בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:31 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: כאטש דיין תגובה איז פון יאנואר 10. (למספ' ימ"ש). האב איך עס ערשט יעצט געליינט. איך קוילער מיך פאר געלעכטער פון א יעדע איינציגסטע שורה. נאר דו האסט פארגעסן איין זאך. די עסקנים (אונז אלע ווייסן דאך ווער זיי זענען) דארפן שיקן א פעטישן צו אלע קאר מאנופעקטשורערס. ספעציעל פאר האנדא און טאיאטא, וואס דער היימישער עולם נוצט מערסטנס זייערע קארס. אז די קארס וועלכע ווערן פארקויפט אין די היימישע געגנטן. אריינגערעכנט פלעטבוש און לאנג איילענד. אויסער מאנרא. זאללן קומען אן א סיגנאל שלעפער. ווייל ס'איז אן איבעריגע זאך. דער עולם נוצט עס סייווי נישט...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:43 pm
דורך קורקלענד
שמעקעדיג האט געשריבן:די פלעיטס פון א קאר איז א פשוט'ע שטיקל מעטאל, וואס ווערט ארויפגעשרויפט אויפ'ן חלק התחתון פונעם קאר בלויז צו קענען זעהן די נומערן.

אבער דאס קען זיך טוישן בקרוב -- עס וועט ווערן "סמארט-פלעיטס", און קענען טון צענדליגער פונקציעס צו פארגרינגערן די דרייווערס און פארשווערן פאר גנבים וכדו'. ווי למשל מאכן דורך דעם אינספעקציעס, און געענדיגט מיט די סטיקערס וואס קלעבן אויפ'ן ווינדשיעלד; קאר רענטלס וועלן קענען בעסער האלטן חשבון אויף זייערע קארס; אויב ווערט די פלעיטס רעפארטעד גע'ענב'עט וועט דער קאר תיכף אויפהערן ארבעטן, צווישן אנדערע.

https://www.cnet.com/roadshow/news/dumb ... get-smart/

עס וועט ברענגען מער חסרונות ווי מעלות. די רעגירונג וועט אייך בעסער קענען נאכגיין און רעקארדירן, און צונעמען מער פון אייער פרייהייט, אויב ס'נאך עפעס געבליבן. אפי' היינט צוטאגס איז א פחד נורא וואס די רעגירונג טוהט מיט אונז.

Re: נייעס, בילדער, אפדעיט'ס, פון קארס, אוויאציע, טראנספארטאצ

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:20 pm
דורך גראף
א פליגער האט זיך געגליטש פיס אוועק פון ים.




http://www.foxnews.com/travel/2018/01/1 ... -edge.htmlבילד

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:54 pm
דורך ברוך שפינוזה
שבת אחים האט געשריבן:

נישט אלעס פארשטאנען, אבער האסט מיר פשוט פארעקלט פון בארא פארק...

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:47 pm
דורך וואלווי
גראף האט געשריבן:א פליגער האט זיך געגליטש פיס אוועק פון ים.

Sent from my XT1096 using Tapatalk


..."runway excursion incident"

דזארדש קארלין וואלט געמאכט יום טוב פונ'ם אויסדריק...

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 3:49 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:א פליגער האט זיך געגליטש פיס אוועק פון ים.

Sent from my XT1096 using Tapatalk


..."runway excursion incident"

דזארדש קארלין וואלט געמאכט יום טוב פונ'ם אויסדריק...


מיינסט צוזאגן אז די רבי זי״ע וואלט געמאכט מטעמים פון דעם? :lol:

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 4:26 pm
דורך וואלווי
יאפ. נישט און די עירפארט-עירפלעין שטיקל. דוקא אין די שפראך-עיופאמיזם שטיקל

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:19 am
דורך שמעקעדיג
עס קומט אצינד פאר אין דעטרויט א 2018 "אויטא-שוי", וואו עס ווערט געוויזן נייע קארס פאר'ן קומענדיגן יאר.

פון די גרויסע נייעס איז דער נייער טאיאטע אוואלאן, מיט א מאסיוון שרעקעדיגן בייזן געזיכט פון פארנט, אבער אדערווייז זייער סטייליש. די נייעס מיט טאיאטע איז אז מהיום והלאה גייען זיי ענדליך אפערן "עפל קאר-פלעי", א זאך אויף וואס זיי האבן זיך גע'עקשנ'ט ביז היינט. אנדרויד-אוטו איז נאך דערווייל נישט קיין אפציע.

עס ווערט אויך געוויזן א נייע אקיורע RDX, וואס איז זייער סטייליש און פארגעשריטן. עס וועט האבן א גרויסן 10 אינטש סקרין, וואס וועט ווערן קאנטראלירט דורך אזא סארט PAD אונטן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:25 am
דורך שמעקעדיג
דער נייער אוואלאן

https://youtu.be/RfFfhUjYD8k

.

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:28 am
דורך שמעקעדיג
די נייע 2019 אקיורע אר.די.עקס.

https://youtu.be/oE3m1wotUCQ

.

נשלח: מוצ"ש אפריל 07, 2018 9:55 pm
דורך שמעקעדיג
"פאטהאולס".

פעלט אויס צו זאגן מער ווי דעם איינעם ווארט? יעדער דרייווער קען מעיד זיין די פלאג פון פאטהאולס וועלכע וואקסן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן. עס איז אן אפקומעניש. אפילו נאכ'ן פאררעכטן בלייבט עס בלויז צייטווייליג ביז דער לאך עפנט זיך ווידער אויף.

א קאמפאני אין טערקיי איז אויפגעקומען מיט א טראק וואס פאררעכט פאטהאולס דויערהאפטיג אין קנאפע צוויי מינוט, און קען שפארן אזויפיל ווי 500% פון די יעצטיגע קאסטן!

https://www.freep.com/story/money/busin ... 493144002/

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:50 pm
דורך שמעקעדיג
אפאר טאג צוריק האט "פארד" געלזאט פאלן א באמבאסטישע סטעיטמענט, אז זיי וועלן אויפהערן פראדוצירן קארס פאר די יונייטעד סטעיטס.

דער אמעריקאנער עולם האט די לעצטע פאר יאר פארלוירן די אינטערעסע אין '4-טירן קארס' (ד.ה. "סעדאנס"), און לויפן מער צו די "קראס-אווער'ס" (גערופן ביי א טייל היימישן עולם 'דזשיפס', אדער עס.יו.ווי'ס).
די סעילס פון פשוט'ע קארס האבן אנגעהויבן זינקען, עד כדי כך אז פארד זאגט אז עס לוינט זיי כמעט נישט צו פראדוצירן קארס דאהי ווייל די מארקעט איז גאר שואך, און קוים 10% פון זייער פראפיט קומט פון קארס.

זיי וועלן ענדערש פאקוסירן אויף זייערע אויסגעצייכנטע SUV'ס, ווי די נייע עקספעדישאן, אדער זייערע גוטע טראקס, א שטייגער ווי דער F-150, וואס איז אייגענטליך דער בעסט-סעלינג וויהיקל אין אמעריקע פאר צענדליגער יארן.

זיי וועלן יא בלייבן מיט 2 קארס, איינס דער מאסטאנג, וואס איז אן אייקאנישער ספארטס קאר, און א צווייטע קאר מיט א נייעם נאמען פאקוס-אקטיוו.
זיי זאגן קלאר אז אויב די אינטערסע טוישט זיך צוריק (למשל אויב געז פרייזן גייען ארויף צו הויך, וואס דאן שטייגט דער פארלאנג פאר קלענערע אויטאס) קענען זיי צוריק אנהייבן פראדוצירן די קארס גרינגערהייט, וויבאלד די היינטיגע אסעמבלי ליינס זענען פארגעשריטן און פלעקסיבל.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז פארד האט די לעצטע יאר א נייעם CEO (דזשים העקעט, עפעס אזוי), און דער האט אנגעדרייעט די גאנצע זאווערוכע. אסאך עקספערטן זענען נישט איינשטימיג מיט אים ווייל דאס איז ממש משנה געווען פון די מסורה, אבער דער העקעט טענה'ט אז ס'איז גארנישט, ס'איז נאר די שוועריגקייט און אומבאקוועמליכקייט צו טוישן אלטע טראדיציע...

מסתמא וועט לינקאלן (די לוקסוריעזע אפטיילונג פון פארד) נאכגיין אין די זעלבע פוס טריט.

GM האט שוין אויך געמאלדן אז זיי האבן ענליכע מחשבות זרות....

אויב זאל דאס צושטאנד קומען, וועט דאס אוועקנעמען אלע באקאנטע פארד פיוזשענס, טעאראס, פאקוס, אינאיינעם מיט די באוואוסטע שעווי מאליבו, אימפאלא, קרוז, פון אונזערע גאסן, און איבערלאזן די גאנצע מארקעט פאר די יאפאנעזער, טאיאטע/האנדע/מעזדע/ניסאן, אדער פאר די קארעאר, קיע/הייאנדעי.