בלאט 4 פון 9

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:02 am
דורך פיטומי מילי
ווי אזוי ביסטו א שוואגער מיט ליפא

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:03 am
דורך מנשה לוסטיג
אלעס שטייט דא באשריבן, מיין שוועסטער איז זיין ווייב

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:06 am
דורך פיטומי מילי
ווי אזוי איז שלום דין געווען דיין שוואגער

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:09 am
דורך מנשה לוסטיג
אויך געווען חתונה געהאט מיט מיין שוועסטער

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:13 am
דורך פיטומי מילי
אין איין שיינעם טאג איז אים אריין (אדער ארויס) א דזשוק אין קאפ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:14 am
דורך פיטומי מילי
ער האט אויך געהאט שוערע קינדער יארן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:16 am
דורך איך אויך
דו כאפסט אליינס וואס דו פרעגסט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:16 am
דורך מנשה לוסטיג
ער איז א יתום

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:21 am
דורך פיטומי מילי
הרב איך אויך,

איך האב דא א באקוועמע שמועס מיט משה מרדכי, וואס מיש דיך אריין אין מיטן מיין שמועס

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:25 am
דורך פיטומי מילי
נחזור לעינינו, סאו וואס איז מיט דעים שלום געשען

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:26 am
דורך מנשה לוסטיג
פרעג עהם אליין, ער איז א מעמבער דא

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:31 am
דורך פיטומי מילי
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב שוין געליינט זיינע זאכן נאך פאר איך בין דא געווען א מעמבער, איך זעי נישט זיינע טאלאנט חוץ זיין גוטע פעדער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:37 am
דורך שטילע אינגערמאן
סארי פאר אריין לייגן מיין נאז. ווי הייסט שלום דין דא? וואס איז זיין ניק?
בד''וו שקויח פארן נישט גיין אישי, די עולם האט הנאה

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:43 am
דורך פיטומי מילי
ער הייסט שלום דין ער ניצט זיין געהעריגע נאמען

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:03 am
דורך מנשה לוסטיג
יא, ס'פאסט נישט פרעגן די פראגעס אין פאבליק, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם. ער הייסט שלום דין דא און דארט און איבעראל

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:33 pm
דורך פיטומי מילי
מנשה,
גאנץ באטעם׳ט געווען נעכטען צופארברענגן צוזאמען, ווילסט היינט אויך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך געדענק שוין אליינס נישט ווי כ'האב געהאלטן, ווייל אלץ דערמאן איך זיך נאך און נאך אלטע זאכן, אבער למעשה וועט מען מוזן די השלמות לאזן צום ענדע.
און מ'וועט ווייטער ממשיך זיין על הסדר.
יאר תש''ס, איז געווען די גליקליכע היסטארישע טאג, ז' כסליו, ווען דער רבי זז''ג האט אונטערגעפירט אונטערן חופה זיין בן זקונים ר' חיים מאיר שליט''א וואס איז געווארן א איידים ביי ר' הערש מיילעך האלבערשטאם שליט''א א עובד ה' וותיק פון די חשובע יושבים אין שטעטל, א איידים פונעם ראכמסטריווקער רבי שליט''א און זון פונעם אלטן קיוויאשדער רב זצ''ל.
ס'איז געווען א חתונה לשעה ולדורות, און כ'האב שפעטער ארויסגעגעבן מיינע הרגשים און מיטלעבן פון יענע טעג, אין א באזונדערע חיבור, מיט בילדער באגלייט, און דאס איז געווען איינע פון מיינע פעולות דאן, וואס האט מיר געהאלטן טעטיג און לעבעדיג.
כ'וועל אויב מעגליך אין א געלעגנהייט ציטירן אינטערעסאנטע שורות פון יענע היסטארישע מעמדים, אבער יעצט וועל איך ווייטער ממשיך זיין.
איך האב לכבוד די גרויסע חתונה, געלאזט אויפנייען א באזונדער שיינעם 'עמברוידערי' ארבעט אויף א ווייס ציכטיגע טישטוך, וואס איז געווארן אויסגעשפרייט פארן רבין לכבוד די שמחה אין הויף.
דאס מאכן די טישטוך האט מיר געקאסט א היבשע מאס געזונט, די עגמת נפש וואס כ'בין אריבער, ווען אסאך דעטאלן זענען נישט געמאכט געווארן פונקט ווי איך האב געוואלט, און כאטש כ'האב שוין געארבעט און באשטעלט דעם טישטוך חדשים לאנג בעפאר, איז אבער אויף מיין עגמת נפש די טישטוך הערשט פארטיג געווארן ווי מ'זאגט צום זמן..
אבער ממש צום זמן, ממש ערב שבת אויפרוף, האט ליפא מיין שוואגער מיך א טובה געטון און געפארן מיט מיר אויפ'פיקן די טישטוך פון מאנרא, וואס יענער שפילמאן עמברודערי האט עס געמאכט, און אויך געמאכט זיכער אז אויך פאר זיין רבי וועט ער מאכן עפעס מער קנאקעדיג.. וואס פון דאן איז געווארן אזא טישטוך א חפצה אין די הויפן.
אינמיטן די שמחה האט איינער א לייכטזיניגער בחור, פון די הויפס געהילף, אריינגלייגט דעם טישטוך אין א ביליגע האנטוך וואש מאשין, ווייל ער האט געהאלטן אז מ'דארף עס 'שוין' אויסוואשן.. נאכן ערשטע מאל ניצן.
די טישטוך איז ארויסגעקומען פון דארט א שמאטע! איך האב געשפירט ווי דאס בלוט לויפט מיר ארויס פון קאפ און ווארפט מיך אום.
א גוטע חבר מיינע, יעקב יוסף סופר, האט מיר שפעטער געהאלפן פאר'רעכטן וואס יענער האט קליא געמאכט, און מ'האט צוריק אויסגעצויגן די פעדימער, און עד היום דינט די מפה של כבוד א שיינקייט פאר די שמחות אין הויף, שוין באלד פופצן יאר, ב''ה.

ווי געהויבן די שמחה איז געווען אין הויף, און ווי דערהויבן איך בין געווען, אזוי להיפוך האב איך אנגעהויבן שפירן, עטליכע חדשים נאך דעם שמחה סעזאן, ווי מ'זאגט, אלע האבן חתונה, און איך בלייב שפאצירן..
ס'האט מיר באפאלן דאס ערשטע מאל א סארט עצבות, יענע זומער תש''ס, אז כ'האב אנגעהויבן טון מאדנע זאכן, און כ'האב געשפירט אז כ'ווער דערמיט הייליגער אבער כ'בין געווארן נאר מער צעקלאפט.
כ'האב מיך עטליכע חדשים נישט געלייגט אין קיין בעט, איך האב אויספראבירט אלע סארט סגולות, תפילות, מחשבות, השתדלות, אבער כ'בין געבליבן פשוט אפגעזונדערט פונעם לעבנס געלויף, אלע לעבן אין א משפחה פאר זיך, און איך בין א שטיין אליין.
איך האב מיך טאקע משלים געווען אין אסאך לימודים, אבער מיין מצב נפשי איז געווארן זייער פארביטערט, און כ'האב נישט געזען קיין עצה, נאר ממשיך זיין אין דעם מצב און שטופן דעם וואגן א טאג נאך א טאג.
אבער די טאג איז אנגעקומען, און איבערס א יאר בין איך א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת.
ביים סעודת עניים פארן חתונה פונעם רבינס זון, האט א חבר מיינע מיך צוגעשלעפט צום רבין און געזאגט, אז דער רבי זאל מיר געבן א גאנצע דאלער ווי א יונגערמאן, און וויבאלד כ'האב מנדב געווען דעם שיינעם טישטוך זאל איך האבן א שידוך שוין.
דער רבי האט רעאגירט, אז פועל'ן קען מען מיט א קוואדער אויכעט, און אז איך האב נישט געקויפט דעם טישטוך פאר דעם, און דער אייבירשטער וועט מיך נאך העלפן..
[און כ'האב זייער הנאה געהאט צו הערן, אז דער רבי ווייסט אז איך האב נישט געקויפט דעם טישטוך אלץ א סיבה צו באקומען א ברכה פאר א שידוך, נאר פשוט צו באשיינען דעם רבינס שמחה, וואס לדעתי זענען אלע אנדערע טאוולען וכדומה, נישט קיין ברי קיימא, און דאס איז עפעס מער זאכליך און דויערהאפטיג.]

כ'ווייס נישט גענוי וויאזוי צו שילדערן יענע שווערע חדשים, פונעם זומער תש''ס ביז איבערן ווינטער תשס''א, אבער ס'נישט געווען געשמאק..
איין מיין פאמיליע האט מען מיך אנגעקוקט מאדנע פון מאדנע לאנד.. די זאכן וואס כ'האב מיך אנגענומען בפרישות, איך האב נישט אנגערירט קיין בעט, נישט געווען אין שויער, נאר געגאנגען אין גאר הייסע און קאלטע וואסער וואס רייניגט אויך, ווייל איך בין אלץ געווען א ריינע טיפ.
אבער לגבי די הויף האב איך מיטגעהאלטן אלעס און מיטגעפארן יעדע רייזע און זיך נישט געלאזט נארן, אבער דאך איז עס שוין געווען מיט א צעקוועטשטקייט, און כ'האב לכולי עלמא שוין געדארפט זוכה זיין צו ווערן אויפגעראכטן פארן תכלית פון לעבן.
אום חודש חשוון תשס''א, איז געווען א אומגליק, ווען מיין ברודער יעקב יוסף האט פארלוירן א דריי יעריג קינד, ווען דאס קינד 'יואלי' האט געכאפט א בלוט שטורץ און אויסגעהויכט זיין נשמה'לע אין די מאמעס הענט, ווי אויף זיין פרישע קבר האבן מיר געלאזט טרערן, און איז געבליבן די לעצטע קרעכץ מיינע פון יענע תקופה בעפאר איך האב חתונה געהאט.
פון דאן האט זיך אנגעהויבן שמעקן פרישע בשורות, מ'האט פלייסיג אנגעטראגן שידוכים, אבער.. ס'איז פון אלעס גארנישט געווארן, און דער רבי האט אלץ געזאגט, אז מיין ישועה איז נאנט, און אדרבה דער רבי האט באוואונדערט ווי איך בין שומר על הכלים, און לויף נישט ארויס פון די הויט, און האט מיך מחזק געווען אז אט אט וועט זיין סוף כל סוף עפעס פאר מיר.

חנוכה תשס''א, איז פארגעקומען די היסטארישע נס, וואס דער אייבירשטער האט געמאכט בזכות השתדלות וואס דער רבי זז''ג האט אנגעארבעט, מיטן זיך טרעפן מיטן דעמאלטסדיגן ארויסגייענדע פרעזידענט 'קלינטאן', און איך האב מיטגעהאלטן יענע רגעים ווען דער רבי איז אהיימגעקומען פון וואשינגטאן, און כ'בין געווען פון די מנין וואס האט ממשיך געווען דאס דאווענען יענע טאג חנוכה אין רבינס הויז.
שפעטער שבת שמות, האב איך מיטגעלעבט די הארציגע סצענע ווען סקווירא האט געטאנצן צום הימל פאר פרייד און טרערן, פאר די גרויסע נס און ישועה וואס דער אייבירשטער האט באוויזן לדוד עבדו ולישראל עמו.
דאן ביים לייענען איז אנגעקומען די בשורה טובה אז מ'האט געמאכט קורצער די צייט פון תפיסה פאר די וואס זענען נעבעך געזיצן שוין א צייט, און גאנץ שבת איז געווען א יום טוב שחל באמצע שבת און ממש ס'געווארן פורים אין די גאסן.
ביי גוט שבת זאגן האט דער רבי געזאגט מיין טאטן, אז יעצט איז די צייט אויסצופירן א שידוך פאר מיר..
דער רבי האט ממש בידיים און בפה מלא געזאגט, אז 'יעצט' דארף עס זיין..
אום זונטאג וארא, האט מיין טאטע מיר געזאגט אז מ'טראגט אן א שידוך פאר מיר פון לאנדאן, און איך האב גוט געוואוסט אז די זאכן זענען נישט קיין גרינגע החלטות, און כ'וועל ממילא נישט קענען מאכן די החלטה, האב איך געזאגט איין ווארט, אז אויב דער רבי וועט הייסן גיין דערמיט, גיי איך.
און צונאכטס זעמער שוין געווען ביים רבין אין צימער, ווי דער רבי האט געזאגט פאר מיין טאטן אז ס'איז א גוטע זאך, און האט זיך אויסגעוואנדן צו מיר דירעקט, 'וואס וואקעלט איר זיך?'
האב איך צוריקגעפרעגט דעם רבין, אז דאס מיינט אז מ'קען זיך שוין געזעגענען און אהינפארן?
יא! זאגט מיר דער רבי, און שטרעקט אויס די האנט זיך צו געזעגענען..
דערביי האט דער רבי געזאגט, ס'קומט יעצט חודש שב''ט, און לדעתו איז דאנערשטיג די פאסיגע צייט צו מאכן שוין א לחיים, וויבאלד ס'איז דאן די יארצייט פון רבי ר' זושא מאניפאלי זי''ע, אום ב' שב''ט, און אויך דער טאטע ז''ל האט חתונה געהאט ב' לחודש.. [אום ב' אדר].
אזוי האט דער רבי מרמז געווען אז ס'איז א פארטיגע זאך.. אויב איך וויל.. און איך וויל נאר אויב דער רבי וויל... אזוי שטארק האב איך נישט געקלערט אז כ'וועל נעמען אליינס די החלטה, ווייל טאמער וואלט איך גענומען די אייגענע החלטה האב איך מורא אז ס'וואלט נישט געווען..
מיר האבן געפאקט פעק שטילערהייט, און אנגעקומען קיין לאנדאן אום דינסטיג ווען צונאכטס דארף זיין מיין ערשטע פגישה מיט מיין באשערטע וואס כ'האב אין מיין לעבן נישט געזען, און אפילו נישט געוואלט זען אויף א בילד, בעפאר איך זע איך מיט די אייגענע אויגן ביים פגישה, אינעם ריכטיגע מינוט וואס איז באשערט פון הימל.
דאס איז נישט געווען מיין ערשטע רייזע קיין לאנדאן, א יאר בעפאר בין איך געפארן מיטן רבין און חסידים אויף לאנדאן אויף א שבת, און דאן איז געווען מיין ערשטע רייזע אויף א פליגער בכלל און לאנדאן בפרט, און כ'האב יענס אויך פארצייכענט אין א קונטרס, וואס כ'וועל מסתמא אויך ציטירן אין א געלעגנהייט פון יענע רייזע.
איך געדענק ווי מרת דיימענט – געוועזען א שפיצער פון סקווער, האט אונז גלייך געברענגט עפעס א לעיקעך, אינעם קדימה האטעל ווי אונז זענען איינגעשטאנען, דאס אליינס האט אונז געמאכט ווארעם אויפן הארצן..
איך האב נישט ארויסגעלאזט די פעדער פון האנט.. און אויך דאן פראבירט שרייבן מיינע נאטיצן, אבער ס'נישט געגאנגען..
ביים זיך טרעפן מיט מיין מחותן האב איך פארציילט א סיפור פונעם הייליגן רוזשינער זי''ע, אז ווען ער איז ארויס פון טורמע איז ער צוריק א טריט, ווייל די וועלט זאגט, אז מ'איז אויף א פלאץ איינמאל קומט מען נאכאמאל, האט ער שוין יוצא געווען מיטן טריט צוריק..
איך בין געווען אין לאנדאן א יאר בעפאר, און יעצט קום איך צוריק..
איך האב זיך געטראפן זיצן קעגן מיין באשערטע, וואס איז צו מיין וואונדער נישט געווען אנגעטון ווי מ'גייט צו א חתונה, נאר זייער איינפאך און צניעות'דיג, וואס האט ווידער געמאכט ביי מיר א רושם פון אמת'קייט, וואס האט מיר געעפענט די מויל צו פארציילן אפאר סיפורי צדיקים, וואס כ'האב געשפירט אז אט זי וועט זיין די ריכטיגע כלי לקבל די סארט השקפה.
און כ'האב מיך נישט גע'נארט, ווי זי האט מיך נישט אנטוישט נאכן חתונה, און אזוי אויפגעלעבט אויף יעדע חסידישע סיפור און הייליגע עובדא, אז כ'פלעג ממש שפירן ווי די קדושה פונעם צדיק פון וואס איך פארצייל, רוהט אין אירע געוויסן, און לעבט אויף איר נשמה.

ס'איז מיר שווער צו שרייבן די קומענדיגע שורות, אבער איך בין געווען זייער צומישט אין יענע מאמענט, ווען מ'האט געשלאסן דעם שידוך, איך האב געשפירט ווי מ'האט מיך פון איין רגע צום צווייטן געטוישט די שכל, און כ'בין פארטיג!
עד כדי כך, אז ביים קידוש שבת נאכן שידוך, האב איך פשוט אפגעפיצט פון דארט, און נישט געקענט אויסהאלטן די מזל טוב שאקלעריי, ווען איך בין אזוי צעמישט און ווייט פון מסודר.
ס'מיר נישט געווען באשערט צו זיין אזוי פרייליך ווי מ'וואלט זיך פארגעשטעלט, ווייל איך בין געווען זייער צעמישט, וואס ס'האט דא פאסירט אין געציילטע טעג ממש.
און ביז מיין חתונה האב איך אסאך חיזוק און בארואיגונגס ווערטער געבעטן ביי מיינע באקאנטע משפיעים וואס כ'פלעג זיי נאכלויפן און בעטן א גוט ווארט.
בעיקר פלעגט מיך העלפן אין יענע צייטן, ר' יעקב יוסף פראמאוויטש, וואס האט זיך זייער איבערגעגעבן פאר מיר, און מיך געדולדעט און אויסגעהערט, און ממש צוגעזאגט אז כ'טוה די ריכטיגע שריט, און כ'זאל אוועקווארפן אלע פחדים און שווערע געפילן.
צוביסלעך האב איך זיך אנגעהויבן גרייטן צו מיין חתונה טאג, מיט בעסערע געפילן, און מיט גאר געהויבענע הכנה, צו עפעס וואס כ'האב געווארט עטוואס לענגער ווי אסאך אנדערע..
מ'קען זיין זיכער, אז דאס וואס קרובים און אפילו די נאנטסטע האבן געהאט אין מחשבה, אסאך אנדערע סארט מחשבות האבן געווירבעלט ביי מיר אין מח, צו אט די דאזיגע כלה וואס איך גיי איר מקדש זיין אין עטליכע חדשים ארום, וועט משיג זיין מיינע טיפע רעיונות? וועט שפירן מיינע געפילן? וועלן מיר האבן א מיינזאמע לעבן?
איין זאך האב איך אבער באשלאסן ווי א פעלזן פעסטע אפמאך, אז 'איך וועל איר קיינמאל נישט פארלאזן'.. יהיה מה שיהיה, אויב כ'בין שוין א חתן, און מיט איר.. וועל איך מיט איר לעבן און זען צו לעבן, און טאקע לעבן..

זיך אריבערציען קיין לאנדאן, איז באמת נישט געווען פון מיינע טיפסטע רצונות, אבער מהשם מצעדי גבר, און מיר האבן זיך געפונען מיט פעק און זעק, ערב מיין חתונה בעיר הבירה לאנדאן, און זיך גרייט געמאכט צום לעכטיגע טאג ווען כ'האב געהאט מיט מיר אסאך שעות און טעג הכנה און עבודה.
פארן חתונה בין איך אפילו געווען אין א קוואל מקוה, קודם אין שטעטל בעפאר איך בין ארויסגעפארן, וואס לויטן עצה פון רבין אז טאמער ס'וועט נישט זיין מעגליך אין לאנדאן קען איך גיין פארדעם אין שטעטל, אבער כ'האב מיטן השתדלות פון מיין גוטע חבר – אהרן הערש אפטער פון שטיבל, געקענט ביום החופה אויך כאפן א טבילה שלא ברשות, אין א מעיין מקוה אין לאנדאן, א זאך וואס איז כמעט נישט מעגליך.
המשך יבוא בעזרת ה' ית'

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:30 am
דורך דולה ומשקה
איך האב שוין געמיינט די האסט 'פארגעסן' פון דיינע 'זכרונות',
איך האב געמיינט די גייסט שרייבען אביסל פון ר' זיידעלע קרעטשנעפער און ר' הערשעלע ספינקער, ס'וואלט מיר אויך געוועהן אינטרעסאנט צו ליינען וואס די האסט צו שרייבען איבער זיי.
אוי אנטשולדיג איך האב הנאה פון אלעמען זיי ממשיך ווי זוי די ווילסט נאר.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
די עיקר סיבה פארוואס איך שרייב ברבים, איז כדי די גוטע תגובות זאלן מיר געבן א שטופ, און אטאמאטיש ווען ס'דא ווייניג דערפון, שרייבט זיך ווייניגער. איך דארף מיך מזרז זיין

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
היות איך האלט מיך אינאיין דערמאנען נאך זאכן ארום און ארום, וועל איך אלעס ארום איבערלאזן אויף שפעטער, יעצט וועל איך פארזעצן גראד מיט מיין אייגענע לעבן.
מיינע געפילן אינעם יום החופה איז געווען גאנץ אנדערע ווי וואס כ'האב גע'חלומ'ט אלע מיינע יארן ביז אהער, איך בין בכלל נישט געווען אינעם סביבה פונעם שטעטל, ווי ס'זאל זיין די מנהגים און גאנצע וועזן, ווי א היימישע חתונה ווי מיין חלום.
פנים חדשות באו לכאן, ס'זענען טאקע געקומען געסט און חברים פון שטעטל, מיטהאלטן מיין שמחה, אבער ס'דאך געווען א אנדערע סארט חתונה ווי כ'האב געהאט אין טרוים.
כ'רעדט שוין נישט פון מיין ערשטע אנטוישונג, אז כ'האב נישט געהאט קיין צוויי געטרייע חברים, וואס זאלן זיך זארגן פאר מיינע גאר פריוואטע ענינים, וואס א געווענליכע חתן האט זיין מדריך, און איך בין דא געווען אויפן וואסער, אן א ערפארענע מדריך, וואס זאל זיין גרייט צו הערן מיינע שאלות און ספיקות.
האב איך אנגעהויבן מצד מה מיטן לינקן פוס, און זיך אליין פושט געווען מיינע שאלות וספיקות, געווענליך אויף א שטייגער וואס האט נאר געמאכט גרעסער די שאלה.
אוודאי איז די חתונה געווען זייער א לעבעדיגע, און משפה ולחוץ האבן מיר געשמייכעלט און געטאנצן, און די שבע ברכות'ן האבן זיך געריקט על הסדר, און מ'איז אריין אינעם גרויסן וועג אין לעבן. אבער ס'איז געווען אינעווייניג צווישן אונז – מיך מיט מיין נייע לעבנס שותף, א סארט טשעלענטש אין זיך ספראווען אליינס מיט פראבלעמען וואס האבן זיך אנגעהויבן מאכן, און ס'נישט געווען ריכטיג קיין מדריך פרטי וואס זאל אונז פירן.
איך האב געברענגט מיינע ידיעות פון סקווירא, וואס איז געווען ווייט פון פרטיות'דיג און פאסיג פאר א נייע יונגערמאן, און ווייט פון נארמאלע הדרכה וואס מישטיינס היינט באקומט א פרישער יונגערמאן, און זי האט ווידער געהאט עפעס א זקינה פאר א מדריכה, וואס האט אוודאי אויסגעלערנט די ערסטקייט פון לעבן, אבער נישט דאס געשמאק דערפון..
מיינע שוויגער עלטערן האב איך בשום אופן נישט געוואלט צופיל אריינמישן, כאטש זיי וואלטן זייער געהאלפן, האב איך געשפירט אז ס'קעגן צניעות און פריוואטקייט, און ס'האט גענומען אסאך עגמת נפש און שטרויכלונגען ביז מיר האבן זיך געלערנט די וועג צו ספראווען אונטערגעקומענע שאלות אויף די אייגענע הויט.
דאקעגן דאס שלום בית, איז ביי אונז געווען שוין פון אנהייב גאר א געהויבענע אטמאספערע, און אז כ'קוק צוריק, קען זיין אז דווקא וועגן דעם, ווייל מיר האבן זיך אליינס געלערנט צו סעטלען פארצווייגטע מצבים אינעם לעבן, סיי לגבי פרנסה סיי לגבי הלכות, סיי לגבי ארומיגע נסיונות, אז דאס אליינס האט אונז צוזאמגעברענגט, אזויווי צוויי וואס גייען צוזאמען אין א וואנדער וועג..
ס'געווען גלייך פון אנהייב 'גוטע' לייט, וואס האבן געוואלט 'העלפן'.. אזעלכע הילף וואס האט נאר געקענט מאכן פראבלעמען, אבער נישט וואס כ'האב געבעטן, ווי מ'רופט עס, אומגעבעטענע טובות, ווי צום ביישפיל, וויאזוי איך אדער מיין ווייב זאל זיך אויפ'פירן, קליידן, רעדן צווישן זיך, אבער מיר האבן צווישן זיך אפגעמאכט, אז די סארט הילף זענען נאר א וועג פון נאז שטעקעריי, און מיר האבן מחרים געווען אזעלכע פארשוינען פון אונזער לעבנס אגענדע.
ס'מיר שווער צו שרייבן גענוי וועלכע סארט פראבלעמען מיר האבן אלץ געהאט אויסצושטיין, גלייך פון אנהייב, און אויך וואס האט זיך געצויגן עטליכע יאר, אבער דאס איז זיכער, אז מיר האבן נישט געלעקט קיין האניג, און דאס האט אונז נאר מער צוזאמגעברענגט, און צוזאמען פלעגן מיר כאפן די אטעם אין שווערע מצבים, און צוזאמען זיך מחזק געווען אין טעג פון חושך און דורכפאל.
איך האב חתונה געהאט ט''ז סיון תשס''א, און די ערשטע פאר יאר איז אלעס גראדע געפארן אויף קליינע בערגעלעך, נישט קיין שווערע ירידות ועליות, קעגן וואס איז געקומען נאכדעם..
איך האב אנגענומען דאס נייע לעבנס שטייגער כפי נוסח לאנדאן, און מיר האבן געפראוועט האלידעי און קלאצעריי, און אלע מנהגי לאנדאן אינעם יאר רונדע, און אויך די גוטע בענעפיטן האבן מיר באקומען, וואס איז געווען גאנץ א גוטע באלזאם אין שווערע פרנסה טעג.
דאס ערשטע יאר זומער, זעמער געפארן מיט מיין שווער זז''ג צוזאמען, צו א שיינע פלאץ אין 'וועילס', מיטן נאמען 'קארדיף', דאס איז א שטאט וואס געדויערט צו פארן דריי שעה פון אונזער געגענד דארט, און פאר צוויי וואכן האבן מיר זיך דארט אויפגעהאלטן, און אריינגעאטעמט די פרישע לופט און זיך ארומגעזען די הערליכע פאנאראמע וואס וועילס געבט פאר, די וואונדערליכע בריאה און וואוקס פונעם בורא עולם.
איך האב קיינמאל פארדעם נישט געזען אזעלכע הערליכע פאנאראמעס, און זייענדיג א מומחה אין כאפן בילדער, האב איך געכאפט דארט גוטע סצענעס וואס ליגן אין מיינע ארכיוון אוועקגעלייגט, און דערביי האב איך מיט געשמאק דארט זוכה געווען פארצוזעצן מיינע שיעורי תורה מיט גאר געשמאק.
יענע יאר איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער רבי זז''ג האט געפראוועט א שבת אין פרעשבורג סלאוואקיי, ביים וויילען דארט פאר צרכי רפואה פון די נאטורליכע בעדער וואס זענען גוט פאר די פוס, און איך אלץ שנה ראשונה און סמוך על שלחן אחרים האב נישט געקענט בעטן מיין שווער זאל מיר באצאלן טיקעטס אהין, און כ'בין געבליבן אין ענגלאנד, און דערביי זיך א עצה געגעבן אין יענע אומשטענדן אויך אויף נישט די גרינגסטע אופנים.
מיר זענען געפארן שעות לאנג פאר א טבילת מצוה, שבת זענען מיר געגאנגען כאפן א טבילה איבער צוויי שעה גאנג, ס'האט ארויסגענומען די כוחות, אבער כ'בין געווען אין די פרומע גוסטע..
ווי געזאגט, רוב זאכן האב איך געטון אויף די אייגענע האנט, ווייל כ'האב נישט געהאט קיין רעכטע מדריך, אויף זאכן וואס א מדריך וואלט מיר אזוי שטארק צוניץ געקומען נישט מחמיר צוזיין ווען מ'דארף נישט.
די קומענדיגע יארן, זעמער געגאנגען זומער צו לאקאלע אויספלוג פלעצער, איין יאר מיט 'טעשערס אויטינגס', איין יאר בין איך געווען א האלידעי רבי אין סאטמארע חדר אין לאנדאן, וואס איז מיר אויך געווען באגלייט מיט אכזבות צו די זייט, ווי כ'האב געשלונגען בזיונות פון מיינע דורכפעלער, ווייל כ'בין נישט געווען געוואוינט צו די אחריות וואס ס'האט זיך פארלאנגט פון מיר, און יעדע קליינע דורכפאל האט מיר צוריקגעברענגט די בושה פון זיין אין די פרעמד און נישט וויסן ווי זיך אהין צו טון פאר פארלוירנקייט.
ס'גלייבט זיך מיר נישט, אז דער פעסטע מנשה לוסטיג, האט אמאל געשפילט דעם כאראקטער פון א פארשעמטע פרישע פרומע יונגערמאן, וואס אלעס גייט עהם מיטן פיטום אראפ, און יעדער איז דא נאר מיר מבייש צוזיין.
אבער כ'האב זיך נישט געהאלטן משה גרויס, ממילא האב איך נישט באקומען די פראסקעס אין פנים אויף אזא שווערע פארנעם.
איך האב ווי נאטורליך געלערנט אין סקווערע כולל, דורך די יאר, אבער די הנהלת הכולל האט נישט געוואלט פארשטיין אז ס'דא א אויסנאם פון לומדי הכולל, איך וואס כ'בין קיינמאל נישט געווען געוואוינט צו לערנען מיט א חברותא, און מיט די סדר ואופן הלימוד פון בחינות, בין באלד ארויסגעפלאן פונעם סיסטעם.
איך בין ווייטער געבליבן אין כולל, אבער קיין געהאלט האב איך נאך א צייט מער נישט באקומען.. דאס האט נישט צוגעגעבן צו די געשמאק פון וואוינען אין די מרחקים, וואס אנשטאט מ'זאל העלפן יונגעלייט וואס קומען פון די אנדערע זייט ים, זיך מסדר זיין, און נישט אזוי מדייק זיין, האט מען גאר געטון פארקערט.
וויפיל איך האב פראבירט צו טרעפן עפעס א זייטיגע פארדינסט, איז מיר עס נישט געקומען אונטערן האנט, בפרט וואס אין לאנדאן זענען די קליינע סייד דזשאבס בכלל נישט קיין דבר הנמצא.
איך האב פראבירט זיך מאכן צופרידן מיט וואס כ'האב געקענט, ווייל סוף כל סוף, די עיקר פארדינסט האבן מיר דאך באקומען פון די שטאט בענעפיטן, דאך פאר טאשן געלט האבן מיר געשפירט גענוג גע'ענגט און שפארזאם.
איך האב זייער נישט ליב צו שרייבן שווערע זאכן, ספעציעל זאכן וואס זענען וועגן אנדערע מענטשן, אבער בקיצור איז נישט גענוג געווען אז איך האב זיך געפונען אין א פארעם פון א לא יצלח, האט מען מיין ווייב ע''ה אויך נישט געגעבן די בעסטע געפיל ווי זי האט לכתחילה געהאט עפעס א שטיקל ארבעט, און ס'האט אונז ביידע גורם געווען עגמת נפש, אבער צוזאמענארבעט אין זיך א עצה געבן צוזאמען.
מיר האבן זיך טאג און נאכט פארנומען צו זוכן עצות און חיזוק פאר זיך אליינס, און דאס אליינס אז מיר האבן צוזאמען געשפאנט האנט ביי האנט אין אסאך עגמת נפש'ן, האט אונז נאר נענטער געברענגט און פארשלאסן די טיר פאר דרויסנדיגע פראבלעמען.
איך האב זיך אויסגעלערנט געוואלדיגע כללים אין שלום בית בפרט, וואס די ערשטע כלל איז געבן און געבן, דאן נעמט נישט לאנג און מ'באקומט און מ'באקומט..
ווען יעדער לייגט צו א האנט, ווערט אלעס מסודר, איך האב מיך אליינס געלערנט די ריכטיגע מעטאדן פון שלום בית, און מיט א ריכטיגע רצון זיך צו לעבן גוט, און פארגיטיגן יעדע מצב, דערלאנגט מען זיך אן צו א הצלחה, כאטש א טיילווייזע הצלחה, כאטש א צייטווייליגע הצלחה, אבער דאך הצלחה.

יעדע יאר האט זיך זיינע היסטארישע פאקטן, אבער דאס יאר וואס איך האב חתונה געהאט, תשס''א, איז געבליבן א היסטארישע יאר לדורי דורות.
היינט הייסט עס 911, יענע סוף זומער – שוין אין די סליחות טעג, ווען דער ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדען, האט אויסגעפירט א נעץ פון טעראר איבער ניו יארק, און זינט דאן איז צעשאקלעט געווארן דאס רואיגע לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן בפרט, אויס ציטער פאר זייערע ווילדע און לעבנסקאמפ אקטיווע מארדן אין די וועלט ארום.
איך בין אויפגעשטאנען יענע אינדערפרי, שוין א שעה א האלב נאכן ערשטען אינצידענט, און כאטש זייענדיג א שעה וועג פון מאנהעטן ווייט, האב איך דאך נישט געוואוסט און נישט געהערט גארנישט, ביז כ'האב איינעם באגריסט נאטורליך גייענדיג אין שול.
ס'געווען אזא שאק, אז דער עולם אליינס האט נישט געכאפט ביז סוף טאג, אין וועלכע פאניק מען איז אריינגעפאלן, און ווען די נעץ פון טעראר אקציעס איז פארגעקומען אינדערפרי, איז הערשט געקומען די ריכטיגע באווארענישן איבער די נוקלעארע פלענט – נישט ווייט פון אונזער געגענד, הערשט זעקס אזייגער נאכמיטאג.
דעמאלט האבן מיר געזען איבערן הימל עטליכע מיליטער פליגער'ס פונעם F16 סארט, וואס האבן אנגעמאכט א גערויש און באוואכט דעם הימל ביזן נאכט.
איך בין דאן געווען אין אמעריקא, צוליב די שמחה פון מיין שוועסטערס חתונה, בין איך שוין געקומען צום חתונה און געבליבן ביז נאך די ימים טובים, און מיר האט געשטערט די פאקט אז באלד נאך מיין חתן ווערן האט מען זיך שוין געיאגט.. און איר געוואלט באלד חתונה מאכן, ווען זי איז קוים געווען זיבעצן.
און דערצו, האט מיין וועג צוריק קיין לאנדאן שוין געהאט די פחד פון טעראר, און צוריקקומענדיג קיין לאנדאן בין איך געוואויר געווארן אז מיין ווייב האט פארלוירן איר דזשאב, און אויך איך האב נישט געהאט קיין אינקאם פאר חיי יום יום.
ס'געווען א סעזאן ווען כ'האב מיר אריינגעלייגט אינעם דזשאב פון זיין א ממלא מקום, און עטליכע חדרים אין שטאט, האבן מיר גענוצט ווען מ'האט געדארפט, אינצווישן זיי איז געווען 'געטערס חדר', און בעלז 99, און וויזשניץ, און נאך א תקופה האב איך אנגעהויבן אריינגעבן א רעזעמעי, צו ווערן אנגענומען אלץ א בעהעלפער אין איינע פון די חדרים.
איך האב געשפירט א שטארקע ליבשאפט זיך אפצוגעבן מיט די קליינע קינדערלעך, זיי משמח זיין מיט מיינע שטיקעס, וואס דאס איז א געבוירענע חוש וואס איך פארמאג, צוצוטרעפן יעדע קינד וואס מ'קען עהם משמח זיין, ווי איך פארשטיי די מהלך המחשבה פון פארשידענע סארט קינדער.
למעשה האב איך נישט באקומען קיין אקעי, פון קיין איין חדר, ס'האט מיר אויסגעקוקט מאדנע, ווייל איך האב דווקא יא געמאכט א גוטע איינדרוק ביים דינען אלץ ממלא מקום, אבער מיט די צייט האב איך שוין געוואוסט גוט, אז איך האב 'גוטע פריינד' וואס האקן מיר אונטער די פוס.
איך בין געווען צו פרום און פאר'סקווער'ט, אין זייערע אויגן, און זיי האבן געהאט די מבינות אויף מיר, אז כ'וועל נישט טויגן צו זיין א מלמד, און אויך א באהעלפער אויך נישט, ווי כ'האב נאכגעהערט אמאל א אויסדרוק אויף מיר: מיר האבן באקומען א מעלדונג פון איינע פון די מחנכים אין שטאט, אז איר פארמאגט א שטיקל מרא שחורה אין זיך וואס איז נישט גוט פאר די יונגע קינדער..
איך מרה שחורה?.. אין סקווירא האבן אלע מיר געקענט אלץ א העפי גאו לאקי.. דא אין שטיבל בין איך טאקע נישט איינשטימיג מיט יעדע הפקר יונג, איך גיי טאקע אויפן גאס [בימים ההם..] מיט אראפגעלאזטע אויגן, אבער איך בין מרה שחורה?..
אבער כ'האב שוין געהאט די תירוץ אויף מיין וואונדער, אז קיינער שפירט נישט וויכטיג מיר אנצונעמען פאר סיי וועלכע חדר שטעלע.
פאר אייך לייענער וויך איך סתם אויפווייזן, אויב איר וואלט מיר נישט געגלייבט, פרעגט סיי וועלכע פון מיינע תלמידים בימים ההם, סיי פון בעלז פון וויזשניץ פון געטערס, אויב זיי האבן נישט הנאה געהאט פון מיינע שטיקעס ווען איך בין געווען א סובסעטוט דארט.
אפשר גאר צווישן די לייענער זענען גאר דא אפאר תלמידים מיינע מימים ההם, און דאס איז געווען מיין טייל און הנאה אין יענע תקופה, אין יענע יארן אין לאנדאן, ווי די קבלת פנים יארן וואס כ'האב אנגעהויבן לעבן דארטן.
למעשה האט די השגחה עליונה געפירט, און דער דעמאלטסדיגער מנכ''ל המוסדות סקווירא אין אייראפע – העסקן הנודע ר' מעכיל סורקיס הי''ו, האט אויף מיר רחמנות באקומען, און מיר אויפגענומען אלץ באהעלפער אין די סקווירא תלמוד תורה, אין די ערשטע קלאסן, ווי איך האב פשוט געדארפט העלפן טראגן די קינדער אין טוילעט, זיי העלפן קאלערן און זינגען מיט זיי..
איך האב נישט ליב געהאט די פוילע פירערשאפט פונעם אלטן מלמד דארט, און כ'האב געמאכט לעבעדיג דארט, און יענער האט נישט איינגעשטימט מיט מיר, אבער מיר האבן זיך נישט באמת געשלאגן, ס'געווען גאנץ פיין דארט, און כ'האב געמאכט אביסל מער פרנסה.
אונז האבן געהאט דארט א גוטע חבר, ר' אהרן משה עלפער הי''ו, וואס האט פרייוויליג אויסגעפארבט ריזיגע טאוולען און אויך אויף די ווענט, די עיקר נושאים פון די פרשיות, פון די ז' ימי בראשית, פון די מצוות בין אדם לחבירו, און נאך.
בכלל האט זיך געמאכט א 'טים', ווען ס'זענען צוגעקומען פרישע יונגעלייט, און מיר האבן צוזאמען געארבעט אויף צו קריעיטן זאכן, נישט נאר פאר די חדר, נאר אויף פאר פורים אין שטיבל, פאר אנדערע צוועקן, וואס מיר האבן געמאכט לעבעדיג אין שטאט און אין שטיבל.

דאס יאר און דאס אטמאספער איז לחלוטין נישט געווען ווי אינעם שטעטל ווי איך בין אויפגעוואקסן, אבער כ'האב מיך צוגעוואוינט צום לאנדאנער לעבנס שטייגער, און כ'האב אפילו טיילווייז מער נישט מיטגעהאלטן וואס גייט פאר אין שטעטל, אזוי ווייט אנדערש איז געווארן די לעבן דארט.
א שבת א יו''ט איז בכלל נישט געווען דאס וואס כ'האב געקענט פון אלע יארן, ווען איך האב מיר אנגעטון די טלית און שטיוול, האב איך געמאכט שבת אויפן סביבה, נישט ווי אין שטעטל ווי די הייליגע טעג זענען מקודש וגומר.. נאר אויב איך האב נישט געמאכט שבת, איז קיין שבת נישט געווען אנצוזען.
פאר א אמת, האב איך מיר אלץ געבענקט אויף אלע ימים טובים קיין סקווירא, אויסער ר''ה יום כיפור האב איך יא געגליכן אין לאנדאן, ווייל מ'איז למעשה געזיצן רוב טאג אין שול, און כ'האב געהאט מיין רואיגע זיץ פלאץ, וואס דאס האט מיר געמאכט שפירן עפעס מער קדושה אינעם קאלטן לאנדאן, איידער די איבריגע חדשים פון יאר, ווען א דאווענען שבת האט נישט געמעגט דויערן מער ווי צוויי א האלב שעה – די לענגסטע..
המשך יבוא בעזרת ה' ית'

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך באקומען א דירה'לע בלויז פאר די שבע ברכות, וואס איז באמת געווען איינעמ'ס דירה וואס יענער איז אוועקגעפארן אויף ניו יארק צו א שמחה.
באלד נאך די שבע ברכות האבן מיר געפאקט די פעק און זיך אריבערגעצויגן צו א דירה אויף פארטלענד עווניו, ביז מ'מאכט גרייט פאר אונז א פאסיגע דירה אין 'קעימבריטש קארט', וואס איז א ריזן קאמפלעקס פון דירות, כ'וואלט עס גערופן א ריזן שטייג..
מייזלעך און וואסער איבערלויף, איז די קרוין פון די טענות, און בכלל איז עס נישט קיין פארגלייך געווען צו א דירה וואס א שטייגער מיינע פריינד און משפחה האבן באקומען אין שטעטל, אין די סעזאן ווען מ'הייבט אן א נייע לעבן, און מ'קומט אריין אין א נייע דירה, אויסגעשטאטעט מיט נייע פירניטשער, בעטן, קלאזעטס, שפיגלען, דיינינגרום בענקלעך און רייכע טיש, קאך בענקלעך און טיש, און נאך.
וואס פירניטשער ווען דירה..
א לעכל פון א שטוב א האלב איז מען גליקלעך געווען אין לאנדאן, סתם מחותנים האבן געקויפט צוויי נייע מאטראצן און א פרעים אויף רעדער, און א שענקל צו האלטן די בגדים, זעמער געווען מסודר ווי א גאסט..
די רייכערע האבן געקויפט מער זאכן פאר די יוצאי חלציהם, אבער סתם עמך לאנדאן? אז די האסט א ווינקל ווי אנצושפארן דעם קאפ, מה יתאונן גבר חי?..
און אויך דאס האב איך נישט באלד באקומען, נאר נאכן זיך באזעצן בקביעות אינעם אויסדערווארטעטע דירה נאך עטליכע חדשים נאכן חתונה, ווען די אפעטיט איז מיר שוין פארשוואונדן פון א נייע לעבן, פון א נייע בלעטל, נאכן וואנדערן און שלעפן רענצלעך מיט אלעס וואס מיר האבן זיך אנגעקליבן פארן נייעם לעבן..
איך בפרט, האב פארלוירן דעם געשמאק פונעם קאנטרי סייט וועטערס, אז מ'האט געעפענט א פענסטער אויפן פערטן שטאק, האב איך באקומען רויעך און שטויב, פון די שטאטישע פארקער און געלעבעכטס, כ'וואלט געזאגט געקלעבעכטס..
אין ווינטער מי יתן הייצונג – די איבערגעפעינטע אייוועלע וואס ליגט שוין דארט אריינגעמויערט פון דעם ערשטן ענגלישער קעניג.. און אין זומער האב איך געהאט א גרויסע ווינטעלאטור, א פען, וואס האט געהאלפן די ווינטעלע וואס האט זיך געצויגן פון מזרח פענסטער זאל אריבערלויפן צום צפון זייט, און דערביי אויסלופטערן אונזער דירה פונעם שטיקענדע אטמאספער פון נעכטן, און ברענגען פרישע שטויב, וואס האט זיך גוט אנגעזען אויף די פורהאנגען וואס האבן טיילווייז אדורכגעזייעט די לופט וואס האט אריינגעדרינגען פון די שמאלע שויבן.
א נחת געווען זיך ארויסצוזעצן אויפן פירקאנטיגע טאראסע, אוןן אראפשפייען פונעם פערטן שטאק, אין א קילע נאכט, און זיך ארומקוקן אויף די הוהא וואס ווערט נישט העכער צו שטילער, אינעם שלאפענדיגע לאנדאן, זומער ווינטער, טאג און נאכט, גלייך.

און אז ס'איז אריבער א תקופה פון צוויי יאר, זייט מיר האבן חתונה געהאט, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קיין קינדער, האט עס אנגעהויבן שוין אביסעלע זארגן, ווייל מיר האבן באלד געזען אז ס'עפעס נישט בסדר.
מיר זענען פונקט געפארן אויפן יו''ט פסח און יאר תשס''ג קיין סקווירא, ווי איך האב אלץ געבענקט צו זיין ביים רבין אויף די סדרים, וואס איז א שיינקייט און געשמאק פאר מיין נשמה, און ווי די שטייגער אז מ'קומט צו פארן, גייט מען אריין צום רבין מיט א קוויטל זיך פראווענען.
און אז דער רבי נעמט דאס קוויטל און זעט אלעס קלארזיכטיג, שטעלט ער א פראגע, מ'הערט נאכנישט קיין נייעס?..
און וויפיל כ'בין געווען שוין באזארגט, אבער קיין צען יאר נאכן חתונה האבן מיר נישט געהאלטן.. ממילא האב איך געזאגט פארן רבין, עה! דערווייל איז נאך גארנישט קיין נייעס.
דער רבי זז''ג האט עס זייער ערנסט גענומען, און האט זיך פארקלערט א וויילע, און באלד אנגעהויבן וואונטשן א ברכה, צולייגענדיג 'איר זאלט זוכה זיין צו קענען מקיים זיין דעם והיגדת לבנך'..
דאס איז שוין געווען א חידוש פון א ברכה, ווייל דער רבי האט געווענליכע לשונות פון ברכות וואס דער רבי וואונטש, און דא האט ער צוגעלייגט א באזונדערע ברכה, וואס האט מיר איבערגעלאזט מיט א ספעציעלע איינדרוק, וואס כ'האב אליינס נישט געוואוסט וואס ס'זאל באדייטן.
אבער באלד נאכן רבינס ברכה איז געווארן א שינוי, און אחרון של פסח איז געווען די זמן פקידה ווען ס'האט גערוט דאס יו''ט מיט אלע אירע קדושות, און מיר האבן זיכער געהאפט אז מיטן רבינס ברכה וועט דאס מאל שוין זיין נייעס.
מיר זענען אהיימגעפארן נאך יו''ט היבש פארמאטערט, מ'גייט אריין אינעם זומער, און קיין פלענער האבן מיר גארנישט פארן עתיד, און מיין חשובע יודענע ע''ה האט דעמאלטס שוין נישט גערוהט, נאר אלץ געלאפן צום דאקטאר, זיך אינטערעסירן אפשר דאך איז דא נייעס.

ס'געווען ל''ג בעומר, ווען איך האב פונקט געהאט א סובסעטוט דזשאב אין באבובער חדר, נאך פאר איך בין געווארן אנגענומען אין סקווערע חדר אלץ העלפער, און כ'באקום א טעלפאן קאל פון מיין ווייב, אז יא! דער דאקטאר האט יעצט באשטעטיגט אז ס'ברוך השם דא נייעס!
וויפיל מאל האט ער שוין געמיינט אז ס'דא עפעס נייעס? האב איך איר געפרעגט מיט א געלעכטער, ויפג ליבי כי לא האמנתי, און זיי האט נישט נאכגעלאזט, ניין! ער זאגט הונדערט פראצענט זיכער, אז איך ווארט.
צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, כאטש כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי עס אראפצושלונגען.. און כ'האב באלד געקלונגען מיינע עלטערן קיין ניו יארק, ווי מיין מאמע זאגט מיר באלד, אז יא, זי האט זיך פארגעשטעלט שוין א וואך צוריק..
וואס? איך בין יעצט געוואויר געווארן – מאמי!
ניין, טאטי איז געפארן אויף ל''ג בעומר קיין מירון, פארדעם האט ער זיך געזעגענט פונעם רבין, און דיך מזכיר געווען פאר א ישועה, און דער רבי האט געזאגט, 'דער אייבירשטער זאל העלפן ס'זאל טאקע זיין אן קיין שום מכשול'.. דאס מיינט אז די האסט שוין געמאלדן פארן רבין א וואך צוריק, און פאר אונז נישט..
ניין מאמי, איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט מיין ווייב, וואס האט עס יעצט געהערט פון די דאקטאר דא..
ויהי לפלא..
ס'קומט אויס, אז דער רבי האט מיר געגעבן דעם ברכה, טאקע נישט ווייט פון ב' ניסן פונעם הייליגן יארטאג פונעם רבי'ן זצוק''ל, ווען ס'איז א זמן מסוגל ביים רבין צו פועל'ן אין זכות פון די אבות, און קוקט אויס בזכותו האט דער רבי געפועל'ט פאר אונז, און יעצט ל''ג בעומר איז שוין א חודש אריבער..
די קומענדיגע חדשים זענען נישט געווען קיין לייכטע, אזא טייערע אוצר האט זיך געלאזט קאסטן שוועריגקייטן דורכאויס די ניין חדשים, און ענדליך האט מען געהאלטן טבת א יאר אריבער, ווען ס'נאך געווען צו גיין לויטן חשבון צוויי וואכן.
אבער מיין יודענע האט אלץ געהאט א געפיל אויף זאכן וואס מ'דארף זיין געווארנט פון א סכנה, און זי האט אנגעהויבן מיט א טענה, אז עפעס איז נישט בסדר, זי פלעגט שפירן דאס קינד ווי ער באוועגט זיך, און יעצט הערט מען גארנישט..
זי האט געוואלט שוין יעצט ערב שבת פ' ויחי אריינגיין אין שפיטאל, עס מברר זיין.
ערב שבת א צוויי שעה פארן זמן?.. ביז מ'האט זיך אויסגע'טענה'ט איז שוין געווען א האלבע שעה פארן זמן, ווען זי פארט..
ווען זי האט געוואלט עפעס איז עס געשען.. זי איז געפארן.. און געבליבן דארט מיטן אויסרייד, כ'זאל מיך נישט זארגן, און אפילו נישט מיטקומען.. נאר כ'זאל בלייבן שבת אינדערהיים, און אריינוואקן מארגן שבת אינדערפרי.
כ'בין אויפגעשטאנען גאנץ פריה, און נאכן מקוה זיך אנגעגרייט אויפן וועג, ווען מ'קומט מיר אקעגן מיט א בשורה, אז איינער איז יעצט געקומען פון שפיטאל און געמאלדן אז כ'האב געהאט א יונגעלע למזל טוב, און מ'האט געראטעוועט די יולדת אויך מיט אסאך מיה.
אוי בין איך געווארן צומישט.
געראטעוועט? געבוירן?.. ווער זאגט.. ווער איז יענע זאגער..
איך בין געגאנגען צו מיין שוויגערס הויז, און שוין געהערט די גאנצע געשיכטע, אז פרייטיג צונאכטס האבן זיי געזען אז דאס קינד איז מסוכן, און מ'האט שנעל ארויסגענומען דאס קינד, און די יולדת האט פארלוירן אסאך בלוט, און זיך שווער צוריקגעכאפט, און יעצט שלאפט זי מיט מאשינען, ווייל זי איז נאכאלץ בגדר סכנה.
נאכן סעודה האבן מיר זיך ארויסגעלאזט א טייל משפחה, צום שפיטאל וואס איז א מהלך פון צוויי שעה גיין, און פארשוויצט און פארסאפעט האבן מיר געוואלט אריינקומען צום יולדת אין שטוב, און דאס אליינס איז נישט ערלויבט געווארן אזוי שנעל.
נאך נאכאנאנדע בקשות, צו איבערצייגן אז מיר זענען קרובים, כאטש מיר האבן נישט מיט זיך קיין 'איידי קארט', האבן זיי אונז בחסד אריינגעלאזט, אבער ס'נאכנישט געווען מיט וועמען צו רעדן.. הערשט מוצאי שבת האבן מיר באקומען א לעבעדיגע רעספאנד, אז די יולדת ווערט בעסער, און מ'האט איר צום ערשטן מאל אין פארענט פון אונז געגעבן צו האלטן איר נייע אוצר.
איך האב געמאכט הבדלה דארט, און ארויפגעלייגט אביסל וויין אויף דאס קינדס ליפן.. עפעס אנדערש האט מען נישט געקענט טראכטן אויף מיר.. און באלד האב איך געקלונגען קיין סקווירא, כאטש ס'נאך געווען טיף שבת קודש דארט, אבער צו מעלדן כאטש אויפן ענסערינג מאשין, אזא פרייליכע בשורה טובה, און כ'האב נאר פארציילט די גוטע חלק, און נישט די מצב פונעם יולדת.
מיין טאטע האט פארציילט, אז ער איז געגאנגען צום רבין מודיע זיין די בשורה טובה, נאך וואס ער האט געהערט דעם מעסידטש, און דער רבי האט זיך אפגעשטעלט, און איז געווארן באזארגט, צו מ'האט געהערט אז אלעס איז בסדר..
האב איך ווידער פארשטאנען אז דער רבי האלט מיט דעם גאנצן מערכה, און ס'גארנישט פשוט.

צום אכטן טאג איז מיין טאטע געקומען צו פארן צום שמחת ברית מילה, און אזוי אויך מיין געטרייע שוואגער אלעזר ליפא שמעלצער און זיין ווייב, וואס האבן שוין אזוי געשפירט אומגעדולדיג צו הערן ביי מיר א שמחה.
איך האב ווי פאסיג זיי ביידע מכבד געווען ביים ברית, מיין טאטן מיט סנדקאות, און ליפא מיט חיקה ראשונה.
איך האב דאך געדארפט צייגןן אז איך בין אנדערש פון יעדן.. און ביז דאן זענען אלע וואכנאכטס פארגעקומען אין שטיבל, און איך האב געבראכן דעם טיפשות, און געמאכט וואכנאכט ביי מיין שווער אין דיינינגרום, און ס'געווען לעבעדיג, ווען ליפא האט געזינגען און גע'בדחנ'ט..
איך האב געפרעגט מיין ווייב, וואס זי האלט וועגן א נאמען, זי האט מיר געזאגט, אז בלי ספק איז עס די זכות צו געבן פאר ווער ס'האט אונז געגעבן דעם ברכה פון זרע של קימא.. און כ'האב טאקע געקלונגען דעם גבאי ר' ישעי' אונגער, וואס האט מיר געהייסן צוריק רופן אין עטליכע שעה, ווען ער וועט האבן תשובה.
איך האב אומגעדולדיג געווארט אפאר שעה, ווען איך האב דאן געקלונגען אהין, און דער גבאי זאגט מיר, דער רבי האט געהייסן איר זאלט געבן א נאמען 'יעקב יוסף'.
ביי אונז איז עס שוין נישט געווען א חידוש, אז דער רבי האט בזכות פונעם טאטן ממשיך געווען פאר אונז א ישועה, און מיר האט נאר גע'חידוש'ט אז דער רבי האט נישט געפרעגט ווי געווענליך, וועלכע נאמען מיר קלערן, און צו אלע זענען מסכים אז ער זאל געבן די נאמען.
ס'נישט קיין חידוש, ווייל מיר האבן געהאלטן קלאר, אז דער רבי איז דער וואס האט די זכות אויפן נאמען.
איך האב אונטערגעלייגט אונטערן קינדס קעפל, עטליכע חסידישע ספרים וסיפורים, און כ'האב געשפירט א זכיה, אדורכצובלעטערן שנעל דעם ספר 'בקדושה של מעלה' סיפורים פונעם רבין זצוק''ל, נאך פאר די ברית מילה.

טאקע א לעכטיגע תקופה געווען, ווען כ'האב זוכה געווען צו שפירן א אור אין שטוב, אינעם גלות לאנדאן וואס האט מיך ארומגענומען, אבער דא האב איך א ברכה אין שטוב, א המשכה פון קדושה.
ס'איז אריבער א תקופה, אינעם יאר תשס''ד, און מ'האט מיר אפגעזאגט פונעם דזשאב אין חדר, און ווידער האב איך זיך געפונען ליידיג, און גוט צעפראסקעט.. וואס כ'האב קיינעם נישט געוואלט באשולדיגן, אבער די צער און עגמת נפש איז געשטיגן ביי מיר ווי קיינמאל בעפאר.
הכלל, אז מ'האט קוים א באשעפטיגונג, האט מען מער צייט צו קלערן אויך, און די אומעטיגקייט קומט אפיר, צו מ'וויל צו נישט.
אזוי איז די לעבן, בערג ארויף און אראפ, מ'דארף זיך האלטן ביים גארטל נישט אוועקפליען און אראפפאלן אין שווערע מצבים פון אויפשאקלעריי, און דאס מאל איז עס געווען פאר מיר זייער א שווערע שאקל, ווייל ענדליך האב איך שוין געהאט א דזשאב, וואס כ'האב אלץ גע'חלומ'ט צו בלייבן מיט די צייט אין מוסדות אלץ מלמד און אפשר אין העכערע כיתות, און דא בין איך באזייטיגט געווארן ביושר צו שלא ביושר.
איך בין באמת נישט געווען דער איינציגער וואס האט באקומען דעם ברכת פרידה פונעם פאסטן, נאך חברים מיינע, וואס האבן געהאט ענליכע פאסטנס, און אויך מיט א זעקל עגמת נפש פון בעפאר אויפן רוקן, האבן געטראפן עפעס אנדערש, אבער איך נישט..
איך האב ווידער פראבירט מיין מזל, מיט כח.. און ס'האט געפלאצט, מיינע נערווען האבן נישט מער אויסגעהאלטן, זיך שלאגן קעגן די ווינט, און די מציאות וואס האט מיר געפאטשט אין פנים, אז דא אין לאנדאן טויגסטו אויף גארנישט!
איך בין אמאל אויפגעשטאנען גאנץ פארטאגס, קעגן מיין געוואוינהייט, און אנגעהויבן ארבעטן ביי א פעקטארי, אבער כ'האב נישט געקענט אנציען דארט, פשוט מיינע כוחות האבן נאכגעלאזט, און כ'האב געשפירט אז ס'נישט פאר מיר.
און כ'האב מיך געשעמט אפילו עס צוזאגן פאר מיין יודענע, און זי וועט נאך קלערן פשוט אז איך בין פויל, און האלט נישט ביים ארבעטן, און אריינברענגען עפעס פרנסה אין שטוב.
וויאזוי בין איך איר מסביר מיין צעבראכענע נפש?
אבער איזהו אישה כשרה העושה רצון בעלה, זי האט שוין שנעלער פון שנעל פארשטאנען מיינע אינעווענדיגע געפילן, איך האב אויפגעהויבן די טעלפאן און איר געמאלדן מיט געוויין, זיי נישט אויפגערעגט, אבער איך בין אינדערהיים, איך גיי נישט מער צו יענע פעקטארי מער..
איך קען נישט מער.. מיינע נערווען פלאצן.. איך מיין איך פיץ אפ פון לאנדאן..
זי האט גוט פארשטאנען דעם רמז, און זי האט מיר געבעטן זיך בארואיגן, און צואווארטן ביז זי קומט אהיים פון איר צייטווייליגע דזשאב.
אט דעם נחמה אין די שווערע תקופה האב איך געהאט, אז ווען כ'האב געזען מיין קליין אוצר'ל, האט עס מיר באגאסן מיט טרייסט, אז כ'בין נישט אליינס, אלעס איז מן השמים, און ס'באשערט נחת פון איין זייט, נעמט מען אפ א ביסעלע עגמת נפש מיטן לינקן זייט..
מיין יודענע קומט אהיים, און זאגט מיר באלד, הער מיך גוט אויס, איך וויל זייער נישט אוועקמופן פון לאנדאן, אבער איך ווייס גוט דיין מצב און יסורי הנפש דא, דו שפירסט אז ס'נישט פאר דיר לאנדאן, וויל איך דיר זאגן, איך בין דא פאר דיר..
ווי דו וועסט נאר וועלן גיין, אפילו ביז אוסטראליע, וועל איך זיין אונטער דיר.. איך וועל דיך נישט לאזן פאלן..
אויב אזוי! בין איך אויפגעשפרונגען און איר צוגעזאגט, איך בלייב דא, נאר פאר דיינעט וועגן.. אונז וועלן דעם מצב אדורכגיין און ס'וועט שוין זיין גוט.. ס'וועט שוין מוזן זיין גוט.
המשך יבוא בעזרת ה' ית'

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:20 pm
דורך שרייבער
יוי מנשה, כ'האף וועסט נאך טרעפן א גוטע דזשאב
אויף א אמת געזאגט, איך האב נישט צופיל געליינט גאנץ אנהייב, איך בין פשוט נישט אנגעקומען, איך האב נאר אזוי געבליקט, אבער האלטנדיג ערגעץ אין דיינע עלטערע בחור'ישע יארן האב איך אנגעהויבן ערנסט מיטהאלטן, איך בין ערגעץ אין די זעלבע יארגאנג איז מיר עס געווען אינטערעסאנט אביסל.

קיפ אפ

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:11 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה, נאך פיר בלעטער שילדערן מיין איך אז עס קומט דיר שוין א געשריבענעם יישר כח.

משולם