בלאט 4 פון 6
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 2:59 pm
דורך נאר,,פרייליך
קאוועניק האט געשריבן:2 ניקס פון דא זענען לעצטענס געהאלפען געווארען
אה !! ברוך ד' ברוך מחי' מתים
אזעלכע עצמות יבשות זענען גליקליך געווארען עס וואלט לפחות געברויכט אויפשטורעמען די חברי ה'שטיבעל ווי די ביטערע נייעס פון די לעצטערע רציחה און די פאוסט סומאטוכע,
אדרבה! זאלען די ניקים זיך ארויסשטעלן בריש גלי און מבשר זיין זייער פריידיגע נייעס פאר'ן ציבור עס וועט זיכער געבן א שטארקע האפענונג און שטיפ פאראויס פאר די וואס זיצען נאך בכבלי העיגון, דערביטערט און מר''ש איבער זייער שיקזאל,
ביטע ברענגט אריין א שמחה אין אידישע הערצער
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:33 pm
דורך גרוש
און מיר האלטן נאכאמאל ביי ערב שב"ק לעת ערב,
וויפיל מאל נאך וועל מיר דארפן וויינען ביי "אשת חיל מי ימצא"?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
כ'ווייס נישט אויב דאס וועט דיר העלפן, אבער וויסן זאלסטו זיין אז די ביסט נישט די אמגליקליכסטע מענטש אויף די וועלט. צענדליגע פון דיינע חברים וואס האבן יא ווייבער מאכן מיט גיהנום מיט זיי
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:47 pm
דורך גרוש
סא דו זאגסט אז נאך מענטשן האבן אנדערע מיני צרות,
עס איז דא אויך דא מענטשן וואס האבן יענע מעשה, און ס'איז דא מענטשן וואס זענען צוגעבינדען צו מאשינען ליידער,
און ס'איז דא וואס לעבן שוין נישט און זענען געבוירן נאך מיר,
סא סך הכל לייגסטו צו צום צער, זאגסט אז עס איז דא נאך מענטשן וואס ליידן,
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
חוץ מיט פילן מיט דיין שרעקליכע טיפן צער, איז דא נאך עפעס איך קען טוען?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 7:07 pm
דורך גרוש
זאז דו ווייסט א גרושה וואס זוכט א שידוך, און עס קען שטימען מיט די דעסקריבשאן, אין די "שדכנים פאר סעקאנד מערידזש" אשכול,
קענסטו מיר לאזן וויסן אדער איר זאגן וואס דו ליינסט דא און צו מ'קען אזא זאך קאנסידערן,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:52 pm
דורך גרוש
און מיר האלטן שוין ביים לעצטן ערב שבת פון יאר,
ועדיין לא נושעתי, ליידער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:20 pm
דורך גרוש
און עס איז נאכאמאל א ערב שבת בימי החורף
בפרט מ'האלט שוין מברכין כסליו, די ווינטער איז שוין אויך באלד דורך, ועדיין השטן מרקד,
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:39 pm
דורך outspoken
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:00 pm
דורך גרוש
and its erev shabos again,
im really crying,
i want a *******
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:18 pm
דורך דוק ותשכח
עס איז באמת א שעים אז א וואוילער יונגערמאן ווי איר זאלט זיין שרוי בצער.
יעדע פראבלעם איז דא צו דעגרייכן א תכלית נישט צו מצער זיין דעם מענטש ח"ו.
אפשר וואלט געווען כדאי צו פרעגן א נאנטן אדער א גוטער יוד וואס צו טיהן אדער טוישן.
אפשר ווארט מען די זאלסט עפענען עפעס אן ארגעניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט דעם ענין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:26 pm
דורך גרוש
כ'האב שוין לאנג געעפענט אזא ארגאזאציע, עס רופט זיך
"אחים בדרך"
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:55 pm
דורך נתן מנחם
@גרוש איין זאך בין איך דיר מקנא דער נישט דארפען לויפען צו חנוכה פארטיס יעדע נאכט. איך ברעך שוין פון קוקען אויף בלינצעס און בעיקד זיטי נאכאמאל. די פריעדיגע צדיקים האבען אלץ געזאגט מען דארף זיכען די גוטע חלק וואס איז באהאלטען און די שווערע צייטען.
א פרייליכען (מאנכע זאגען דאס נישט ווייל זיי זאגען עס קומט פון העפי האלידעיס די זעלבע חברה וואס געבען נאר חנוכה געלט נישט מתנות מהאי טעמא) חנוכה!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:02 pm
דורך איש את רעהו
@נתן מנחם ביסט נאכנישט רעדי פארדעים צו ליידען די יסורים וואס @גרוש גייט אריבער, טרייסט אים נישט מיט אזעלכע נחמות
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:16 pm
דורך גרוש
נתן מנחם, איי פיל יור פעין,
גרושים האבן טאקע אסאך בענעפיטס אבער ס'איז נישט ווערט,
פונקט ווי איינער וואס האט רח"ל יענע מעשה, דארף נישט גיין אין שול, ער איז פטור פון מנין, ער איז פטור פון אסאך מצוות, ער דארף נישט ארבעטן, וכולהו וכולהו,
ער האט אבער גארנישט דערפון, ער וויל יא דאווענען מיט מנין, ער וויל יא ארבעטן, ער וויל יא גיין אין שוהל, וכולהו וכולהו,
די יצא הרע וויל נישט מ'זאל האבן שלום בית מאכט אז עס זאל אויסקוקן ווי די ווייב איז לעול ולמשא,
ס'איז גארנישט פאר יעדע גוטע זאך שוויצט מען,
פאר א ווייב און קינדער שוויצט מען, פונקט ווי פאר די דאלער שוויצט מען,
אז נישט איז עס נהמא דכיסופא וד"ל
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 4:23 pm
דורך נתן מנחם
חס ושלום! איך זיך נאר איהם מחזק צו זיין און יא דיע קליינע הערות מאכט א מענטש שמייכלען.
שטעל דיך פאר אז ר' גרוש זיצט יעצט עלענד אליינס ביי זיך אין שטוב מיט פארמאכטע לעקטער די טראפעלעך רעגען האקט אויף די פענסטער און ער זיצט זיך אזוי פארטראכט און טראכט פון זיין מצב. די יצר הרע גיבט אריין ביטערע יאוש'דיגע געפילען "גרוש'ל, קיינער קעירט נישט וועגען דיר" גרוש טייערע, קיינער ווייסט אפילו נישט אז די עקזיסטירסט.....
און פלוצלינג באקומט ער א פינג אויף זיין סעלפאון איינער האט געשריבען עפעס אויף ק"ש און טאקע צו איהם גרוש! די ווייסט ווי גוט ער שפירט זיך? ער עפענט יעצט אויף די לעקטער פון די הויז גרייט זיך צו גיין צו מנחה דאוונענן מיט א התלהבות עס איז דאך א גרויסע עת רצון היינט נאכט זאת חנוכה............... אלעס ווייל איינער וואס ניטאמאהל קען איהם (אפשר יא ) האט זיך וויסענדיג געמאכט פון איהם.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:27 pm
דורך גרוש
נתן מנחם, ס'איז אמת וואס דו זאגסט,
אבער צוויי קליינע טוישונגען,
איינס, איך זיץ ב"ה נישט אין א פינסטרע שטוב, איך האלט מיר פארנומען, ליידיג גיין איז נישט תופס מקום, נאר ווען איך האב עכט נישט קיין געדולד צו גארנישט, (וואס דעמאלט זוכט מען מיט וואס צו פארברענגען)
צוויי, איך האב ב"ה נישט קיין סמארט פאון, איך זיץ אביים קאמפיוטער, און אזויווי דו זאגסט, מיט יעדע תגובה שעפ איך חיות,
און ס'איז אמת זאת חנוכה איז פון די טעג וואס איך נוץ שטארק אויס ב"ה, כ'האב ב"ה פארגאסן אסאך טראכטן ביי די לשם יחוד פאר הדלקת הנרות און בשעת די ברכה, בעטנדיג אז די נעקסטע מאל וואס איך גיי אי"ה זאגן די ברכה "להדליק נר חנוכה" ליל א' דחנוכה תשע"ו זאל זיין א פרוי וואס הערט צו מיין ברכה מיט א אינטרעסע און מיט א שמחה, און וואס זי קוקט יעצט אויך ארויס בכליון עינים אז זי זאל שוין זוכה זיין צו הערן די ברכה פון איר מאן, און נישט דארפן זיך מוציא זיין מיט אנדערע אדער אליין צינדען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:15 pm
דורך גרוש
אזויווי מיר האלט שוין נאכאמאל "ביום השישי" לסדר "והיה ביום השישי והכינו" ברענג איך עס ארויף
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:04 am
דורך איש את רעהו
גרוש האט געשריבן:אזויווי מיר האלט שוין נאכאמאל "ביום השישי" לסדר "והיה ביום השישי והכינו" ברענג איך עס ארויף
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר עס ממש אוממעגליך צו באגרייפען און זיך אריינצולייגען אין דיין שווערע מצב מיר האפען צו הערן פון דיר גיטע בשורות
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 4:44 pm
דורך גרוש
ישר כח,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:35 pm
דורך גרוש
מ'האלט מיר שוין נאכאמאל ווינטער,
די לאנגע פרייטאג צונאכטס קומען נאכאמאל,
שוין די 9'טע ווינטער אין דעם מצב ליידער
די סמ"ך יארן האבן זיך געענדיגט,
אנגעהויבן די עי"ן'ס,
מיר האלטן שוין די צווייטע העלפט פון די עי"ן'ס,
ועדיין לא זכיתי, מיר האבן אלץ נישט,
והיה (לשון שמחה) ביום השישי והכינו (עס איז נישט דא פארוועם)
עונת וכו'
טאטע העלף
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:30 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:50 pm
דורך קום אהער
הרב גרוש ,
זאלסט וויסן איך האב אמתדיג מיטלייד מיט דיר , איך פרוביר באמת צו פילן וואס דו גייסט דורך I would never make it . האסט מיר געברענגט טרערן אין מיינע אויגן ... מיין ווייב האט מיר אפילו געפרעגט וואס גייט פאר מיט מיר
.איך וויל דיר נאר סתם זאגן אז איך פארשטייט דיר זייער שטארק , אלץ איינער וואס האט זייער אסאך ננפשיותדיגע פראבלעמען אויך שוין זייער לאנג , ממש אויף א געפערליכע פארנעם .. ואכמל .. מפרוביר זיך מחזק זיין אביסל מיט אמונה אז דער רבושע זעהט וואס מיר אידן מאך מיט סזיכער ער מיינט לטובה סכאפט אסאך מאל אן אזא תשוקה צום רבושע און משרייט טאטע העלף שוין מהאמיר נאר איינער וואס קען אונז העלפן סנאך מר חשון סאיז נאך מרחשין שפתייהו
געדענק שערי דמעות לא ננעלו סרייסט טויערן סגייט ביזן כסא הכבוד , אוי זאל שוין זיין הראני השם חסדיך
איך וואנטשט דיר פון טיפן הארצן דער אייבערשטער זאל דיר אויפרעכטן בקרוב ממש
שוין נעמיר זיך ווייטער צום תהילימיל.... שיר המעלות ממעקים קראתיך השם , אז אונזער חבר ר גרוש בן צרות זאל שוין געהאלפן ווערן בקרוב ממש
נ.ב. איים סארי פארן צומישעניש סנאך נישט מוח שליט על הלב די לב איז דערוויל נאך העכער . כהאב ארויס געגעבן מיינע געפילן פון הארץ