בלאט 1 פון 1

צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:17 pm
דורך א שוויצער
קומענדיגער דאנערשטאג וועט דער פאנטאסטישער סומע פון צוויי מיליאון דאלאר פאר מוסדות החינוך על טהרת הקודש פארטיילט ווערן דורך גאב''ד ירושלים והרה''צ הגרח''צ ט''ב רב דקהל מהרי''י בירושלים
די געלט איז געשיקט געווארען דורך זיין פאטער די רבי פון סאטמאר וומ''ס, ספעציעל צום היצטיגען שווערן מצב בארה''ק, וואס ווי באקאנט ווען נישט די תמיכה פון די ציוניסטישע געלט וואלט די מצב נישט געגרייכט אזוי ווייט,

היצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל
אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק

בסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער''

ומכאן הקריאה יוצאת אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן אנדערע קהילות יכול'ט צוצושטעלן אזא סומע א יאר איז בלי שום ספק אז די אנדערע יכול'ן פי כמה און קענען שיקען לכה''פ ''צוויי הינדערט מיליאן'' א יאר
אנא! שאו ידיכם שארט אייך ארויף די ארבעל און פרובירט צו העלפן די מוסדות החינוך ניצול צו ווערן פון זייער עדיקשען צו די קאסע הציוני די לעצטע צענדליגער יארען