליין, ועוד כמה.
המילים האחרונים של הגרי''ז מבריסק בערב יוכ''פ תש''כ היו לבתו רבקה 'נעמט אפ דעם הון'.
אני אישית איני עושה, כמו האבא והסבא, אמנם מסתמא היתה בהשפעת העיכובים אשר מחמת הגוים, באשר אצלינו בענגלאנד אין עושים אותו כמו בב''פ, בשווקים וברחובות, ואדרבא, ההשגחות מקפידים שאין שוחטים אלא בבית השחיטה. עכשיו כבר קל לעשות בענגלאנד, ומשנה לא זזה ממקומה.
איך ווייס אז אין געיטסהעד האט מען געברענגט פאר'ן רב זצ''ל ע הון, אבער חוץ דעם איז נישט געווען פאר'ן עולם. אפשר זענען די פאר חסידישע אידען זיך מטריח דערפאר, אבער סתם אזוי נישט. דער רב איז א פולקאמער ליטוואק געווען, אבער זיין זון דארט אין געיטסהעד האט זיך נישט אזוי באמיט. זעט מיר אויס אז מ'האט עס געטוהן ווען ס'איז געווען לייכט. מ'האט זיך נישט משוגע געמאכט ווען ס'איז שווער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:07 am
דורך מור וקציעה
מור וקציעה האט געשריבן:
ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה


שוב ראיתי בלוח עזרת תורה הנפוץ בארה''ב להפוסק המובהק הגרי''א הענקין זצ''ל -וכתב שם- שמקיימין לכתחלה מנהג הכפרות בממון

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געזען דער ספר פון הרב ד. ק. (שנכתבה ע"ש הרב ש.ק.) און איך זעה נישט ווי ער שרייבט אז מ'טוט עס נישט. ער שרייבט גאנץ שטארק אז מ'דארף נישט, און מ'איז יוצא מיט געלט לכתחלה, עכ"פ אזוי ווייזט אויס פון זיין גאנג, אבער וואס מ'טוט האב איך נישט געזען דארט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:54 pm
דורך מור וקציעה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געזען דער ספר פון הרב ד. ק. (שנכתבה ע"ש הרב ש.ק.) און איך זעה נישט ווי ער שרייבט אז מ'טוט עס נישט. ער שרייבט גאנץ שטארק אז מ'דארף נישט, און מ'איז יוצא מיט געלט לכתחלה, עכ"פ אזוי ווייזט אויס פון זיין גאנג, אבער וואס מ'טוט האב איך נישט געזען דארט.

אין לי כעת הספר תחת ידי ויתכן שלא דקדקתי ביותר, אבל את זה אני זוכר שבהערות שם מביא ששוחח עם הגר''ש קמינצקי בענין זה ואמר הרב בערך בזה''ל: "ונוהגים לעשות לכתחלה במעות ואין בזה פקפוק כלל שהעיקר שיתעורר לשוב ושיתן צדקה לעניים ע''כ
ועכ''פ זה וודאי שבישיבתו וקהילתו בפילידעלפיא (כמרחק שעה ומחצה מברוקלין) אין נוהגין בזה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:06 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אשכול, אויב דער בית-המקדש וואלט געשטאנען:

עזאזל - שוין צייט אפצולאזן דער מנהג הקרבה לשדים

שוין ווידעראמאל איז עס די סוף פונעם יאר, עס פאנגט זיך אן א פרישע יאר מיט די עשרת ימי תשובה, יעדער יוד זיכט איינצוזאמלען נאך זכותים ומעשים טובים צום יום הדין

לאמיר נישטאמאל אריינגיין דא א שמועס פון די נערוועזיטעט, דעפרעשאן, אנגעצויגענקייט, און ישראלי'שע פארמאליטעט וואס כאפט ארום די טעג קינד און קייט, דאס פאדערט זיך א באזונדערע חליפת המוחין צו פארשטיין געבן אז מיר האבן א זיסע באשעפער וואס האט אונז ליב, דערפאר געט ער אונז די געהויבענע געשמאקע האניג-זיסע טעג וואס מיר קענען גרינגערהייט נאנטער ווערן מיט אים, תשובה טוען מיט שמחה וגילו ברעדה וכו'

לאמיר זיך אבער יא אפשטעלן איבער די מנהג פון "שעיר לעזאזל" וואס יודן קוקן דערויף ארויס יעדע יאר, אז די עבירות זאלן דורכדעם נתכפר ווערן, די אנגעצויגנקייט פון די קינדער באגלייט מיט געוויינעריי ווייל זיי האבן מורא פון "דע חיה" וואס לויפט דורך די גאסן פון ירושלים, צו פשוט ווייל זיי ווילן נישט ווערן צוקוועטשט פון די מאסן וואס לויפן נאך דעם איש עתי מיטן שעיר, דאס געדרענג וואס דאס ברענגט אן איבער די סיטי גאסן, איבערהויפט ווען די גאסן זענען אנגעשטויסן מיט טרעפיק, סוכות, פארקויפער טישלעך וכו' וכו' ואין מקום להאריך

כאשטיג איעדער בר דעת פארשטייט אז עס קען גאר נישט זיין אז השי"ת אונזער זיסער טאטע וואס איז חפץ להיטיב עם בריותיו, זאל אונז געבן אזא שווערע מנהג, ווי איוב ע"ה זאגט שוין "ש-ד-י, לא מצאנוהו שגיא כח" אז השי"ת געט אונז נישט קיין מצות וואס וועגט אונז אראפ ביז אונטן, און פארשטייט זיך די פועל יוצא דערפון וואס די יונגערע דור באקומט א נעגאטיווען בליק אויף יודישקייט אלץ א רעזולטאט, פונדעסטוועגן דאך וויל איך ערווענען גאר א אנדערע ערעור אדער טענות אויף די מנהג און דאס איז

צער בעלי חיים

די פאקטן זענען באוואוסט פאר איעדן וואס "וויל" נאר זעהן, בקיצור נמרץ ווערן דער שעיר ווערט ארומגעשלעפט פאר שעות לאנג אין די הייסע מדבריות, ער באקומט נישט צועסן און צוטרינקען במשך די נסיעה, מען לויפט אים נאך אויף די גאסן. אחרי ככלות הכל נאך די גאנצע אושוויץ נסיעה כאפט מען אים אן, ליתר שאת כאפט ער א גוטן שטויס, און היידא - אראפגעטראסקעט דעם בארג, ער זאל ווערן צושמעטערט. אויב איז ער גליקליך, ווערט ער גע'הרג'עט אויפן פלאץ און א עק צו די יסורים, די רעדע איז פון א גאנץ קליינע יונגע און אויסגעדארטע שעפעלע וואס איז בכלל נישט "פיט" פאר די יסורים לכתחילה.

די אנגענומענע הלכה אין די פוסקים איז אז צער בעלי חיים איז א איסור דאורייתא.

זאת ועוד: האט איר שוין אריינגעטראכט? - די תורה זאגט אז מען טאר נישט מקריב זיין א בהמה שלא לשם ה'. וואס טוט מען אצינד? - מען נעמט א שעיר, מען ווארפט עס אראפ צום עזאזל, דוקא נישט אין בית-המקדש און דוקא נישט אלס קרבן להשם. וואס איז דאס?

שאלה #1
וויאזוי קען דער עזאזל אוועקשטופן א איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים און דעם איסור פון נישט מקריב זיין לשדים?

שאלה #2
וויאזוי קען אכזריות צו בעלי חיים מעורר זיין רחמנות אויף אונז אין הימעל?

שאלה #3
א יוד וואס האט אייגענע שעפעלעך טאר זיך נישט זעצן עסן פרישטאג אדער נאכטמאל פאר ער געט צועסן פאר די שעפעלעך, ונתתי עשב בשדך לבהמתך און הערשט דערנאך ואכלת ושבעת, וויאזוי האבן מיר פארגעסן א פשוטע פסוק אין די תורה?

שאלה #4
ר' יוד שוין אמאל געהערט פון מצוה הבאה בעבירה?


ס'איז שוין העכסט צייט אויפצושטייען פון שלאף, גענוג געווען מיט די אכזריות, לאמיר זוכן זכותים פון רחמנות האבן אויף בעלי חיים, איעדער איינער זאל נעמען א דאללאר פאר זיך און די בני בית אדער מער כפי שידו מגעת, עס לייגן אין צדקה אנשטאט דעם שעיר, און די זכות פון צדקה און רחמנות וועט אונז ברענגן א יאר ווי השי"ת וועט אונז באוואשן מיט צדקה און רחמנות און א גאולה שלימה.

ארויפגעברענגט לכבודו של [tag]שבת אחים[/tag] באשכול אחר....