בלאט 4 פון 6

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:46 pm
דורך געפילטע פיש
און טאמער ווייס איך נישט דעם אדרעס פונם פוד שטעמפלעך אפיס?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:05 pm
דורך גלעזעלע
אברעמעל. און געפילטע.
איך האף אז אייער סענס אף הומער לייגט זיך נישט שלאפען אום 10:00 און לאזט אייך ארושפאצירען אן זיין הילף פאר אפאר שעה. פארשטייט זיך אז מיינע ביידע פארשלאגען זענען געווען סארקאסטיש גערעדט

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:39 pm
דורך געפילטע פיש
גלעזעלע האט געשריבן:אברעמעל. און געפילטע.
איך האף אז אייער סענס אף הומער לייגט זיך נישט שלאפען אום 10:00 און לאזט אייך ארושפאצירען אן זיין הילף פאר אפאר שעה. פארשטייט זיך אז מיינע ביידע פארשלאגען זענען געווען סארקאסטיש גערעדט

מיין סענס אוו הומאר לייגט זיך שלאפן וועו ער וויל, ער פרעגט מיר נישט פארדעם, קומענדיגע מאל להסיר מכשול קענט איר צולייגן א סמיילי, א אשפג, אדער לפחות אפאר פינטעלעך צום סוף... אז ס'זאל זיין ברור כשמש בצהרים אז ס'איז געזאגט געווארן באיצטלא דסארקאזם. ;)

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:05 am
דורך אורח
באריסטא האט געשריבן:וועגן פארזיכערן אז אלע מיטגלידער זענען פארהייראט – מיר האבן פארשידענע קלערונגען וויאזוי דאס צו אינפארסירן, און אדרבה, מיר ווילן הערן נאך הצעות פונעם ציבור

איך זעה נישט די ביג דיל, יעדער וואס וויל זיך איינשרייבען וועט דארפען ענטפערען דריי שאלות פון יו"ד ח"ב.
אויב איינער וועט זיך יא אדוירך שווערצען די שאלות וועט ער במילא ארויספאלען נאכן נישט קענען שרייבען עפעס זאכליך

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:16 am
דורך ברוין
גראדע געקלערט פון א וועג וויאזוי צו רעכענען 'זאכליכע תגובות' מ'זאל קוקן תגובות ווס לייקס. דאס טייטש איינער מיט 100 תגובות און 50 לייקס מיינט אז איבער פיפציג פארצענט פון זיינע תוגובת זענען באשטעטיגט ביים עולם אלס זאכליך און שכל'דיג. פארשטייט זיך אז מ'רעכנט נישט אויב איין מענטש לייק'ט שטענדיג דעם זעלבן פערזאן, ווייל דאן ווייזט דאס אז זיי האבן עפעס אן אפמאך אונטערן טיש. אבער בדרך כלל קען מען גיין אויף אזא מהלך.

שכל'דיג?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:14 am
דורך שרייבער
לאו דוקא, ווייל גענוג מאל וואס מען לייקט נישט על לא דבר, צו ווייל מען פארגעסט, ובכל אופן, געלייקט מיינט אז ס'איז סמעטענע, און זאכליך איז בינוני, דאס מיינט נישט קיין שטותים, און אויף דעם איז די הנהלה אויך אין טייטל אפצומאכן

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 6:03 pm
דורך נח געציל
קודם א יישר כח פאר די הנהלה וועלכע ארבייטן שלא על מנת לקבל פרס פאר אונזער טובה וועגן.

א פריוואטע פארום פון דעם סארט האט אסאך בענעפיטן, אבער עס איז א גרויסע ריזיקע, און ווי איך זע ווייסט עס די הנהלה און מען פרובירט עס אהערצושטעלן אויף א גוטן אופן. דערפאר פארשטיי איך דעם נחיצות פון שטעלן די גדרים, ספעציעל דער גדר פון האבן גענוג תגובות. און כאטש איך בין נאך ווייט פון דעם ציפער און עס קען מיר געדויערן אנצוקומען אהין, איז עס אבער זייער וויכטיג, און איך וועל טאקע ברויכן ווארטן לענגער אנצוקומען אהין.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:21 am
דורך Maxwell
With the rate I’m going, I highly doubt that I’ll be eligible any time soon to be admitted to the closed forum. Nevertheless, I must commend the administration for their tireless efforts on behalf of Shtiebel’s members. Their ingenuity and clarity of mind certainly contribute to this endeavor’s success.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:46 am
דורך משה רוקח
פארוואס טראכסטו אזוי? נעם דיר צו די עבודה וועסטו אנקומען! הייב אהן צו האקן תגובות!

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:19 pm
דורך לעמיל
ווען עפנט מען שוין די פאיוואטע פורם???

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:38 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:ווען עפנט מען שוין די פאיוואטע פורם???

ווען דו וועסט האבם 75 זאכליכע תגובות... :לאךהויך:

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:46 pm
דורך לעמיל
איך ארבעט שווער פארדעים

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 8:15 pm
דורך ברוין
לעמיל
א תגובה אונטער צוועלעף ווערטער ווערט כלל נישט גערעכנט

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 8:28 pm
דורך ידען
לעמיל יעצט האסטו שוין כמעט די amount וואס מע דארף, סא דארפסט זיך נישט יאגן. לטמיר זען אפאר קנאקעדיגע אשכולות.

לאז דיינע פאנטאזיעס ארויס פונעם מח צו פרייהייט און בלאז אריין א חיות אין דיין פעדערעל..

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 8:44 am
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:לעמיל יעצט האסטו שוין כמעט די amount וואס מע דארף, סא דארפסט זיך נישט יאגן. לטמיר זען אפאר קנאקעדיגע אשכולות.

לאז דיינע פאנטאזיעס ארויס פונעם מח צו פרייהייט און בלאז אריין א חיות אין דיין פעדערעל..

נאר כמעט איך דארף נאך שרייבען א שיינע פאר אז איך זאל אונקימען צו 75 ;)
אין וועלכע נושא וילסטו הערין מיינע פאנטאזיעס???

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 8:46 am
דורך לעמיל
ברוין האט געשריבן:לעמיל
א תגובה אונטער צוועלעף ווערטער ווערט כלל נישט גערעכנט

איך האף אז די מיינסט עס נישט אמתדיג :cry: :cry: :cry:

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 12:38 pm
דורך דעינעש
לעמיל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:1) לעמיל 2) א 3) תגובה 4) אונטער. 5)צוועלעף 6) ווערטער 7) ווערט 8) כלל 9) נישט 10) גערעכנט

איך האף אז די מיינסט עס נישט אמתדיג :cry: :cry: :cry:

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 1:55 am
דורך באריסטא
אויף דער אנפראגע פונעם ציבור ווילן מיר מעלדן אז מיר האפן צו עפענען דעם פריוואטן פארום הארט נאך שבועות. ווען עס וועט זיך עפענען וועלן מיר עס דא מעלדן. דערווייל ווילן מיר ווייטער הערן אייערע געדאנקען.

נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 6:53 pm
דורך משה רוקח
גוט אז דו זאגסט, אזוי ווייס איך אז איך האב נאך גארנישט פארפאסט.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 5:17 pm
דורך smart
שרייבער האט געשריבן:איך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט

איך האלט אז דאס איז א שטיקעל אישאו ווי איך געדענק פון אייוועלט איז אין התאחדות אברכים געווען זייער זייער אסאך ניקס מיט ווייניג הודעות, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם האט נישט גענוצט זייער אייגענע ניקס, ווייל מען האט גערעדט פרעזענליגע זאכן וואו באקאנט. און זייער אסאך ניקס האבן געוויסט איינער פונעם צווייטען סאוי במילא אין התאחדות האט מען גענוצט אנדערע ניקס,

אולי טראכט איך פון אן עצה אז ווען מען ווערט עפראווט און די פריוואטע פארום זאל מען באקומען א נייע ניק וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר די פריוואטע פארום וכו'

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 5:26 pm
דורך ידען
smart האט געשריבן:

וועט מען דאך ווייטער וויסן ווער איז ווער.

אפשר מיינסטו אז נאר די מנהל?

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 5:33 pm
דורך smart
אוודאי קיינער וועט נישט וויסען אויסער די מנהל - (איי וועסטו פרעגען אז מען שעמט זיך פונעם מנהל אויך - דאס איז שוין אין לדבר סוף) הגם די מנהל עפ"ר ווייסט נישט ווער די ניקס זענען

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 7:20 pm
דורך אורח
גם אני מצטרף לדברי סמארט, איך פלעג שרייבען אין התאחדות אין איינמאל האב איך געוואלט אויסשמועסן עפעס א אישו האב איך געשיקט א אישי פאר'ן אחראי אין ער האט מיר מאשר געווען א פרישע ניק

דאס וואס איינער האט פארגעשלאגען אז ס'זאל זיין א פאבליק ניק איז לכאורה נישט ראטזאם ווייל עס וועט ברענגען א צומעניש ווען איינער וועט אויך וועלן קאמענטירען נישט מיט זיין געהעריגע ניק