בלאט 4 פון 21
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 11:51 am
דורך cash
לאדיך אפ האט געשריבן:cash האט געשריבן:I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?
טשעק עס אויס אויף זייער סייט k9webprotection.com
ווי קען איך עס טרעפן?
ביי וועלכע טעב?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:10 pm
דורך DotCom
טעלעפאן האט געשריבן:It just works. דאס איז עס.
ווען איך טוה שנעל עטליכע זאכן אויף מיין איי-פאון, ווערט אלעס געפאלגט, די טאטש איז פונקטליך ווי א זייגער, ווען איך סקראל אדער זום גייט עס ממש ווי איך וויל, משא״כ ביי אלע אנדרוידס וואס איך האב פרובירט האבן זייער פיינע מעלות, אבער עס פעהלט דער ״פיינעל טאטש״. און פארדעם בין איך גרייט צו פארגעבן widgets וכדו׳
גערעכט, אין אלגעמיין איז אייפאון מער סטעיבל ווי ענדרויד, ענדרויד איז טאקע זייער א פארגעשריטענע סיסטעם, אבער וויבאלד עס איז open source, דאס מיינט אז יעדער קען נעמען דעם סאפטוועיר חלק און טהון דערמיט וואס ער וויל, נעמען עס די מאניופעקטורער'ס (מאטאראלא, סעמסאנג וכדו') און דערנאך די סעל פראוויידער'ס (ווערייזאן. ספרינט וכדו') און זיי טוען עס ארומטוישן, זיי לייגן צו און נעמען אראפ לויט ווי עס לוינט זיך זיי, דעריבער ווערט דער ענדרויד laggy און פארלירט פון איר ווערד אויפן לאנגן וועג ביז צום קאסטומער אין די הענט, ווי שטארק גוגל האט זיך פראבירט פון באווארענען פון אלע מעגליכע פראבלעמען שפעטער, איז אבער אלס אפירגעקומען נייערע פראבלעמען, א געווענליכער ענדרויד וואס איר קויפט היינט איז אנגעפאקט מיט דזשאנק, כוואלט געזאגט אז 80 פראצענט פון די בעטערי באנוץ גייט אוועק פאר זאכן וואס דער מענטש נוצט באמת נישט.
אנדערש איז עפל-אייפאון וואס נאר זיי אליינס מאכן סיי די סאפטוועיר חלק און סיי די הארדוועיר חלק, אויך געבן זיי ארויס נישט מער ווי איין פאון יעדעס יאר, ממילא קענען זיי זיך קאנצעטרירן אויף סטאביליטעיט, און אזוי איז עס טאקע, דער אייפאון איז סטאביל, סימפל, it just works... (קרעדיט טעלעפאן)
דאס איז אלעס לגבי די חילוק אין קוואליטעיט פון זיי ביידע, ווען ס'קומט צו געפיל איז יעדער מענטש אנדערש, ענדרויד צייכנט זיך אויס אין געבן קאנטראל פאר'ן באנוצער, ווען איינער ווערט נמאס פון דעם דיפאלט אינטערפעיס האט ער די מעגליכקייט עס ארומצוטוישן לויט וויזוי ער וויל, די מארקעט איז פול מיט אלע מינע קיעבאורד'ס, טעקסט מעסידשינג עפפ'ס א.ד.ג. און בעיקר איז היינט זענען דא פארשידענע קאסטום ראם'ס ווי
Cyanogenmod אדער
Miui , א קאסטום ראם מיינט אז די העקער'ס נעמען דעם ענדרויד סיסטעם און קאסטומייזן עס צו מאכן זייער שיין און סטאביל, פארשטייט זיך אז די אלע דזשאנק און אומנוצבארע עפפס וואס די אלע ווי מאטאראלא, ווערייזאן, ספרינט לייגן געווענליך ארויף נעמען זיי אראפ, די Miui ראם'ס קוקן געווענליך אויס גענוי ווי דער עפל אייפאון, בקיצור ס'איז אפן פאר'ן פאבליק און יעדער קען טהון דערמיט ככל העולה על רוחו.
עפל'ס אינטערפעיס איז טאקע זייער שיין, אבער מיט דעם בלייבט עס, על פי רוב קען מען נישט טוישן דאס אינערליכע אויסזעהן אנדערש ווי עס איז געקומען, אויב ווערט מען נמאס איז טו בעד.
דערווייל יעצט אין זומער תשע"ב אויב וויל איינער האבן אן עכטע סטאבילע ענדרויד, אנע אפטע force close און אהן דארפן ריסטארטן יעדן טאג, ברויך ער צו זיין אדער אביסל טעקי אדער קויפן נאר דעם גוגל פאון (
nexus) און קויפן פון גוגל דירעקט.
און צום שאלה "מיט וואס זאל איך גיין עפל אדער ענדרויד? די שאלה באקום איך יעדע שטיק צייט, און געווענליך האלט איך מיך צוריק פון ענטפערן בכלל, ווייל איך וויל נישט זיין רעספאנסיבל פאר יעדע מיסד קאל וואס יענער גייט האבן פאר די נעקסטע צוויי יאר, אבער אויב איינער וויל באמת וויסן זאג איך אים דאס "אויב ביזטו זייער א ביזי מענטש גיי מיט'ן אייפאון, אויב ביסטו נישט אזוי ביזי און אפגערעדט אויב ביסטו אביסל טעקי קענסטו אויסטרייען דעם ענדרויד.
(די זאכן קענען זיך טוישן זייער שנעל אבער דאס איז עס לעת עתה לענ"ד)
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:28 pm
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:וואס מיינט widgets?
אויפן אייפאונס האום סקרין קען מען נאר האבן שארטקאטס צו עפפס, אויף ענדרויד קען מען אויך האבן "ווידזשעטס", אזעלכע לעבעדיגע באקסעלעך וואס קענען ווייזן אסאך זאכט, ווי וועטער, קאלענדער, אימיילס, בעטערי לייף אא"וו גלייך אויפן מעין סקרין.
ידען, כ'האב דיר געמיינט צו ציטיטירן, כ'האב דיר בטעות געלייקט, צוריק גייט א קאזע.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:40 pm
דורך יידל
cash האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:cash האט געשריבן:I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?
טשעק עס אויס אויף זייער סייט k9webprotection.com
ווי קען איך עס טרעפן?
ביי וועלכע טעב?
https://play.google.com/store/apps/deta ... k9.androidגיי דורך דין ענדרויד. אויב דאונלאוד זיך עס נישט, קען עס דיין ענדרויד נישט האבן.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 1:58 pm
דורך ידען
געפילטע פיש האט געשריבן:ידען האט געשריבן:וואס מיינט widgets?
אויפן אייפאונס האום סקרין קען מען נאר האבן שארטקאטס צו עפפס, אויף ענדרויד קען מען אויך האבן "ווידזשעטס", אזעלכע לעבעדיגע באקסעלעך וואס קענען ווייזן אסאך זאכט, ווי וועטער, קאלענדער, אימיילס, בעטערי לייף אא"וו גלייך אויפן מעין סקרין.
ידען, כ'האב דיר געמיינט צו ציטיטירן, כ'האב דיר בטעות געלייקט, צוריק גייט א קאזע.
מע טאר נישט חרטה האבן אויף א גוטע זאך וואס מע האט געטוהן...
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:15 pm
דורך DotCom
ס'נישט ממש אזוי, דער לעצטער ווערסיע פון ענדרויד ICS 4.0.4 לאזט דאונלאודן K9 און שרייבט אז עס איז סופארטעד, אבער באמת איז עס נישט אינגאנצן סופארטעד, ווייל עס בלאקט נישט אנדערע בראוזער'ס.
פאר מר. קעש, אויב האט דיין פאון ICS (כגלייב שוואך ווייל עס איז אן אלטע פאון) איז דא אן אנדערע גוטע פילטער וואס איז אויך בחנם
די קאפערסקי פילטער, אדער נאך בעסער וואלט געווען צו נוצן פערענטינג קאנטראל פון ווערייזאן אליינס דעמאלט דארף מען נישט אינסטאלן קיין שום פילטער.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:29 pm
דורך ידען
Dotcom
זייער שיין געשריבן.
נאכנישט קלאר וועלעכע צו נעמען אבער א פאר קשיות האבעך.
פארוואס לייגט ווערייזען, ספרינט און די קאמפאניס ארויף זאכן וואס מאכט די סעל ערגער ווי מע האט עס לכתחילה געמאכט?
וואס הייסט אויב מע איז א ביזי מענטש זאל מען גיין מיט די iphone?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:26 pm
דורך DotCom
זיי ווילן נישט במזיד שלעכט מאכן, פארקערט זיי וויל עס מאכן מער ציענדיג, לייגן זיי צו אייגענע פענסי פיטשיווקעס, אבער וויבאלד דער טעלעפאן האט נישט קיין סאך פון די ram דזשוס, ממילא גייט רוב ram אוועק פאר די אלע זאכן וואס מ'נוצט נישט.
נאך א סיבה, זיי ווילן מאכן געלט, די אלע tv און אייגענע נעוויגעישן עפפ'ס ובדומה להם ברענגן זיי אריין שווערע געלטער און זיי קוקן נישט אז די פאון גייט ארבעטן שטייטער צוליב דעם.
ביזי מיין איך פאר א מענטש וואס דארף א פאון פאר די ביזנעס און האט נישט קיין צייט ארויפצוארבעטן זיין פאון צו מאכן א סטאביל דעווייס, פאר ווער עס קומט פון בלעקבערי איז עס סייוויי נישט שייך ווייל זיי ווייסן בכלל נישט פון עפעס בעסער'ס...
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 4:15 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב געהערט א דרשה פון הרב. cyanogenmod שליט"א, ער זאגט דארט אז די סיבה פארוואס די קאמפאניס לייגן אריין די גארביטש עפפס איז ווייל מיט ענדרויד ווייזט זיך נישט אזוי ווייט ארויס וועמענס פאון דאס איז, צי ס'איז א סעמסאנג ספרינט פאון צי א מאטאראלע ווערייזען, ממילא צו באקומען רעקאגנישען מאכן זיי אז די אינטערפעיס זאל שרייען פלוני בן פלוניתא אנוכי.
ווי אויך לייגען זיי אריין טרעקינג און סטאטיסטיקס טולס וואס העלפט זיי פארבעסערן די סערוויס אבער פאקטיש עסט עס אויף ריסארסעס, ממילא האט ער געגרינדעט cyanogenmod.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 4:24 pm
דורך טעלעפאן
א יישר כח dotcom פארן מיך מסביר זיין. צעהן לייקס
(צוביסלעך ווערן מיר גוטע ידידים....)
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 4:26 pm
דורך טעלעפאן
DotCom האט געשריבן:זיי ווילן נישט במזיד שלעכט מאכן, פארקערט זיי וויל עס מאכן מער ציענדיג, לייגן זיי צו אייגענע פענסי פיטשיווקעס, אבער וויבאלד דער טעלעפאן האט נישט קיין סאך פון די ram דזשוס, ממילא גייט רוב ram אוועק פאר די אלע זאכן וואס מ'נוצט נישט.
נאך א סיבה, זיי ווילן מאכן געלט, די אלע tv און אייגענע נעוויגעישן עפפ'ס ובדומה להם ברענגן זיי אריין שווערע געלטער און זיי קוקן נישט אז די פאון גייט ארבעטן שטייטער צוליב דעם.
ביזי מיין איך פאר א מענטש וואס דארף א פאון פאר די ביזנעס און האט נישט קיין צייט ארויפצוארבעטן זיין פאון צו מאכן א סטאביל דעווייס, פאר ווער עס קומט פון בלעקבערי איז עס סייוויי נישט שייך ווייל זיי ווייסן בכלל נישט פון עפעס בעסער'ס...
און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן די ״ספעקס״ ווי ראם אדער פראסעסאר פון ענדרויד צו אייפאון ווייל אפילו אייפאון האט האלב די ראם ווי אן אנדרויד קען עס ארבעטן פונקט אזוי שנעל און אפשר נאך שנעלער
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 9:17 pm
דורך zamel
chasid האט געשריבן:ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....
http://www.netnanny.com/mobile
ער איז גאנץ גיט אב ער ניצט בערך 60מעג פון די ראם א גאנצע צייט אין דאס ממש צער בעל החיים
K9 ווענד זיך וועלכע מאדעל איך פערזענדליך האב עס פראבירט אוף באלד צוואנציג טעלעפאנען 2 דערפון האט עס געארבעט
די פראבלעים איז אז רבי גוגל ארבעט שטארק קעגן אלע אופנים וואס גייט אפשר איינצוימען איינע פון זייערע פראדוקן אין ענדרויד איז אויבן אן
ענדרויד איז לכאורה כמעט נישט מעגליך צו פילטערן און אויב האסטו מצליח געווען איז עס שוין באלד גארנישט ווערט
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 9:28 pm
דורך אברעמעל
איר קוקט אויס ווי איר זענט איצטערט אראפגעפאלן פון די לבנה אפגעשאסן א סטעיטמענט און היידא.
מ'האט שוין די פילטערד נושא איבערגעקייט געניג מאל יעדער מיט זיין עקספיריענס, מער ווייניגער האט יעדער געטראפן א וועג - אויב וויל מען - צו זיין געפילטערט, יעדער ווייסט אז יעדע פילטער קען מען איבערקליגן, איז וואס זענט איר מחדש?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 9:38 pm
דורך zamel
אברעמעל האט געשריבן:איר קוקט אויס ווי איר זענט איצטערט אראפגעפאלן פון די לבנה אפגעשאסן א סטעיטמענט און היידא.
מ'האט שוין די פילטערד נושא איבערגעקייט געניג מאל יעדער מיט זיין עקספיריענס, מער ווייניגער האט יעדער געטראפן א וועג - אויב וויל מען - צו זיין געפילטערט, יעדער ווייסט אז יעדע פילטער קען מען איבערקליגן, איז וואס זענט איר מחדש?
i meant to say that netnanny is quite impressive but it has a problem that its slowing down the device like crazy
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 9:39 pm
דורך אברעמעל
מיט דעם ביסטו גערעכט, איך גיי ארויף אויף דיין צווייטע חלק תגובה.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 10:12 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי אויך לייגען זיי אריין טרעקינג און סטאטיסטיקס טולס וואס העלפט זיי פארבעסערן די סערוויס אבער פאקטיש עסט עס אויף ריסארסעס, ממילא האט ער געגרינדעט cyanogenmod.
כאב עס טאקע אינזין געהאט צו שרייבן, די סאפטוועיר הייסט carrier IQ און כמעט יעדע סמארטפאון האט עס, אינקלאדינג די ביז יעצטיגע אייפאון'ס, עס ליגט באהאלטן אינעם סיסטעם און טוט כסדר שיקן צו די סעלפאן מעניופעקטשערער די יוזער'ס אינפארמעישן און פרעסט א געוואלד מיט ראם, ביי די אלע קאסטום ראם'ס נעמען זיי עס לכתחלה ארויס, אבער אויב איז מען גערוטעד קען מען עס אליינס ארויסנעמען, מען דארף נאר אפירזוכן וויאזוי די פיילס הייסן, געווענליך איז עס א קאמבינעישן פון 2 ביז פיר עקסטערע פיילס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:37 am
דורך חכם מחוכם
אזויווי דער אשכול הייסט "ענדרויד" וועל איך מיר באציען אויף ענדרויד,
ווער עס האט אן ענדרויד ווייסט אז ביים אנצינדן דעם פאון שטייט די קעריער נעים, דאס הייסט די נאמען פונעם סערוויס, צו ווערייזאן, ספרינט, וכו’, די מעשה ביי מיר איז אז איך געפלעשט מיין פאון און סשטייט ביי מיר א סערוויס וואס עקזעסטירט נישט, די קשיא איז צו מען קען עס טוישן, סדא אזא עפפ וואס קען דאס מאכן (סהייסט קעריער נעים), די פראבלעם מיט דעם עפפ איז אז מברויך רוטן דעם פאון אז סזאל ווירקן, (איך האף איך רעד דא צו יודעי חן......), רוטן א פאון איז אלעמאל די בעסטע אפציע, ממילא האב איך עס נישט אויסגעקליבן. איז אויב איינער האט אן אהנונג וויאזוי מקען דאס טוישן זאל זיך ביטע אנריפן,
מיט דאנק פון פאראויס
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:40 am
דורך חכם מחוכם
Correction:
רוטן א פאון איז "נישט" אלעמאל די בעסטע אפציע,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:57 am
דורך שמעקעדיג
איך האב גענומען בעיקר די אנדרויד וועגן די 4G.
עס איז 10-15 מאל שנעלער (די וועב און דאונלאודס) ווי מיין חבר'ס אייפאון.
און חוץ מזה טאקע די קאסטומייזן, כ'האב עס באשאפן ווי א ברי' חדשה, פנים חדשות ממש, און דאס אלעס אן ראוטן דעם פאון.
כ'האב א פרישע האום סקרין, א פרישע דייעלער און טעקסט מעסעדזש עפפ, ממש אלעס געטוישט.
איך דארף עס טאקע ריסטארטן יעדע 2 וואכן אויב עס ווערט לעגגי, אבער נאך א קנאפע מינוט ארבעט ער צוריק מיט א פרישקייט.
אויכעט, אסאך עפפס וועלכע זענען פאר אומזיסט ביי אנדרויד, קאסט אויפן אייפאון. גיי פרעג פארוואס.
באדעם ליין, איך האב שוין מיין ענדרויד איבער א האלב יאר און איך בין זייער צופרידן
(אבער וואס האב איך פון דעם אז מיינע מוסדות גייען עס אוועקנעמען, שוין לאמיר נישט פארקריכן)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:59 pm
דורך itsnotme
איך האב שוין מיין דרויד אן איווא 4G פאר מער ווי א יאר
איך בין זייער צופרידן אז איך בין אריבער פין בב צי דרויד
איך וויל יעצט אנייע דרויד, וואס זאגט די עולם וואס זאל איך קופען?
זאל איך בלייבן ביי ספרינט אדער גיין צי וורייזען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:03 pm
דורך שמעקעדיג
ווערייזאן איז זיכער בעסער, אבער טייערער.
בפרט מיט די לעצטיגע שערוריא אז זיי העכערן די פרייזן און גיבן דיר SHARED דאטא פאר עטליכע דעווייסעס.
אויב ווילסטו שנעלע דאונלאוד ספידס, גיי צו ווערייזאן.
ספרינטס 4G איז גארנישט ווערד דערווייל. און ס'וועט נישט שנעלער ווערן ביז לכה"פ א יאר.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:06 pm
דורך געפילטע פיש
די בעסטע ענדרויד פאון יעצט אויפן מארקעט איז לכאורה די געלעקסי עס 3.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:די בעסטע ענדרויד פאון יעצט אויפן מארקעט איז לכאורה די געלעקסי עס 3.
יא, ריכטיג. און עס קאסט בלויז 200 מיט א 2-יאר פלאן, ביי אלע קעריערס (אנדערע פאונ'ס קאסטן אפט $300 ביי ווערייזאן)
מ'דארף נאר זיכער מאכן אז ס'איז נישט צו גרויס פארן באנוצער. עס האט גאר א גרויסן סקרין.
אבער טאמער איינער דארף א עכטע פיזיקעל קיבאורד, איז עס נישט געאייגענט פאר אים.
איך למשל נוץ די DROID 4 פון ווערייזאן, ווייל עס פארמאגט א עכטע קיבאורד.