בלאט 4 פון 6
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
עס איז א פאקט, אין סקווער רעדט מען נישט דערפון בכלל
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:07 pm
דורך זר זהב
דו זאגסט אז מאט שוין אפגערעדט... נו גוט.
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:23 pm
דורך מנשה לוסטיג
איינער שטייט אויף א בארג און הערט ווי איינער אונטן שרייעט, 'די גולם, וואס שטייסטו אויפן בארג דו קענסט גארנישט זען.. דא אונטן האקט מען א לעבן..' שרייעט דער אויפן בארג, 'דא אויפן בארג זעט מען אסאך מער, ס'טאקע נישט בא'טעמ'ט אלץ אז מ'ווייסט מער און מ'מוזט זיך האלטן אין די ראמען, אבער אז דו ווילסט נישט ארויפקומען ווער כאטש נישט הייזעריג מיר מסביר צוזיין וואס טוהט זיך אונטן.. ווייל ס'שאד די כוחות פאר מיר און פאר דיר.. פון אונטן קום איך שוין.. דא אויבן ביזטו נאכנישט געווען..
די נמשל איז קלאר, ווי קען מען מסביר זיין א בלינדער וואס מיינט קאלירן, גיי פיר וויכוחים מיט א מחניים בוך לייענער, וואס טוהט זיך אין די הייליגע אותיות און תוכן פון מסורת אבות.
אז עס שטייט אין זוהר אז חסידות איז נאר גוט פאר אזויפיל יאר, ממילא, אבער אז א רב פון די לעצטע יאר הונדערט זאל זאגן אויף צוריק, ווען ס'איז א פאקט אז ס'דא א מסורה פון טאטע צו זון, בן אחר בן פון מאור עינים, נענטסטע ממשיך פון בעל שם אליין, וואס זענען אלע געווען מנהיגים און האבן איבערגעגעבן סמיכה ביז אראפ צום היינטיגער ממשיך, קומט א צווייטע משפחה און זאגט ענקער דרך איז פארגעסן.
וואס טוהט זיך ביי מיר אין דיינונג רום ווייס איך בעסער
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:33 pm
דורך שרייבער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דאכט זיך, אז דאס וואס א בחור'ל האט אן שכל געוואלט מאכן א פייער אין 2011 האט מען אין סאטמאר אלע יארן פון איר עקסזיסטענץ געטון מיט מחשבה תחילה און מיט די גוטהייסונג פון די פירער.
און דאס געשלעג קומט פון זיי, און די מושג פון פראסקענען קומט פון זיי.
זעסט מנשה, אזוי ווי דו זאגסט אויף סאטמאר אזוי זאגן אנדערע אויף סקווירא
איך האלט אז די פייער איז געווען פונקט ווי ווען סאטמארע בחורים האבן געטון פראות, א בחור האט זיך צופייערט מיט זיינע געפילן צום רבין און שוין, ווידער דו האלטסט אז ניין, אין סאטמאר האט מען עס געטון מיט די גוטהייסונג פון די פירער, און אז דו רעדסט אזוי וואס האסטו טענות אז אנדערע זאגן אז סקווירא רבי אליין האט אים געשיקט?
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווייל אין סקווער איז דאס געשען איינמאל אין פופציג יאר, און עס איז בכלל נישט געווען די מהלך, אין סאטמאר האט מען אויסגעטון מענטשן נאקעט און געטריבן, געמאכט פייערס גערופן פייער לעשער, גע'מסר'ט געפראסקעט טעראריזירט, כאילו ווער ס'הייסט יוד, מוז זיין איינשטימיג מיט ר' יואליש, ווער נישט אחת דתו להמית.
סקווער האט מיט בלוט און שווייס אויפגעשטעלט א שטעטעלע, און די מתנגדים זענען געציילטע, און מ'האט זיי געדולדעט לאנגע יארן אבער ס'געקומען א צייט ווען די שטריק האט איבערגעריסן.
וויליאמסבורג געהערט דאך נישט קיין פריוואטע קהילה, און האט געהאט אמאל צדיקים וקדושים, וואס האבן געהאט גרויסע מוסדות דארט, מ'האט זיי מיט חרפות ובושות פארטריבן, ואין פוצה פה ומצפצף.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 10:48 am
דורך איך אויך
שמואל הלוי האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה
די סאטמארע אידן זענען כופרים? זענען נישט קיין מאמינים בה'? נאר סקווירא אידן האבן אמונה?
ניין זיי זענען נישט קיין כופרים אבער זיי האלטען אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל [אינקלודינג רובא דרובא פון חרדישע אידען] זענען כופרים ח"ו און דאס אליינס איז שוין די גרעסטע כפירה...
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 5:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'מיין אז דערווייל האט נאך סאטמאר נישט מצליח געווען מיט קיין איין זאך מיטן שיטה.
אויב ס'איז געווען א אמת'ע פראבלעם אינעם מדינה, האבן עס די ריכטיגע מנהיגי הדור אין פלאץ געשטעלט, און דעמאלטס געמאכט א הפגנה, אבער די אלע סאטמארע מאכערייקעס איז לפי הנראה געווען אויסגעזויגן פון פינגער
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:57 pm
דורך אביגדור
געניאל.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:07 pm
דורך אביגדור
נפוץ באר"י?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:20 pm
דורך מנשה לוסטיג
די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:22 pm
דורך היימישער ליטוואק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
דער ספר רזיאל המלאך איז אזוי פון אדם הראשון אזוי ווי __________ איז נתחבר געווארן דורך ___________
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
דרך הבעל שם איז אזוי נשתכח אזויווי די מדינה גייט אונטער
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:28 pm
דורך לעיקוואד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
דער ספר רזיאל המלאך איז אזוי פון אדם הראשון אזוי ווי __________ איז נתחבר געווארן דורך ___________
דו שייגעץ! דו גלייבסט גארנישט אין ______מן השמים!? ווער וייסט, באלד וועט מען הערן אז דו גלייבסט אפילו נישט אז _____ האט געשריבען דער ________. שומו שמים וואס דא גייט פאר.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:31 pm
דורך היימישער ליטוואק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דרך הבעל שם איז אזוי נשתכח אזויווי די מדינה גייט אונטער
מנשה - איך זע אז דו האלטסט א פענדל. וואס סקווער'ס פאזישן אויף די מדינה? אזוי ווי אגודה? אזוי ווי סטמאר? ביטע ערקלער באריכות.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:33 pm
דורך אביגדור
זה דא.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:49 pm
דורך דייטל
איז דא עפעס א מקור אז מגן דוד זאל האבן געשטאמט פון דוד המלך?
ווערט עס דערמאנט ערגעץ אין א פריערדיגע פלאץ? חז"ל אדער ראשונים? אויב יא, וואו איז די ערשטע פלאץ ?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
די הייליגע סמל הקדושה 'דער מגן דוד' איז אלץ געווען די סמל פון יודען, נאר די ציונים האבן עס געניצט צו פארכאפן צו זייער אידייען, אבער קדושה קען נישט נעלם ווערן, און עס בלייבט הייליג.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:46 pm
דורך דעת תורה
דעפאר טאקע איז געווען דער מנהג בבית סקווירא זיך נישט צוריקצוהאלטן פון די גרויסע עבודה הנקראת בפי רבותינו "מציבה שטעלן", הגם אז אין תורת משה שטייט אז עס איז אסור, האבן אבער רבותינו הקדושים גע'טענה'ט אז קדושה קען נישט נעלם ווערן...
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
אין סקווער איז נישטא אזא זאך ווי לייגן א מציבה, נאר א חומה ארום און א אוהל דערויף
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:54 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די הייליגע סמל הקדושה 'דער מגן דוד' איז אלץ געווען די סמל פון יודען, נאר די ציונים האבן עס געניצט צו פארכאפן צו זייער אידייען, אבער קדושה קען נישט נעלם ווערן, און עס בלייבט הייליג.
פון וואנעט נעמסטו דאס? דו זעהסט די קדושה אויפן שטערן?
דער מונקאטשער רב האט נישט געהאלטן אזוי. ער האט געזאגט אז פונקט ווי א במה האט געקענט ווערן פיגול, כאטש אמאל איז עס געווען העיליג, אזוי אויך איז דער מגן דוד געווארן פארפיינטעט ביי גאט.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:02 pm
דורך איחוד פעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
רזיאל המלאך איז פין אדם הראשון אזוי ווי דער העיליגע פין סקווירא האט גילוי אליהו.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:03 pm
דורך דייטל
פון תוס' אין ע"ז דף יא. איז משמע אז אפילו א זאך וואס שטייט בפירוש אין די תורה אויב ווערט עס א ענין פון ע"ז וכש"כ מינות ווערט עס אסור.
נאר ביי א זאך וואס איז ביי זיי א חוקה אלס שטות והבל וואס דאן גייט אן דער לאו פון ובחוקותיהם לא תלכו דעמאלט איז א חילוק אויב ס'איז מפורש אין די תורה זאג איך אז איך טו עס ווייל ס'שטייט אין די תורה נישט וועגן חוקות הגוי, אבער ביי א חוקה לע"ז העלפט דאס נישט.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:14 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער מנחת אלעזר האט געהאלטן וואס ער האט געהאלטן, און מונקאטש זאל זיך פירן אזוי, און סקווער האט געהאלטן וואס זיי האבן געהאלטן [וואס כ'מיין אז סקווער איז נישט אויסגעזויגן פון פינגער צו אויפגעקומען מיט אייגענע השערות מתמול שלשום, ס'איז א שלשלת פון די גרעסטע 'די גרעסטע' ביי כלל ישראל] און די נאכפאלגער אין די טויזענטע פון סקווער וטשערנאביל האלטן אזוי און אויך בעלזע רב ז''ל האט אזוי מקבל געווען פון זיינע אבות וואס אויך סקווער איז פון דעם געפלאכן.