בלאט 4 פון 8
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:20 pm
דורך מאן דאמר
כתר מלכות האט געשריבן:איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.
איך בין זיכער אז רב פאללאק איז אים מוחל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:30 pm
דורך חבקוק הנביא
א שאד, מען פלעגט נישט הערען אזאלכע גריסען פין מאנטריאל,
מאנטריאל איז ארויף אויף די מאפע, אויך א שטאט צים טיש, אייגענע מחלוקת, אין אייגענע פאליטיק,
כ'בעט ווער ס'קען זאל מיר מסביר זיין וואס די שרעקליכע פראבלעם מיט מרס פאללאק איז,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:40 pm
דורך יואליש
אז מ'רעדט פון מורי ורבי ממ"ט און נשים, איז כדי איבערצוזאגן זיינס א ווארט: ס'איז פארהאן אידן וועלכע זענען ליידער ציונים און אפיקורסים, פארדעם דאנקט מען שלא עשני גוי; פארהאן אזוינע וועלכע צוליב געלט זענען זיי משועבד צו די ציונים, פארדעם דאנקט מען שלא עשני עבד; ווידעראום זענען פארהאן אזוינע וועלכע זענען נישט אפיקורסים און נעמען נישט קיין געלט פון זיי אבער דאך זאגן זיי "וואס פעלט עס אויס זיך צו קריגן מיט זיי", פארדעם דאנקט מען שלא עשני אשה...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:06 am
דורך petergrifin
כתר מלכות האט געשריבן:איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.
איך מיש מיך אויך נישט אבער װען איך זעה די װערטער ׳׳תורה טרייע איד׳׳ דערמאנט מיך עס פון די זעלבע חברה װאס שוין יארן
טיען זײ אפ כל דבר אסור און קומט דאנערשטאג מאכן זײ זיך קדוש.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:00 am
דורך berlbalaguleh
חבקוק הנביא האט געשריבן:א שאד, מען פלעגט נישט הערען אזאלכע גריסען פין מאנטריאל,
מאנטריאל איז ארויף אויף די מאפע, אויך א שטאט צים טיש, אייגענע מחלוקת, אין אייגענע פאליטיק,
כ'בעט ווער ס'קען זאל מיר מסביר זיין וואס די שרעקליכע פראבלעם מיט מרס פאללאק איז,
ווען מ'ספרעיט אן פאוסטערס און מ''ווארפט ארויס פון בתי מדרשים מיט בזיונות און מ'ניצט אנדערע טעראר מיטלען איז גארנישט דא וואס מסביר צו זיין. מ'גייט מיט די שיטה און דרך פון אמאל. "אזוי וויל איך"
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:06 am
דורך חבקוק הנביא
כתר מלכות האט געשריבן:איך לייקן נישט און איך באשטעטיג נישט, עס אינטערסירט מיר אפילו נישט, בסך הכל, ווי א תורה טרייע איד בין איך מוחה אויף בזיון תלמיד חכם ועלבון התורה.
די עלבון התורה פין בעלזא רב זצ"ל, טשעבינער רב זצ"ל, קלאזענבורגער רב זצ"ל, ליובאביטשער רבי זצ"ל, ועוד ועוד, באדערט דיר אויך ???????
ביזט א תורה טרייע איד ? אדער א סאטמארע טרייע איד ?
אז א איד ווערט ארויס געווארפען אין פארשעמט אויף דעם שרייבסטו אז "ס'אינטערעסירט דיר אפילו נישט",
נאר ס'באדערט דיר אז איינער שרייבט א מאמר חז"ל וואס ס'זיך דיר אויסגעדאכט אז ס'קען אפשער אנרירען אפס קצהו אין די כבוד פין איינע פין די רבנים פין דיין פארטיי, דאן ווערסטע פלוצלינג א "תורה טרייע איד" וואס די קענסט פשוט נישט צי זיך קומען פין עלבון התורה,
הא, וויזוי האט ענקער טרייפענע צייטונג געשריבען וועגען רב עובדיה יוסף, אים געלייגט אויף איין שורה מיט להבדיל אראבישע גייסטליכע, ענק וואס ענק האבען געטשעפעט אין פארשעמט כמעט אלע גדולי ישראל אין דעם לעצטען דור, די גייסט קומען פארקויפען עלבון התורה ????? זאג, די שעמסט זיך נישט,
אנבעליוועבעל, קוק ווער ס'קומט פארקויפען עלבון התורה,
זייטס מוחל, פארקויף דיין שקר ערגעץ אנדרעש,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:15 am
דורך כתר מלכות
גילו דעת!
לכל מאן דבעי למידע, היות שמנהגי מאז עמדי על דעתי לדבר בכל יום פעמים באהבה -דברי בוז וקלון על הגאונים והצדיקים קדושים וטהורים מרנן האדמורים מבעלזא, קלויזענבורג,זכר צדיקים וקדושים לברכה, וגם אני משתדל לפגוע בכבוד הגאון האדיר מטשעבין זצ"ל כפי מה שידי מגעת, על כן אין מן הנכון לאדם כמותי לתבוע עלבונה של תורה בפגיעת הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ קהילת סאטמאר במאנטריאל, ולכן הנני חוזר ממה שכתבתי למחות על בזיונו, הכל מותרין, הכל מופרין, לא שרירין ולא קיימין.
הכ"ד כתר מלכות
בא חבקוק והעמידן על אחת, האסט מיר קלאר געשטעלט דייון שטעלונג מיט איין תגובה.
ליגט מיר עפעס אין קאפ א מאמר חז"ל, מיום שנחרב בית המקדש לא ניתנה נבואה אלא ל....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:06 am
דורך אוהב ספרים
מיט אלע תירוצים, איך פארשטיי אויכעט מיט דעת בעל הבית די אויפטו פון מרת פאללאק וכו'
אבל למעשה די דעת תורה איז אנדערש, אין ירושלים האבין די אלטע רבנים גע'אסרט וועלען פאר א פרוי
עס איז אויך דא דיעות אז א פרוי טארנישט וועלען בכלל, אבער דאס איז א נושא פארזיך
טעראר בכל אופן איז זיכער אסור, רממ"ט איז טאקע א תלמיד חכם אבל נודע בשערים כעקסטרעמיסט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:14 am
דורך געפילטע פיש
כתר מלכות האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:כתר מלכות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס סאטמאר האט נישט קיין רעכט צו זאגען זייער מיינוג.
סאטמאר האט שוין אויסגענוצט זייער מיינונג זאגן רעכטן פאר די נעקסטע צוויי דריי הונדערט יאר.
זו דברי רבי געפילטע אבל אחרים אומרים שעדיין יש להם דעות והזכות לומר כפי שנראה בעיניהם. ואף שלאו כל מוחא סביל דא.
העי, לאז מיך ארויס פון די פיקטשער, איך זאג נאר איבער וואס די עקספערטן אין דעם פעלד געבן איבער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:53 am
דורך חבקוק הנביא
כתר מלכות האט געשריבן:גילו דעת!
לכל מאן דבעי למידע, היות שמנהגי מאז עמדי על דעתי לדבר בכל יום פעמים באהבה -דברי בוז וקלון על הגאונים והצדיקים קדושים וטהורים מרנן האדמורים מבעלזא, קלויזענבורג,זכר צדיקים וקדושים לברכה, וגם אני משתדל לפגוע בכבוד הגאון האדיר מטשעבין זצ"ל כפי מה שידי מגעת, על כן אין מן הנכון לאדם כמותי לתבוע עלבונה של תורה בפגיעת הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ קהילת סאטמאר במאנטריאל, ולכן הנני חוזר ממה שכתבתי למחות על בזיונו, הכל מותרין, הכל מופרין, לא שרירין ולא קיימין.
הכ"ד כתר מלכות
בא חבקוק והעמידן על אחת, האסט מיר קלאר געשטעלט דייון שטעלונג מיט איין תגובה.
ליגט מיר עפעס אין קאפ א מאמר חז"ל, מיום שנחרב בית המקדש לא ניתנה נבואה אלא ל....
זיסקייט, די ווייסט אליין אז כ'האב דיר נישט געמיינט פערזענליך (וואס כ'ווייס דאך נישט ווער די ביסט) נאר כ'האב געמיינט די טייפ מענטש וואס וואלט געשריבען אזא תגובה וואס די האסט געשריבען,
דאס הייסט אזוי : כ'מיין אז ס'בכלל נישט געווען דא א תגובה סתם צי פארשעמען ר' ממ"ט, נאר איינער האט פארציילט א געשעעניש, אין איינער האט געשריבען א מאמר חז"ל, ממילא ס'נישט געווען קיין עכטע עלבון התורה, אין אז די ביסט שוין געשפרינגען איז א סימן אז נישט די עלבון התורה באדערט דיר, נאר ס'ווערט פארשטאנען אז די האסט א שייכות מיט יענע פארטיי אין ממילא ניצטו די עלבון התורה סלאגאן צי פארדעקען דיין פארטיי געפילען, אין ממילא האב איך געשריבען וואס כ'האב געשריבען,
אדרבה ענפער מיר ווען איינער שרייבט עפעס א מאמר חז"ל וועגען ליובאוויטשער רבי, וואלט עס דיר געבאדערט , וואלט זיך גענומען די מיה צי שרייבען א תגובה אין מוחה זיין ?
יעצט הער אויף צי שפילען דאם אין סטאפיד,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:00 am
דורך חבקוק הנביא
אוהב ספרים האט געשריבן:מיט אלע תירוצים, איך פארשטיי אויכעט מיט דעת בעל הבית די אויפטו פון מרת פאללאק וכו'
אבל למעשה די דעת תורה איז אנדערש, אין ירושלים האבין די אלטע רבנים גע'אסרט וועלען פאר א פרוי
עס איז אויך דא דיעות אז א פרוי טארנישט וועלען בכלל,
אבער למעשה וואוטען די היימישע קהילות עניוועי פאר פרויען, אלץ יענע ענין, איז דען עפעס אנדרעש צי וואוטען פאר א שיקסע ווי פאר א אידענע, יעצט קענסט קומען מיט א זאק סברות א צי מאכען א חילוק אז ס'ענדרעש א שיקסע ווי א אידענע, אבער די רבנים פין ירושלים איסור וואס די ברענגסט האט זיך באצויגען צי בכלל וואוטען פאר א פרוי, אין דאס ווערט סייווי נישט איינגעהאלטען אין די היימישע קהילות איבער די וועלט,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:24 am
דורך elter-zeide
אדם הראשון האט געשריבן:יעצט מיט איינעם אויפען טלפון, באשטעטיגט אז די מעשה איז אמת,
יענער זאגט אז ער האט אים "איידעלערהייט" ארויסגעשיקט,
ר' מ"מ ט' האלט זיך פאר א תלמיד פון רבי'ן זי"ע, דער רבי האט קיינמאל נישט געווארפען יודן פון בהמ"ד, ג'קנס'ט יא, אויף איין יאר אדער צווי יאר נישט אריינטרעטן אין שול, אבער געווארפן? קיין מאל נישט וואס איך געדענק,
נאך א שאלה? וואס עפעס יעצט נאכען געווינען ווארפט ער ארויס? דע גאנצע צייט וואס זי איז געלאפען וואלט ער געדארט דאס טאן, אפשר וואלט זי נישט געלאפען, וואס עפעס יעצט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:36 am
דורך כתר מלכות
קודם גוט מארגן חבקוק! האסט זיך געלייגט גאנץ שפעט און די ביסט שוין אויף, הענדס אף טא יא.
לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א סאטמארער, וועסטו דאך אודאי פרעגן וועלכע, וועל איך דיר זאגן, יענע, טאקע יענע וואס די האסט ווייניגער ליעב. איז אויב די ווילסט קענסטו זאגן אז דערפאר בין איך מוחה, איי רילי דאנט קעיר, אוןאיך גיי דיר אודאי נישט רופן צו דין תורה. (ערכאות ברשות ושלא ברשות בי"ד? ) דערויף.
אבל אם לשמוע דאן זאג איך דיר, יא! ווען איך זאל זעהן אדער הערן א זולזול בכבוד תלמיד חכם אפילו נישט פון מיין קרייז וועל איך מוחה זיין דערויף, ווייל סאם האו האב איך מורא פון די עונש דערפאר.
און אז מען רעדט שוין, סאיז מיר זייער מאדנע, לעולם דארפן די סאטמארע זיין די וועלכע בארעדן אלאלע. גדולים, און די אנדערע קרייזען זענען די איידעלע מענטשן, אבער געס וואס, קאווע שטיבל איז פיל מיט דברי בזיון אויף סאטמאר רב, און די וועסט נישט טרעפן אפילו איין סאטמארע ניק וואס זאל מבזה זיין אנדערע גדולים. פאני.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:44 am
דורך elter-zeide
חבקוק הנביא? וועלעכע סאטמארע האסטי ווייניעגר ליעב?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:45 am
דורך שמעקעדיג
כתר מלכות האט געשריבן:און די וועסט נישט טרעפן אפילו איין סאטמארע ניק וואס זאל מבזה זיין אנדערע גדולים. פאני.
דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:47 am
דורך גיבור
כתר מלכות האט געשריבן:, און די וועסט נישט טרעפן אפילו איין סאטמארע ניק וואס זאל מבזה זיין אנדערע גדולים. פאני.
זיכער נישט קיינמאל שרייבט מען נישט קעגן הרב שטיינמאן , בעלזא , וכו' וכו'
אפשר ניצן ענק די שיטה פון קודם מאכן אויס גדול און אויס מנהיג און נאר נאכדעם מבזה זיין !
טאקע זייער פאני .
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:54 am
דורך חבקוק הנביא
איינס, מוחה זיין אויף כבוד התורה דארף קומען ווייל ס'טוט וויי, נישט ווייל מ'האט מורא פאר א עונש,
צוויי, איך האב קיינמאל נישט מזלזל געווען אין דעם כבוד פין סאטמאר'ע רב זי"ע,
דריי, ווען איינער טוט אן עוולה ברבים, נישט קיין חילוק א בעל הבית צי א רב, צי א אדמו"ר, מעג מען מוחה זיין ברבים אין ס'הייסט נישט עלבון התורה, אין ביי דע וועי דאס איז איינע פין די שיטות פין סאטמאר'ע רב זי"ע אז א רב/ רבי איז נישט העכער די תורה,
כ'רעד נישט פין יענעם סתם דערנידערען אין פארשעמען, אבער ארויס ברענגען אז ס'געשען א עוולה ע"פ תורה, דאס האט יעדער א רעכט צי טוהן, די האלסט ס'נישט געווען קיין עוולה, נו פיין, אבער דער וואס האלט אז יא מעג שרייבען א מאמר חז"ל,
פיר, דא אין קאווע שטיבל קומען ניק'ס שרייבען היבש זאכען וואס זיי קענען נישט געהעריג ארויסברענגען אין די עכטע וועלט, די סאטמאר'ע ניק'ס דארפען נישט ציקומען צי קאווע שטיבל, זיי טוען עס אין די עכטע וועלט , און אין זייערע צייטונגען,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 1:26 pm
דורך שושן פורים
יעצט שטעלט זיך ארויס אז 100 אידען פון פארזשעטס דיסטריקט זענען בכלל נישט געגאנגען וואוטן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:45 pm
דורך אדם הראשון
פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:56 pm
דורך פאריז
אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?
באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:59 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:04 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה האט מינדי פאלאק פארלוירן?
שמעקעדיג האט געשריבן:דו ברויכסט גיין צום אויגן דאקטאר זאפארט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:05 pm
דורך אדם הראשון
פאריז האט געשריבן:אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס ? סתם פארנאכלעסיגקייט ?
באמת אפילו זי איז א רשענט'ע און וויסטע אנטיסעמיט איז זי בסך הכל נאר א אזוי ווי א קאנסול פרוי וואס האט איין וואוט פון צווישען 5 וואטוס, זי האט נישט קיין עכטע אייגענע מאכט עפעס שלעכט צו טיען, נישט געפערליך אז זי איז דארט.
די זאך איז אז זי איז א צידרייטע נודניק, צי שטייט אויפען קאפ דארט אין טרעפט אלץ אויס פארשטופטע ביי'לאוס פארוואס מען טאר נישט דאס אין מען טאר נישט יענץ, און די אנדערע האבען פשוט מורא זיך צי אנהייבען מיט איר, אין אז זי זיצט אינווייניק אין ווייסט אין זעהט וואס טוט זיך איז ערגער ווי ווען זי איז פין אינדרויסען,
זי איז א משוגענע פרוי,
א חוץ פין דעם טאמער געווינט דער היימישער אינדארסירטער קאנדידאט, דאן האבען די אידען צוויי קאנסיל מיטגלידער לטובתם,
לאמיר האפען זי וועט נאך פארלירען ביים ריקאונט,