בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:54 pm
דורך געוואלדיג
אה.... אה...... אזוי פיל אידן געבן לחיים פארן רבי'ן


און נאך זוכה געווען צו ווארטן אויפן רבי'ן ביי די ציון פון רמבענ"ס


מי ידמה ומי ישווה

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:55 pm
דורך געוואלדיג
און נאך עפעס, מען האט זוכה געווען צו מקדש זיין דעם שם הק' סקווירא........

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 6:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס דארף דער טערמין 'טשערנאבילער קאפיטלעך' מיינען? דוד המלך האט דער שטאט טשערנאבעיל געהאט אין זין ביים שרייבען? דער טשערנאבילער רבי האט פארפאסט די קאפיטלעך? א צווייטע מעג עס נישט זאגען?

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 6:37 pm
דורך [NAMELESS]
ווער זאגט אז זיי רעדן בכלל פון תהילים?

וואס די טשערנאבלער אוהל איז ווייס איך אויך נישט, וויפיל איך ווייס איז בכלל נישט דא אזא זאך דארט (כ'בין שוין אסאך מאל דארט געווען).

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 2:04 am
דורך מבקר
בן אדם האט געשריבן:וואס די טשערנאבלער אוהל איז ווייס איך אויך נישט, וויפיל איך ווייס איז בכלל נישט דא אזא זאך דארט (כ'בין שוין אסאך מאל דארט געווען).

לכאורה מיינט דאס די ראכמסטריווקע אוהל

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:14 am
דורך בת קול
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס דארף דער טערמין 'טשערנאבילער קאפיטלעך' מיינען? דוד המלך האט דער שטאט טשערנאבעיל געהאט אין זין ביים שרייבען? דער טשערנאבילער רבי האט פארפאסט די קאפיטלעך? א צווייטע מעג עס נישט זאגען?


איך מיין אז די קאפיטלעך האט מען זיך געפירט צו זאגן אין טשערנאביל.

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האף דו כאפסט דער פראבלעם?

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:20 am
דורך בת קול
מיט?

מיין מיינונג אויף סקווירא

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:27 am
דורך מישו מאוד מעניין
וואס א חילוק אלע שטותים
איך האב זייער ליב סקווירא חסידות און אידישקייט איז עס אסאך בעסער ווי רוב חסידות
איך בין נישט קיין סקווירא חסיד אבער א סקווירא תלמוד
איך האב גערעדט מיט אסאך פון מיינע חברים נישט סקווירא'ס אלע זאגן אז זיי האבן זייער ליב סקווירא

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:28 am
דורך בת קול
אבער, אדער אדער?

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:29 am
דורך דולה ומשקה
בת קול האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס דארף דער טערמין 'טשערנאבילער קאפיטלעך' מיינען? דוד המלך האט דער שטאט טשערנאבעיל געהאט אין זין ביים שרייבען? דער טשערנאבילער רבי האט פארפאסט די קאפיטלעך? א צווייטע מעג עס נישט זאגען?


איך מיין אז די קאפיטלעך האט מען זיך געפירט צו זאגן אין טשערנאביל.


וואס הייסט "מען האט זיך געפירט צו זאגן אין טשארנאביל"?
אין א שטעטעלע אין רוסלאנד מיטן נאמען טשארנאביל האט געוואוינט א איד מיטן ערשטן נאמען רבי מרדכי, דער רבי מרדכי האט געזאגט די עטליכע קפיטלך ווען ער פלעגט שטיין אויף דער רוא ארט פון א געשטארבענעם גוטע-איד. נו, ווייל איין רבי מרדכי האט פאר זיך אפגעמאכט צו זאגען די קפיטלעך מיינט דאס אז דער גאנצע שטעטל האט דאס געזאגט. אין יענעם שטעטעלע האט אויך געוואוינט א רבי משה יעקב וואס ער האט נישט געזאגט יענע קפיטלעך נאר גאר אנדערע, דאס מיינט אז 'אין' טשארנאביל האט מען נישט געזאגט.

נאר וואס דען דער אויבערדערמאנטער רבי מרדכי האט געהאט א פארפלייצונג פון קינדער אין איינקלעך וועלעכע האבן געמיינט, אדער זיך עכ"פ געוואלט אזוי איינרעדן, אז א שוכן עפר הערט נאר די אפגעגעבענע קפיטלעך אין עפעס אנערש הערען זיי נישט. די געוועזענע אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן אוועק געשענגט זייערע מוחות צום היינטיגן קולט פירער זאגן אויך דוקא די קפיטלעך וואס זייער פירער הייסט זיי זאגן, ניטל הבחירה ניטל האמונה.

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:34 am
דורך בת קול
און אזויווי דו האסט יעצט אוועק געמאכט א מנהג, קענסטו אויפהערן עסן המן טאשן, אויפהענגען נוי סוכה, און שפילן דריידל חנוכה.
סתם ווייל א אונגערישע באבע האט אזוי געטוהן, דארפסטו אויך?

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביז מ'שניידט נישט אין קליינע שטיקלעך, גייט עס נישט אריין.
ר' מרדכי וואס האט געוואוינט אין טשערנאבעל האט געטוהן די בעסטע פאר זיך, לויט זיין פארשטאנד. א מנהג איז ווען א שטאט איז עפעס נוהג צוליעב א פסק הלכה צו אן אנדערע סבה.
טאמער דער אונגארישער אפשטאמיגע איז מחליט אוועק צו געבען זיין מנהגים און אננעמען א צווייטענ'ס, האט עס גארנישט מיט וועלכע קאפיטלעך תהלים רעדען צו זיין הארץ.
און טאמער דאס פאלגען א 'צדיק' מיינט אז ער האט שוין נישט קיין הארץ, קיין מח, ברענג דא נישט אריין מנהגי הראשונים אשר מקורם מתלמידי חכמים יודעי דעת ודת כאילו ס'האט א שייכות מיט איינעמ'ס פערזענליכע געפיהל.

אגב, טאמער דו טרעפסט מנשה ערגעץ, שיק איהם א גרוס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:54 am
דורך בת קול
אנטשולדיגט, אבער איך וויל נישט אריבערגיין די געלע ליניע...

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כפול בטעות

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער ליניע שטייט צווישען דיר און מנשה, צו צווישען דיר און דיין הארץ געפיהלען וואס לעכצען נאך אן אנדערע קאפיטעל ווי דעם וואס דער ויבחר בדוד עבדו האט געוויילט מאחר עלות

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:57 am
דורך בת קול
וויאזוי קענסטו מחליט זיין וואס איך וויל?

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט מחליט, ווי אויך נישט ר' מרדכי פון דער דארף טשערנאבעל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 10:59 am
דורך בת קול
און דו האסט נישט קיין שום מסורה?

Re: סקווער לעומת אנדערע חסידות

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 11:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט קיין מסורה וויאזוי איך דארף פיהלען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 11:04 am
דורך בת קול
ווער רעדט דא פון געפילן?

אויב עס איז דא א מסורה אין סקווירא צו זאגן די קאפיטלעך, גלייב איך אז עס איז דא עפעס צו דעם, און איך וויל עס זאגן.
ווען עס געפעלט מיר צו זאגן אנדערע, זאג איך אנדערע.

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא.

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 11:06 am
דורך בת קול
און ווי לאנג נעמט דיר צו ענטפערן די יא/ניין שאלה, וואס איך האב דיר געשיקט?

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 11:26 am
דורך [NAMELESS]
יא. דער הייליגער צדיק רבי מרדכי פון דער דארף טשערנאביל האט 'איינגעפירט' צו זאגן דוקא די קאפיטלעך! עטס קענטס מוחה זיין דא אין קאווע שטיבל ביז איבער מארגן it's too late...