בלאט 4 פון 28
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:48 pm
דורך חבקוק הנביא
העי די "קרני צבי" די מאכסט לעבעדיג דא, ב'קוקט אויס ווי די האלסט נאך א כוס היבש ביסעל אלכאהאל,
נו אז די רעדסט שוין יא, איז לאמיר הערען מער איבער דיין צדיק'ל, די שרייבסט:
קרני צבי האט געשריבן:אזא מסירות נפש, צדקות, אנפייפן כל החבר'ה לצים ושדים, ריין פון חנופה ושקרים און נישט אונטער קיין שום פארטיי און פאליטיק, איז טאקע נישטא אין גאנץ כלל ישראל!
הא הא הא הא הא, כ'קוילער מיר פאר געלעכטער, ס'איז אבער א ביטער געלעכטער,
אבער ס'האט אמת אין זיך:
מסירות נפש ? יא אוודאי ער האט מוסר נפש געווען צענדליגער ריינע נפשות ישראל אויף די מזבח פין זיין ע"ז,
צדקות ? יא ! צדק צדק תרדוף, ער האט גערודפט אומשולדיגע מענטשען מיט אן אמת, מיטען גאנצען הארצען יענעם גערודפ'ט,
"אנפייפן כל החבר'ה לצים ושדים" ? הא הא הא הא, חכם ער אליינס איז די גרעסטע שד, ממילא זעהט ער שדים איבעראל, אזוי ווי ס'שטייט שוין פין בעש"ט אז וואס א מענטש איז דאס זעהט ער ביי אנדערע,
"ריין פון חנופה ושקרים" ? יא אוודאי, ער איז ריין חנופה ושקר" לויטער שקר, יעדע תנועה זיינע איז א מרכבה פאר שקר,
"און נישט אונטער קיין שום פארטיי און פאליטיק", טאקע נישט, ער האט זיך געמאכט זיין אייגענע פארטיי אין אייגענע פאליטיק, וואס איז ערגער פין אלע אנדערע, מיט א שמוץ אריבער,
"איז טאקע נישטא אין גאנץ כלל ישראל!" ? ס'שוין געווען א שבתי צבי, אין אנדערע מחחלי כרם ה', זיי האבען מצליח געווען פאר אביסעל, אין נאכדעם זענען זיי אינטער געגאנגען,
איז הער זיך צי שלמה העלבראנץ, טוה תשובה, הער אויף מיט דיינע שווארצע וועגען, אין טוה תשובה, יא די וועסט דארפען באצאלען א פרייז פאר וואס די האסט געטוהן, אבער ס'אלץ בעסער ווי די זאלסט שטארבען אן תשובה,
הער אויף צי פייניגען דעם באשעפער'ס קינדער, אין פרוביר צי ארבעטען אביסעלע אויף דיינע מידות, וועסטע זעהן אז די האסט גענוג ארבעט פאר דיין גאנצע לעבען, דער בעל דבר איז קלוגער פין דיר אין ער פירט דיר גוט ארום, אין די לאזט זיך פארפיהרען, אין די פארפיהרסט אנדערע, דיינע חטאים זענען אזוי גרויס, כ'ווינדער מיר צי די וועסט נאך אמאל תשובה טוהן, ווייל ס'נעמט גרויסע כוחות הנפש צי אנערקענען אז די ביסט אזוי זינדיג, אבער דאס איז די ריכטיגע וועג, האלוואי ווען די זאלסט ווען זיך אויפוועקען אין תשובה טוהן,
ווען נישט וואס דער בעל דבר חאפט דיר אריין אין זיין נעץ, וואלט כלל ישראל ווען געקענט הנאה האבען פין דיר, ביסטו אריין גלייך אין די נעץ פינעם בעל דבר, אין ביסט אנגעקומען אינעם תהום, אין ווי טיפער איינער גייט אינעם תהום אלץ שווערע איז צי ארויס קומען, אבער ווילאנג מען לעבט קען מען תשובה טאהן,
יא!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:49 pm
דורך קרני צבי
גאנצל האט געשריבן:קרני צבי האט געשריבן:גאנצל, האסט אבער נישט גענטפערט "ביזנעס", יא אדער נישט
ביזנעס מיט דיר ביסט נאריש?...
יא! איך בין נאריש, איז טא מיט וועם וועל איך מאכן ביזנעס אז נישט מיט אזעלכע נארישע ווי דיר?
חבקוק חבקוק. גיב נאר א קוק!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:53 pm
דורך קרני צבי
"ווען נישט וואס דער בעל דבר חאפט דיר אריין אין זיין נעץ, וואלט כלל ישראל ווען געקענט הנאה האבען פין דיר, ביסטו אריין גלייך אין די נעץ פינעם בעל דבר, אין ביסט אנגעקומען אינעם תהום, אין ווי טיפער איינער גייט אינעם תהום אלץ שווערע איז צי ארויס קומען, אבער ווילאנג מען לעבט קען מען תשובה טאהן,"
השמע לאזניך מה שפיך מדבר!
האסט שוין געהארגעט הרב עובדיה מיט דיין אייפון, ווילסטו הרג'נען אויך הרב שטיינמאן, וועלסטו טאקע בלייבן נאר מיט העלבראנץ.
אוי, העיקר חסר מן הספר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:54 pm
דורך קרני צבי
ההסברה מיועדת לדתיים וחרדים, חילוני יודע את הדברים אך לא יכול להבין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:57 pm
דורך חבקוק הנביא
וואס מישטע רב עובדיה דא אריין ס'דא א אשכול פאר דעם טאמער האסט עפעס צי זאגען דערוועגען גיי דארט, דא רעדט מען פין העלבראנץ,
ביי דע וועי, וואס טוט זיך אין סענט אגעט ?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב געמיינט העלבראנס איז א רשע אבער א קלוגע מענטש, שוין יעצט זעה איך ער האט דאס אויך נישט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:02 am
דורך קרני צבי
חבקוק הנביא האט געשריבן:וואס מישטע רב עובדיה דא אריין ס'דא א אשכול פאר דעם טאמער האסט עפעס צי זאגען דערוועגען גיי דארט, דא רעדט מען פין העלבראנץ,
ביי דע וועי, וואס טוט זיך אין סענט אגעט ?
אוי ווי די קענסט ספעלן, ס''הערט זיך כמעט ווי "סענד א גט" (שיק א גט)...
שוין, איך שיק דיך טאקע, איך וויל נישט וואוינען מיט א נביא שקר...
ברח דודי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:10 am
דורך חבקוק הנביא
קרני צבי האט געשריבן:
האסט שוין געהארגעט הרב עובדיה מיט דיין אייפון, ווילסטו הרג'נען אויך הרב שטיינמאן, וועלסטו טאקע בלייבן נאר מיט העלבראנץ.
חכם, פארוואס מיינסטע אז מען קען נישט ניצען די זעלבע מיטל קעגען העלבראנץ, נישט נאר אייפון'ס נאר גאנצע קאמפיוטער'ס קען מען ניצען,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:39 am
דורך ימי קדם
פון יהודי שפוי איז געווארן קרני צבי? האלט מיר אויף א וועג....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:01 am
דורך גנדי
I would never put my money on this KARNEI TZVI
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:40 am
דורך יאיר
איך האב מורא אז דער קרני צבי איז טאקע א פסיכאפאט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:47 am
דורך יהודי שפוי
ימי קדם האט געשריבן:פון יהודי שפוי איז געווארן קרני צבי? האלט מיר אויף א וועג....
ניין, יהודי שפוי איז געבליבן שפוי. קרני צבי איז סתם פארן שוואויל טאג, מיש נישט צאם די יוצרות.
אבער מיט די שיינע פסוק איז קרני צבי גערעכט: "ההסברה מיועדת לדתיים וחרדים, חילוני יודע את הדברים אך לא יכול להבין" (קאפי רייט ביי קרני צבי...).
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:01 am
דורך איינגעמיירעט
Oh my נאך א טאג שווערע ארבעט האב איך דא אריינגעבלאנזשעט,איך קאטשקע זיך פאר געלעכטער פון די צויאחישקייט וואס סטוט זיך דא.
האט זיך אלעס געלוינט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:10 am
דורך מיין שווער לעבן
איינגעמיירעט האט געשריבן:Oh my נאך א טאג שווערע ארבעט האב איך דא אריינגעבלאנזשעט,איך קאטשקע זיך פאר געלעכטער פון די צויאחישקייט וואס סטוט זיך דא.
וואס טוהט מען נישט אז א איד זאל שמייכלען.
"ההסברה מיועדת לדתיים וחרדים, חילוני יודע את הדבר אך לא מסוגל להבין"...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:36 pm
דורך שושן פורים
קרני צבי האט געשריבן:חבקוק הנביא האט געשריבן:וואס מישטע רב עובדיה דא אריין ס'דא א אשכול פאר דעם טאמער האסט עפעס צי זאגען דערוועגען גיי דארט, דא רעדט מען פין העלבראנץ,
ביי דע וועי, וואס טוט זיך אין סענט אגעט ?
אוי ווי די קענסט ספעלן, ס''הערט זיך כמעט ווי "סענד א גט" (שיק א גט)...
שוין, איך שיק דיך טאקע, איך וויל נישט וואוינען מיט א נביא שקר...
ברח דודי
נאר וויאזוי דען ספעלט מען Saint ageth?(בתמיה)
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:37 pm
דורך שמעקעדיג
איך שטים מען זאל זיך נישט טענה'ן און מאכן ליצנות, נאר זיך האלטן צום נושא האשכול, אלעס איבער העלבראנס' אנטלויף אקציע.
מי לה' אלי.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:37 pm
דורך smart man
חבקוק הנביא האט געשריבן:קיין אמעריקע, אין מדינת ישראל קען ער שוין נישט לויפען, סאו ווי יא, בראזיל, ארגענטינא, צי מאראקא ווי איינער האט שוין געשריבען,
its not true! its all bs what shlomo helbrantz was selling that the so called tzionim are after him, and therefore he can go to israel, and through this he gained support from the extreme satmar/kashoe/neturei karter.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:13 pm
דורך אליצפן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך קען נישט טרעפן די דאקומענטירי איבער די קהילה דארט און שלמה העל-ברען . א איזרעלישע צייטונג האט אינטערוויט געוועזענע חסידים, ס'איז ארויסגעקומען א יאר צוריק. ווער ס'ווייסט ווי ס'איז זאל ביטע לינקען.
האסט אפשר געמיינט די ארטיקל? ס'נישט קיין דאקיומענטערי.
http://www.israelhayom.co.il/site/newsl ... 10.08.2012קרעדיט: ראשעקאל
דא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:48 pm
דורך [NAMELESS]
די גאנצע מעשה מיטן ויברח קוקט נישט אויס צו האבן עפעס האפט, קיינער ווייסט נישט דערפון צו זאגן.
ס'איז אבער אינטערסאנט ווי אלעמאל ווען ס'פארמירט זיך דא א שמועס איבער ר' שלמה, אייביג קומען ארויס די וואס נעמען זיך שטארק אן פאר אים. די פליאה איז אויב האלט איינער אז ר' שלמה האט רעכט מיט זיין שארפן פונדעמענטעליסטישע און עקסטרימע פארמאט פון דת, טא פארוואס אדאפטירט ער נישט דאס? פארוואס טראסקט ער נישט אוועק זיין קאמפיוטער און ציעט זיך וואוינען צו א ישוב ווי אינטערנעט עקזעסטירט נישט בכלל?? ס'שווער, אמת, אבער וואו איז מסירת נפש פאר די תורה?? שיטת ר' שלמה איז דאך אז נישט 'אונז זעמיר פרומער', די יסוד דארטן איז אז אלע יידן דארפן אזוי לעבן. אם כן, אויב האלט נישט איינער אז ר' שלמה איז ווייט פארפארן פון די רעלסן דאן וואו איז דיין פאספארט??
אולי יש לחלק, כ'ווייס נאר נישט וויאזוי.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האלט פשוט, אז די אלע זענען געגאנגען צו עהם, נישט אז מ'קען נישט אוועקגיין, ממילא וואס איז דא צו רעדן אויף אזעלכע וואס גלייכן צו זיין דארט מיט עהם, ווער ס'וויל נישט זאל זיך גיין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:04 pm
דורך סאו וואט
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האלט פשוט, אז די אלע זענען געגאנגען צו עהם, נישט אז מ'קען נישט אוועקגיין, ממילא וואס איז דא צו רעדן אויף אזעלכע וואס גלייכן צו זיין דארט מיט עהם, ווער ס'וויל נישט זאל זיך גיין
היינו טעמא דסקווירא והיינו טעמא דהלבראנץ... לגזירה שוה...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:59 pm
דורך אייגענארטיג
רבוש"ע ער מעג שרייבן אויף די אינטערנעט ??????
ער איז דאך לשיטותו אין חרם יעצט.
יעצט אביסל ערנסקייט און דרך ארץ, שמעו ותחי נפשכם.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:29 am
דורך קרני צבי
כיכר השבת באריכטעט ווי פאלגענד:
דא האט איר דעם לינק, ממקור ראשוןעדות מגן עדן: הרב יצחק כדורי לא הגיע לקבל את פניו של הרב עובדיה יוסף
עדות מגן עדן: הרב דוד כדורי, סיפר כי אביו - זקן המקובלים רבי יצחק כדורי זצ"ל - נגלה אליו בחלום וסיפר: "כל גדולי עולם הגיעו לקבל את פניו של מרן בגן עדן". מי לא הגיע? (חרדים)
ישי כהן|ו' בחשוון תשעד 13:06 10.10.13הדפסה
המקובל הרב יצחק כדורי זצ"ל - "הרב כדורי לא קיבל את מרן בגן עדן"
המקובל הרב יצחק כדורי זצ"ל (צילום: פלאש 90)
הרב דוד כדורי, בנו של זקן המקובלים הרב יצחק כדורי זצ"ל, הגיע בשעות הצהרים היום (ה') לנחם את בניו של מרן שר התורה הרב עובדיה יוסף זצ"ל, בבית ברחוב הקבלן 45, בשכונת הר- נוף ירושלים.
בפיו של הרב דוד היה סיפור מרתק ישירות מגן עדן. לטענתו, אביו, זקן המקובלים ר' יצחק כדורי זצ"ל נגלה אליו אמש בחלום, וסיפר לו על קבלת הפנים הנהדרת שעשו למרן הרב עובדיה בשמים: "כל גדולי עולם באו לקבל את פניו של מרן במתיבתא של מעלה, חוץ ממני".
לטענת הבן, האבות הקדושים, משה רבינו, התנאים והאמוראים הגיעו, אבל זקן המקובלים הרב יצחק כדורי לא הגיע לקבלת הפנים הנהדרת.
לשאלת בנו של הגר"י כדורי - הרב דוד - מדוע הוא לא הגיע לקבל את פניו של מרן הרב עובדיה יוסף בגן עדן, הסביר זקן המקובלים: "אני נמצא במדור אחר - מדור חסידות - ומשם לא יכולתי להגיע למדור בו נערכה קבלת הפנים למרן".
עד כאן מכיכר השבת, איך לייג נישט צו קיין קאמענטארן, די זאך רעדט פאר זיך אליינס. יעצט נאר די סיום הש"ס, איינ מינוט ביטע, נאטס ענק:
ההסברה מיועדת לדתיים וחרדים, חילוני יודע את הדברים אך לא יכול להבין.