בלאט 4 פון 13

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:25 pm
דורך זר זהב
די גרעסטע טובה פאר איר נשמה וועט זיין אז אירע קינדער וועלן ב"ה זיין ערליכע אידן בעז"ה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:39 pm
דורך יואליש
גם אני מצטרף אראפצונעמען מנשה'ס היציגע רייד ווי אויך די פערזענעליכע אטאקעס קעגן אים. צומאל איז דאס גרינגסטע דאס גרויליגסטע.

****
כ'נעם מס' ב"ק פרקים פון החובל בחבירו ביז הגוזל... את בניו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:44 pm
דורך זר זהב
כ'נעם מס' ב"מ פרק השוכר, כל המשנה ידה על התחתונה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:55 pm
דורך הקטן
די שאלה אויב סקווער האט געטון אן עולה ווענד זיך איז אויב די לוויה איז יקרא דחיי (די פעסבאק חברים) אדער יקרא דשכבי.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:03 am
דורך יואליש
היות כ'ווייל מ'זאל מסיים זיין צום שלושים, וועל איך זיך אונטערנעמן אביסעל פון סוף סנהדרין. כל ישראל יש להן חלק, און אלו הנחנקין.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:13 am
דורך איחוד פעלד
לעיקוואד נעמט שליח הקן, לא תקח האם על הבנים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:24 am
דורך יואליש
ביים סיום וועט מען מסיים זיין מיט שנים אוחזין, זה אומר כולה שלי וזו אומרת כולה שלי, יחלוקו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:27 am
דורך נולד מאוחר
סגייט אינאיינעם מיט כל דאלים גבר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:43 am
דורך איחוד פעלד
יואליש האט געשריבן:ביים סיום וועט מען מסיים זיין מיט שנים אוחזין, זה אומר כולה שלי וזו אומרת כולה שלי, יחלוקו.



יחלוקו האט געזאגט דער פרוי דער ליגנער, ביי שלמה המלך.....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:33 am
דורך שעפטל
איז די לוי' בכלל געווען אין סקווירא?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:42 am
דורך ימי קדם
הירשל ציג האט געשריבן:facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר

קען זיין, דא אבער ביודעי ומכירי קאמינא, און רוב אויב נישט אלע האבן איר געקענט פערזענליך און א גרויס טייל גאר גאר נאנט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:49 am
דורך לעיקוואד
צו'ם סוף ווייזט אויס איז די לויה נישט געווען אין סקווער, נאך וואס מען האט געלאזט די חברים ווארטען א גאנצע נאכט און זיי גארנישט פארציילט, האט מען געמאכט א שטילע לויה אין לאנג איילענד מאנטאג צופרי. לערבב את השטן האט מען מודיע געווען איינס צוויי נאנטע חברים אז זיי זאלן קומען, נאכדעם וואס עס איז שוין געווען צו שפעט זיי זאלן מעגליך אנקומען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 8:13 am
דורך שעפטל
יא יא דעס האב איך געוויסט, און פארדעם נאך פיר בלעטער און 90 שרייבערייען רוב וויי געשרייען האב איך דאס געפרעגט.... לפי ידיעתי איז קיין שום ערבוב געווען, די וואס האבן זיך געזארגט פאר איר די לעצטע פאר יאר האבן זייער פיין געוויסט ווי ס'גייט זיין און ווען. די וואס זענען געקומען נאכן זיך העצן א גאנצן טאג אויף פעיסבוק אז מ'דארף דא מאכן א ויצעקו קעגן די 'קאולט' חסידים, האט מען ווייטער געלאזט שטיין און זיך העצן גרופעסווייז ווי זיי האבן גענומען זייערע פאזיציעס אין/נעבן סקווירא שטעטיל.

בקיצור [tag]לעיקוואד[/tag] האט מער ווייניגער פארלאנגט אז די משפחה זאל גאר געבן מינוט טו מינוט אפדעיטס פאר אירע פרענדס וואס האבן לפי דעת המשפחה (און כ'מיין זיי מעגן אויך האבן א מיינונג דערויף) א גאנצן טאג באשמיצט איר משפחה, טראץ דעם וואס די פאקטן זענען ווייט פון קלאר.

זיס איז נאר צו זעהן, אז אפילו די פאר וואס מ'האט יא איינגעמאלדן און מ'האט זיי געבעטן נישט צו העלפן צו פארוואנדלן דעם לוי' און א או.טי.די. גענעראל פארזאמלונג האבן דאס פארשטאנען און האבן טאקע מיטגעארבייט מיט די צובראכענע משפחה. (און דאס טאקע טוט ווי פאר געוויסע...)

נאכאמאל, נישט צו בארעדן דעם נפטר, אבער צו שטעלן קלארערע פאקטן, די משפחה און אזוי אויך רוב פון אירע פרענדס פון אלע יארן זאגן איין מעשה, פון די אנדערע זייט שטייען צענדליגע פרענדס אינקלאדעט פון פעיס-בוק (וואס שרייבן קלאר אז זיי האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, און באוויינען יעצט די פאקט אז זיי זענען איר נישט געגאנגן באזיכן ווען זי איז געווען אין פיין) און זיי שרייען עפעס אנדערשט. למעשה ווען זי איז אוועק האט די משפחה באקומען די קערפער פונעם נפטר, און האבן באשלאסן (נאכאמאל כ'מיין זיי מעגן אויך האבן א שטיקל מיינונג דערויף) ענדערשט צו מאכן א שטילע באשיידענע לוי' ווי מאכן א גאנצע צערעמאניע פון העיט קעגן איר רעליגיע פאר בערך דרייסיג יאר.

נאך מער פון דעם, יעצט זעה איך ווי אירע פרענדס (פעיס-בוק) לאראמירן היתכן מ'האט איר נישט געלייגט אין סקווירא.... בקיצור מ'וויל און מ'מוז עפעס שרייען קעגן איר פאמיליע און מ'וועט זיכן יעדע וועג ווי אזוי.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:07 am
דורך דולה ומשקה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:45 am
דורך יואליש
די פארווארד האט אן ארטיקל איבער די כאאס און צומישעניש איבער די אומשטענדן איבער די לויה.



Ex-Hasidic Woman's Apparent Suicide Sparks Funeral Chaos With Skver Leaders
Deb Tambor Buried Away From New Square Amid Controversy

Before and After: Deb Tambor was raised as a member of the Skver Hasidim in upstate New York. She is pictured as she appeared before (left) and after leaving the group.
Before and After: Deb Tambor was raised as a member of the Skver Hasidim in upstate New York. She is pictured as she appeared before (left) and after leaving the group.

By Debra Nussbaum Cohen
Published October 01, 2013.
PRINT EMAIL
Share SHARE
MULTIPLE PAGES
Related
Are You There, Hashem? It's Me, Judy.
Fishy Story Tests Chasidic Town’s Beliefs
The 'Footsteps' of Those Leaving Ultra-Orthodoxy
Confusion and controversy dominated funeral arrangements for a mother of two said to have committed suicide after leaving her Hasidic community and being denied access to her children.
Friends and family of Deb Tambor, a former resident of the ultra-Orthodox community of New Square, in upstate New York, believe she killed herself on Friday, September 27 in the bedroom of the home she shared in Bridgeton, N.J. with her boyfriend, Abe Weiss, another former member of the Skver Hasidic sect, which controls the town.
But Weiss and some 40 former ultra-Orthodox friends of Tambor who quietly converged on New Square Sept. 29 to witness her funeral and pay tribute to one of their own were unable to do so. Members of the New Square community said that Tambor’s family chose to bury her elsewhere with only immediate family present due to the shame she had brought upon the family and the community.
Deb Tambor and Abe Weiss
Deb Tambor and Abe Weiss
“Who wants to be buried next to this lady?” New Square resident Menashe Lustig told the Forward in a phone interview. “It’s very difficult to know where to put her. I hear they called up the rabbonim in Israel and they told them the decision” that she should be buried elsewhere. Of Tambor’s life and death, he said, “The family is ashamed. They’re very ashamed.”
The actual circumstances of Tambor’s death remain unclear, pending findings from the Cumberland County, N.J. coroner. An official with the New Jersey state attorney general’s office said toxicology tests can take 12 to 16 weeks to receive. But neither her friends nor her family suspect foul play.
According to her friends, Tambor became depressed after leaving the New Square community four years ago and divorcing her husband. Weiss, her live-in boyfriend, said her family had disavowed her earlier, when she told family members that she had been sexually abused by a member of the tight-knit New Square community as a child and they denied it.
Driven by her depression, Tambor checked herself into a psychiatric hospital, said Weiss, which is when family members in New Square moved to block her from seeing her children, who are now 11 and 13.
“Her depression started when she decided to leave the community and was threatened with losing her kids,” Weiss told The Forward. “Her biggest issue was that no one cared for her, everyone blew off all her issues.”
Weiss and other ex-Orthodox friends of Tambor began congregating about 4 p.m. Sunday for her funeral outside New Square’s funeral home, located on a cul de sac at the end of Washington Avenue. According to some of those who gathered, every few minutes a Skver Hasid would slowly drive past them.
Weiss said that the crowd of formerly Orthodox friends were given a variety of conflicting reports by their contacts inside the community: that the funeral would be in an hour, or before dark, or after night fell, or at midnight. Rumors flew back and forth by text and in a closed Facebook group for Jews who are “off the derech [path], or OTD, as many former ultra-Orthodox Jews refer to themselves.
Around 9 p.m. one of Tambor’s uncles came to the group and said he would call the police and have them all handcuffed, Weiss said. The police came, stayed about 30 minutes and then A member of the OTD group called the police himself, said Weiss. The police arrived after about 30 minutes, he recounted, and then left, saying that the friends had a right to be there, said he and others who were present.
At 4 a.m., still uncertain when Tambor’s funeral would actually take place, her friends stood in a circle in front of the funeral home and lit candles. A few friends spoke about Tambor. They then observed a moment of silence before dispersing.
Five minutes later, while Weiss was en route to stay with a friend in nearby Monsey, N.Y., one of Tambor’s brothers texted him offering to take him to view her body, Weiss related. Two brothers picked him up and took him to a quiet street just outside New Square’s border, where a privately owned minivan waited. In the back of the van was Tambor’s coffin, Weiss said. Her brothers allowed him to look but not touch the coffin or take off the top so that he could see her face. At 10 a.m. on Monday the brother texted him that Tambor’s funeral was taking place at that moment at a cemetery in West Babylon, Long Island, Weiss said.
“It was nice what they did yesterday. It would have been nicer if they let me come to the funeral,” Weiss said.
A member of Tambor’s family told the Forward that the decision not to bury Tambor in New Square’s cemetery was not because she was a suicide. Suicide is considered a grave violation of Jewish religious law, and traditional practice formally prohibits suicides from being buried within the gates of a Jewish cemetery. But other suicides have been buried in the community cemetery, said the family member, based on the presumption that they repent in their last breath. The family member spoke only on condition of anonymity due to fear of retribution from his community were he to be quoted by name.
The head of the New Square burial society, Yaacov Byer, declined to answer any questions about Tambor’s funeral.
Lustig said she was buried far away because she had strayed from religion. “In public they say it’s because she wasn’t shomer Shabbos [Sabbath observant]. But my friend told me it was because she has relations with strangers and everything. It’s like she was free.”


Read more: http://forward.com/articles/184837/ex-h ... z2gUAli5QD

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:49 am
דורך הירשל ציג
זעהט נאר וואס דער פערד מנשה לוסטיג זאגט פאר די פרייע פרעסע:

“Who wants to be buried next to this lady?” New Square resident Menashe Lustig told the Forward in a phone interview. “It’s very difficult to know where to put her. I hear they called up the rabbonim in Israel and they told them the decision” that she should be buried elsewhere. Of Tambor’s life and death, he said, “The family is ashamed. They’re very ashamed.”

מיר שעמען זיך אז מנשה איז א מעמבער פון כלל ישראל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:11 pm
דורך היימישער ליטוואק
[tag]לעיקוואד[/tag]
מיט אן אריינגיין אין אונזער ויכוח לגבי חבירים וכו'. וואס איז דיין פאזיציע לגבי א גיי חבר וועלכער וויל קומען צום לויה, דארף מען אים אויך אקקאמאדירן?
אויב דיין ענטפער איז ניין, דאן דוכט זיך אז דער אייבי ווייס'ס יחס מיט דעבב איז אויך גווען א חיוב כריתות'דיגער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:13 pm
דורך יואליש
כ'קוק זיך אזוי צו צו די כאטישע און קאנפליקטינג מיינונגן איבער די לויה סצענע. און ס'שיינט מיר אז סקווירא, אדער די משפחה, איז פילייכט נישט געווען באזונדער העפליך אבער אויך נישט באזונדער שלעכט.

לאמיר צוזאמנעמען די אינפארמאציע וואס די וויריטואלע וועלט שטעלט צו און מאכן א שטיקל סיכום:

ס'קוקט אויס אמת אז פריינט און באקאנטע פון די נפטרת זענען געשטאנען ביים סקווירא בית החיים פאר שעות לאנג, אזוי לאנג ווי 12 שעה אין געוויסע פעלער. ס'קוקט אויס אז ס'איז אריינגעקומען קאנפליקטינג מודעות און קלאנגן איבער די זמן פון די לויה. ס'קוקט אויס אז מאנכע אין סקווירא האבן מורא געהאט אז די ווייטאג געמישט מיט העצע קען פאראורזאכן אז איימיצער וועט זיך בא'נער'ישן און שאפן און אומבאקוועמע סצענע. ס'איז נישט דא קיין אינפארמאציע וואס טוט אנדייטן אז די משפחה האט בכלל געפלאנט איר צו ברענגן לקבורה אין סקווירא. פון א מעלדונג אויפן ספר פנים יפות דורך אן אנגעבליכע נאנטע פריינדינע פון די נפטרת קוקט אויס קלאר אז איר האט מען יא אנגעלאדענט צו די לויה און זי האט זיך טאקע באטייליגט און איז זייער דאנקבאר פאר די משפחה. אויך קוקט אויס פון דארט פון א הארצרייסענדע ליד וואס די נפטרת האט אנגעבליך געשריבן אז די מוטער און געשוויסטער זענען געווען ווארעם צו איר און זי באשולדיגט בלויז די פאטער אירע. די נפטרת' לעבענס-באגלייטער האט באקומען א שאנס צו זיך געזעגענען, אפי' אויב נישט אויף א בכבוד'יגע אופן.

יעצט איז אזוי: פיל פון אונז וועלן מסתם געדענקן א פאל ערגעץ און אונזער איגנט - צו ס'איז א כאפצעם אדער א סצענע אין א אדמורות פייט, אדער פויערן נאך א גלח'ס דרשה אין מנחם מענדיל'ס ביכלעך - ווי מענטשן פארזאמלן זיך צו א כאאטישע סצענע, די אינפארמאציע פלוס באשטייט פון קלאנגן, די געמיטער ווערן איבערגעהיצט און ס'פירט אז איימיצער זאל זיך צולאזן אויף א פאגראם. אזוי ווערן מאסן געהעצט און אזוי געשעהן ראיאטן פון צו'יושטע אינגעטליכע (איז די ווארט "ציואשט"?). סאו אן צושרייבן באזונדערע בלעים צו סיי וועלכע צד, דאס איז די נאטורליכע פראדוקט פון מיסטראסט געמישט מיט צער. ביידע צדדים האבן זיך נישט געטראסט איינער דעם צווייטן, זענען געווען זיכער אז דער צווייטער זיכט זיי צו בא'עוולה'ן. און יעדער רעאגירט עקארדינגלי.

איין זאך איז זיכער. ס'הערשט ווייטאג פון אלע זייטן און אין אזא צייט איז שווער צוזאמצושטעלן א קלאר בילד.

צו בעסער פארשטיין די משפחה וועל איך געבן א ביישפיל פון "מעגליכע" פחד וואס זיי האבן געהאט וואס האט "מעגליך" געפירט אז די משפחה זאל לאזן איר לעבענס-באגלייטער אין די טונקל איבער די לויה פלענער. ס'איז נישט קיין סוד אז אלע או טי די מענטשן ווערן אראפגעמאלן אין סקווירא (ווי אויך ערגעץ אנדערש) ווי חיות טורפות מיט רשעות'דיגע אגענדעס. אפי' דא אין שטיבל זעהט מען אמאל א צוהיצטע תגובה פון קלוגע מענטשן וואס צייגט אויף א געוויסע בילד געשאפן ביי מענטשן. יעצט איך שפעקעליר (נאכאמאל: בלויז מיינע שפעקעלאציעס) אז מעגליך די משפחה האט זיך געפארכט אז איר שותף וועט זיכן זיך צו פארוואלטן אויף די קערפער און עס קרימעיטן און אויסשיטן איבער די זיבן ימים, ווארום דאס איז דאך וואס אוי טי די טוהן כסדר, ווען זיי זענען נישט פארדראגט און נאקעט און אנגעבראכן און שמוציג. ממילא קען מען אביסעל פארשטיין די מאטיוו - אפי' אויב אומראציאנעל און אומבאזירט אויף פאקטן - וואס ליגט אונטער דאס זיך אומגעגיינגען באזונדער סודות'פול איבער די זמן און מקום הקבורה און געלאזט א פיר מנינים פאר'צער'טע פריינד אויף א קאטשקע-געיעג (און מיט פאפקארן אין די מויל, לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן).

*
די לעצטע סטעיטמענט וואס מנשה לוסטיג האט געגעבן פארן פארווארד האט מיך געלאזט ספיטשלאז. הערשט נעכטן האב איך זיך אנגענומען פאר אים דא אין שטיבל קעגן זיינע זינלאזע אטאקירער. ס'גייט מיר נישט אין קאפ די צוויי סתירות'דיגע מוחות וואס מאנכע (פיינע מענטשן) האבן, איינס פאר "היימישע" און איינס פאר יעדן פון "אינדרויסן".

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:00 pm
דורך ימי קדם
יואליש, איך בין אנציקט, ווי אייביג, קלארק,נארמאל און גוט מסביר די ענין, איך האב עס מיטגעהאלטן פון די נאנט, און ביסט גערעכט מיט יעדע ווארט, חוץ וועגן דער המון עם אין סקווירא, זיי דארפן גיין לערנען א שיעור אין מענטשליכקייט, ואכמ''ל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:03 pm
דורך שמעקעדיג
ימי קדם, דיין הודעה איז א סתירה מיט דיין חתימה...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:05 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:לעיקוואד נעמט שליח הקן, לא תקח האם על הבנים.

יא, אבער ביי מצות שילוח הקן שטייט נישט אין די תורה "לא תיקח האם מהבנים"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:24 pm
דורך John Doe
אין ליכט פון די סטעיטמענטס וואס מנשה לוסטיג האט געגעבן פאר די פרעסע, דארפן די מנהלים צוריק לייגן די אראפגענומענע תגובות פון נעכטן. ער איז היינט א ספאוקסמאן פאר סקווירא (זעלבסט געקרוינט צו נישט) און זיין פערזענליכע אויפיראכטס איז פולקאם אקטועל צו שילדערן דא, פארשטייט זיך מיט רעספעקט ווי ווייט מעגליך. סיידן אויב ק״ש איז געווארן איי וועלט וואו מ׳טאר נישט ריידן קיין ווארט אויף א חסידות און אירע ספאוקסלייט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:34 pm
דורך outspoken
האט טאקע סקווירא נישט קיין בעסערען ספאקסמאן ווי JEWBOY און מנשה?...