בלאט 4 פון 6

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:06 am
דורך שושן פורים
הערשי האט געשריבן:זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.

נו אז די ווייסט יא איז זאג

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:21 am
דורך הערשי
אי אפשי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:36 am
דורך שליח
איז נארמאל אז א צוועלף יעריג מיידל זאל האבן 7 פאוסטס אויף איר בלאג, אלע פון זיי איבער איין און די זעלבע נושא (ווי שלעכט ס'איז געווען דארט, ביי "די קולט")? איז גארנישט נתחדש געווארן אין איר לעבן זינט פינף יאר צוריק? און וואס האט זי פון שרייבן די אפענע שקרים (ווי למשל אז מ'פאסט יוה"כ אפילו אויב איז עס גורם birth defects)?
דאס פארשעמט נישט נאר די "פרינצעסן", ס'איז א תעודת-עניות אויך פאר אירע עלטערן וואס שטאלצירן נאך מיט אזא אינהאלטסלאזע בלאג, און נעמען נישט די מי צו פארמעקן די ליגנטס (ריכטיגער: באקן איר אריין אין קאפ די ליגנטס).

נישט איבערצודרעשן נאכאמאל די באשפייעכצטע OTD נושא וואס קריכט שוין פונעם נאז, אבער אז מ'האט דן געווען איבער זייער ספעציעלקייט ווילט זיך מיר דאס צולייגן: צו די OTDs זענען מעיקרא ספעציעל ווייס איך נישט, כ'האב קיינעם פון זיי נישט געקענט. אבער פארוואס זענען אזויפיל פון זיי נאכדעם אבסעסד מיט איין זאך (one track minded) און גלאטע שקרנים?
ממה נפשך, אדער זענען די מענטשן אלעמאל אזוי געווען, שוין גארנישט אזוי ספעציעל, אדער זענען זיי אזוי געווארן, וואס דאן געבט דאס א שטיקל בליק אויף די גליקן פון די אנדערע זייט.

אגב, דוכט זיך דער ארטיקל רעדט אויך פון משפחת לאווען. אויב איז דאס אמת, פארענטפערט עס טייל פון די שאלות.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:50 am
דורך טאמבל סאס
איראניש איז, אז דער ארטיקל וואס דו ברענגסט צו, הייסט די מאן נחום, און די פרוי חיה (נחום כ"צ'נס מאמע) און דאס איז געשריבן געווארן מער ווי צוויי יאר צוריק, אסאך פאר זיין ערשטע קאזין פון לאנדאן נחום כ"ץ האט אים נאכגעטאן. א מאדנע צופאל. אבער אפשר נישט?! :roll:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:57 am
דורך יואב
טאמבל סאס האט געשריבן:איראניש איז, אז דער ארטיקל וואס דו ברענגסט צו, הייסט די מאן נחום, און די פרוי חיה (נחום כ"צ'נס מאמע) און דאס איז געשריבן געווארן מער ווי צוויי יאר צוריק, אסאך פאר זיין ערשטע קאזין פון לאנדאן נחום כ"ץ האט אים נאכגעטאן. א מאדנע צופאל. אבער אפשר נישט?! :roll:

טאקע מאדנע!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:08 pm
דורך טאמבל סאס
כ'פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דו האסט עס געדארפט ציטירן. איך שטיי דאך דא נעבן דיר? און פ"וו מעקסטע ארום?
אה. דו לאכסט וועגן דעם? יוחנן הסנדלר מיינט טאקע ער האט אנטדעקט אמעריקע. :lol:
מ'רעדט שוין פונדעם דא עיין באמצע דברי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:21 pm
דורך שושן פורים
שליח האט געשריבן:
נישט איבערצודרעשן נאכאמאל די באשפייעכצטע OTD נושא וואס קריכט שוין פונעם נאז, אבער אז מ'האט דן געווען איבער זייער ספעציעלקייט ווילט זיך מיר דאס צולייגן: צו די OTDs זענען מעיקרא ספעציעל ווייס איך נישט, כ'האב קיינעם פון זיי נישט געקענט. אבער פארוואס זענען אזויפיל פון זיי נאכדעם אבסעסד מיט איין זאך (one track minded) און גלאטע שקרנים?
ממה נפשך, אדער זענען די מענטשן אלעמאל אזוי געווען, שוין גארנישט אזוי ספעציעל, אדער זענען זיי אזוי געווארן, וואס דאן געבט דאס א שטיקל בליק אויף די גליקן פון די אנדערע זייט.

.

ווייל אויב די פליסט פון א דזשאב אויב ביסטו אנגעווייטאגט גייסטו בארעדן דיין אלטע באס אפילו אויב דו טרעפסט א בעסערע דזשאב און ביסט צופרידן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:27 pm
דורך טאמבל סאס
@שליח איך מיין אז ס'איז אפשר דוקא צוליב זייער גוטסקייט; ווייל זיי למשל קוקן מיט רחמנות אויף דיר מעגליך, האלטענדיג אז דו זינקסט אין בלאטע פון אפאלעדזשעטיקע. און זיי וויל דיר פשוט דערלייכטן מיט חכמה. (אדער ביסט נישט צופרידן מיט דיין לעבן, ווייב, קאריער, וכדומה)
ס'דערמאנט דיך פון די מיטליעריגע נאנעס אין די קירכעס פון מנחם מענדל'ס מעשה ביכלעך! הא? לול. אפשר זענען די נאנעס אויך געווען ספעציעלע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:28 pm
דורך גאנצל
שושן פורים האט געשריבן:
שליח האט געשריבן:
נישט איבערצודרעשן נאכאמאל די באשפייעכצטע OTD נושא וואס קריכט שוין פונעם נאז, אבער אז מ'האט דן געווען איבער זייער ספעציעלקייט ווילט זיך מיר דאס צולייגן: צו די OTDs זענען מעיקרא ספעציעל ווייס איך נישט, כ'האב קיינעם פון זיי נישט געקענט. אבער פארוואס זענען אזויפיל פון זיי נאכדעם אבסעסד מיט איין זאך (one track minded) און גלאטע שקרנים?
ממה נפשך, אדער זענען די מענטשן אלעמאל אזוי געווען, שוין גארנישט אזוי ספעציעל, אדער זענען זיי אזוי געווארן, וואס דאן געבט דאס א שטיקל בליק אויף די גליקן פון די אנדערע זייט.

.

ווייל אויב די פליסט פון א דזשאב אויב ביסטו אנגעווייטאגט גייסטו בארעדן דיין אלטע באס אפילו אויב דו טרעפסט א בעסערע דזשאב און ביסט צופרידן


נו וואס טוסטו טאקע אין אזא צייט ווען דו הערסט איינעם רעדן אויף א באס וואס האט אים ארויסגעווארפן? דו גלייבסט דעם בארעדער אויפ'ן ווארט אדער דו טראככסט ביי דיר יש דברים בגו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:29 pm
דורך טאמבל סאס
איך הער אויס ביידע צדדים מיט אייניגע אינטערעסע, און זעה למי החותמת ולמי הפסילים.
כ'מיין. ס'קען דאך נישט זיין אז ביידע זענען אייניג גערעכט!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:35 pm
דורך יואב
פונקט שליח ווילן זיי דערלייכטן מיט חכמה? וואס איז נייעס וואו שטייען מיר!
אפשר ברענגט מען זיי אהער, קאווע שטיבל וועט ראקן. ס'וועט פליהן חכמה אויף אלע זייטן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:10 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.

נו אז די ווייסט יא איז זאג

נו, ער האט דאך יעצט געזאגט אז "ווער ס'ווייסט רעדט נישט". איז א משמעות אז ער ווייסט יא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:06 pm
דורך שושן פורים
berlbalaguleh האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.

נו אז די ווייסט יא איז זאג

נו, ער האט דאך יעצט געזאגט אז "ווער ס'ווייסט רעדט נישט". איז א משמעות אז ער ווייסט יא.
אהא פארדעם הערשט אזא שטילקייט ווייל יעדער ווייסט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:08 pm
דורך I'm back
וואס איז די אדרעסס צו איר בלאג?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:44 pm
דורך שושן פורים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:46 pm
דורך I'm back
עס קומט ארויף:

Page not found

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:49 pm
דורך עסקן בדברים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:01 pm
דורך I'm back
עסקן בדברים האט געשריבן:http://akidyetnotkidding.blogspot.com/


א גרויסע דאנק!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:34 pm
דורך שליח
שושן פורים האט געשריבן:ווייל אויב די פליסט פון א דזשאב אויב ביסטו אנגעווייטאגט גייסטו בארעדן דיין אלטע באס אפילו אויב דו טרעפסט א בעסערע דזשאב און ביסט צופרידן


מילא רעדן אמאל דא דארט, אבער אויב איז איינער אבסעסד מיט דעם, און מאכט אפילו זיינע קינדער אבסעסד, און בראקט אפילו אריין שקרים, האב איך נישט קיין ספק אז די ערשטע דזשאב איז געווען פיל בעסער, ער איז נעבעך נאכנישט צוזיך געקומען פונעם קלאפ.

טאמבל סאס, ס'איז מיר גארנישט געקומען אויפן געדאנק אז מ'רעדט דא פון אזעלכע פיינע מענטשן, וואס זענען גרייט צו מאכן זייער לעבן אינהאלטסלאז, און אפילו משוגע מאכן זייערע טעכטערלעך, אבי מיר צו באלייכטן די אויגן. מי כעמך ישראל! (אגב, איבער חכמה ווייס איך נישט, אבער אין צופרידנהייט פון לעבן, ווייב, קאריערע שטיי איך ב"ה גאנץ פיין as is, ס'זעהט מיר נישט אויס ווי זיי שטייען בעסער ווי מיר).
דא עקא, אז א טייל פון זייערע מעשים שטימען עפעס נישט אזוי מיטן לב טוב טעאריע. ועוד, דער ענין פון שרייבן אפענע שקרים איז נאכנישט פארענטפערט. בשלמא באהאלטענע סילופים, אפשר האלטן זיי המטרה מקדשת האמצעים, אבער וואס פארדינען זיי פון אזעלכע גראבע בלאפן (ווי אראפגעברענגט פונעם בת-עבירה'ס בלאג)?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:49 pm
דורך טאמבל סאס
זיי בראקן אריין ווייל זיי ווילן נישט ס'זאל זיין אזוי ווי עמיצער האט געשריבן היינט אז נאך א דור צוויי זאלן די אייניקלען צוריקגיין. און דו ביסט אבסעסד מיטן אריינפרעגלען שנאה קעגן די פרייע. האסטע געהערט.
ווער ביסטו צוזאגן אויף יענעם אויב זיין לעבן איז אינהאלטלאז וויבאלד דיינע שיטות באשטימען דיזע אקטיוויטעטן פאר ווערטלאז און שאנדע? ווער ביסטו צוזאגן אז די לעבן וואס דו פירסט איז די מאקסימום צופרידנקייט וואס א מענטש איז בארעכטיגט צוהאבן אין די היינטיגע מאדערנע וועלט -- ווען מיליאנע מענטשן (מיט דיין עניוות'דיגע חכמה..) באקומען אסאך מער? ווער ביסטו זאלסט קענען מיט דיין מיינונג און קורצזיכטיגע בליק דן זיין ווער עס שטייט בעסער?

און ווער זענען מיר אלע צוזאגן וואס איז גוט'ס און וואס איז שלעכט'ס? דו ווייסט אפילו נישט פארוואס שלעכטע זאכן וואס פאסירן יעדן טאג צודיר -- דארפסטו אננעמען פאר "בלויז" גוט'ס, און דו קענסט שוין מיט א פעסטקייט באשטימען אז דאס וואס יענער טוט איז זעכער שלעכט'ס, כאטש עס איז אפילו נישט דו, וואס ליידט דערפון. און ס'איז אויך נישט דו, וואס דארף זיין אחראי אויף דעם.
אפנע שקרים? ווייטער, ווער ביסטו צורעדן בשם כלל ישראל? אין א כלל ווי יעדע משפחה איז א פרט, און טוט ביי זיך כל מה שלבו חפץ! מה דאך קהלישע מיסברויכן ווערן פארשוויגן, כש"כ יחידישע עוולות וואס מענטשן טוען אינדערהיים. דו קענסט פארטרעטן יעדן סקווערן, און יעדן טאהשער, און יעדן לב טהור'ער? און דאס איז אלץ א תוצאה פון א סיסטעם וואס שיילט זיך אפ, און פארריגלט אירע לאדענעס פאר אלגעמיינע עסטאבעלירטע געזעץ.!

קוק אין דיינע ווערטער אליין וויפיל דערנידערונג לשונות דו האסט גענוצט. אין בעסטן פאל סארקאסטישע צינישע אויסדרוקן. דאס הויבט נישט ארויס דיינע ווערטער, און ברענגט נישט מער חשיבות צו זיי אין די אויגן פון א אביעקטיווע לייענער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:36 pm
דורך קעניגרייך
איך האב פונקט דא אריינגעבלאדזשעט וועל איך איבערלאזן אפאר ווערטער, לאמיר אייך אביסל קלאר מאכן, מי הוא יוחנן? פארוואס האט ער פארלאזט דעם אידישען דרך, וכו',
איך ווייס אז יוחנן באזוכט כסדר קאווע שטיבל, ווי ער ציטירט כסדר שטיקלעך על דא ועל הא, וואו מען זעט דאס אויף זיין פעסיבוק בלאג.

איך גיי דא נישט אריינגיין אין זיין ביאגראפיע, מה שמו ומי הדין, עס איז אשאד צו ווידמען שורות לכבודו, איך וועל עס נאר זאגן אויפן שפיץ גאפל.
איך האב דורך געסקענט די לעצטע 4 בלעטער האב איך באוויזן אויפצוכאפן, ווערטער ווי, האלבער כופר, גאנצע כופר, טאהש, מצומצם, געלערנט סתם ידיעות, ער איז רעפאמירט, ער העלפט מענטשן וכו' וכו'. איך וויל אייך זאגן, איך קען אים, ער איז היינט יום ב' לסדר תולדות א וויסטער כופר, א כופר באלקי ישראל, גלייבט נישט אין גארנישט, נישט אין השראות הנפש, נישט אין באשעפער, נישט אין גארנישט, ער גלייבט נאר אין זיין האלב אפגעשוירענע בערדל, מיטן מיאוסען אידישען פרצוף... יוחנן איז א איינציג קינד צו זיין טאטן, זיין טאטע איז זייער א קלוגער מענטש, און קומט ארגינעל פון לאנדאן, זיין טאטע איז זייער א איינשטענדיגער איד, און ווי ערווענט פארמאגט ער זייער א שארפן מוח. ער פירט זייער א פרומער שטוב, און אזוי אויך איז זיין זין געגאנגען בדרכי אביו. אזוי ווי זיין טאטן פארמאגט יוחנן אויך א קלוגער מוח, און נשרש שרץ במוחו, און ער האט אנגעהויבן אנצופירקלען זיין מוח, מיט משכילישער ביכער, א שטייגער ווי מענדלעסאנס ספרים א.א.וו. עס האט גארנישט מיט אנטי צמצום אדער מיט די ליפט פון טאהש, עס האט מיט זיין אייגענע ס"מ וואס האט אריינגעשלעפט ברדת שחת. אזוי איז ער געווארן נחמץ מידי יום ביומו, און ער האט ''אויך פארדארבען" זיין פרוי, וועלכער איז אויך זייער א קליגער, אבער זי איז געווען ערליכער פון אים, אבער עווענטועל איז זי אויך אריינגעשלעפט געווארן אין זיין פינסטערן נעץ.

ער איז היינט א אויסגעלאשענע לעכט, וואנדערט ארום אין די ברייטער געוועב, און פון צייט צו צייט ציטירט ער מילביגער לשון הרע'ס אויף אידן, אויף זיין פעיסבוק אקאונט. עס איז נישט דא פון וועמען צו רעדן, און עס בלייבט נישט איבער צופיל צו אנאלעזירן, זיינע תאוות, און איבערגעקליגטשאפט האט אים אליין איבערגעקליגט, און ער וואנדערט ארום אין חלל אריין. דערמיט האט ער חרוב געמאכט א אידישער שטוב, צוגרינד געלייגט זיינע קינדער, און ער פירט זיך כהיום אויף כאחד הגויים, און וויקעלט דאס איין אין א.ג. רעפאמירטער לעבן.

ער איז א מסית ומדיח, און ער ווערט געטריבן דורך אשמדי אליינס. ער האט פארלאזט דעם אידישען וועג צוליב זיינע תאות און משכילישע אנשויאינגען וועלכע האבן זיך איינגעזאפט אין אים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:39 pm
דורך I'm back
[tag]קעניגרייך[/tag], פון ווי ווייסטו וואס זיין תאוות זענען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:46 pm
דורך קעניגרייך
I'm back האט געשריבן:[tag]קעניגרייך[/tag], פון ווי ווייסטו וואס זיין תאוות זענען?

קוק אויף זיין לבוש, זיין מהות, זיין מענטאליטעט, זיין מהלך החיים. זיי זענען די בעסטע עדות. בעסער קוק נישט...