בלאט 4 פון 5
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:57 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האלט אויך אז ס'נישט יוסטיץ. פינקט אזוי איז אבער נישטא יוסטיץ אין אמעריקע אויפן אנדערן עקסטרעם.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:01 pm
דורך איך אויך
עקסטרעמיזם איז קיינמאל נישט גוט אין לעבן (שיטת קאצק האלט אנדערש ואכמ"ל).
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:01 am
דורך Josh
פון צווישן מערב וועלט לענדער איז גראדע אמעריקע די מערסט פרימיטיוו און שטרענג בנוגע יוסטיץ. אין פילע, איך מיין אפילו רוב סטעיטס איז אפיציעל דא טויט שטראף, ווי אין אייראפע טרעפסטו דאס? אזאנע לאנגע תפיסות טערמינען אונטער אזאנע רישעות'דיגע אומשטאנדן, ווי חוץ אין אראבישע אדער דריטע וועלט לענדער איז דאס דא?
הדד. נאך א סיבה פארוואס מען ברויך עם הינריכטן: אז מען שפארט עם איין לעבנסלענגליך קען ער שטארק חרטה האבן, און וועלן אנהייבן א נייע לעבן. עס איז נישט מענטשלעך עם מער קיינמאל נישט געבן א געלעגנהייט נאכאמאל אנצוהייבן א לעבן, אויף א טאט ער איז באגאנגען ווען ער איז געוועזן לאמיר זאגן הויעך אויף דראגס, יונגערהייט. אז מען רוימט עם יעצט אראפ באשר הוא פה, איז זאכליך, און פארשטענדלעך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:07 am
דורך איינער
[tag]הדד בן בדד[/tag] די לייק איז פארן ארויסברענגען דיינע ווייטאג געפילן, נישט ח״ו פאר vigilante justice, איך פארשטיי ווען עס פאסירט אזא מעשה קאכט די בלוט, אבער דאס האט נישט קיין פלאץ אין א ציווילאציע.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:19 am
דורך איינער
פרישער האט געשריבן:אבער ווען א איד מעדערט, למשל לוי אראן ימ"ש, דאן פארשייט אפילו דער גוי אז דאס איז הויפט נייעס, אזא זאך פאסירט נישט, נאר אמאל אין א יובל, איך בין נישט חושד אז די האסט דאס נישט געוויסט.
די סיבה פארוואס עס איז געווען נייעס איז צוליב וויאזוי ער האט געהארגט, און עס איז געקומען נאך א שטארק פובליצירטער געזוך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:30 am
דורך גנדי
ווי אזוי קענען מיר חסידישע אולטרו-ארטאדאקסישע אידן ארויס ווייזען אונזער מיטגעפיל און מיטלייד פאר אונזערע כינעזע שכנים?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:37 am
דורך פרישער
שיק אהין א קראנץ בלומען
זיי עס מקבל באהבה
איך וועל דיך טרייסטן, מן הסתם זענען זיי געוועין א גלגל פון א גרופא מערדערער, און זיי האבן נישט געקענט אפנעמען זייער חלק און העווענע, ביז ווי לאנג זיי ווערן נישט געשענדעט, אלעס איז זיכער לטוב,מיר פארשטייען נישט דו וועגן פון קדב"ה, טרייסט זיך ביטע,
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:44 am
דורך פרישער
איינער האט געשריבן:פרישער האט געשריבן:אבער ווען א איד מעדערט, למשל לוי אראן ימ"ש, דאן פארשייט אפילו דער גוי אז דאס איז הויפט נייעס, אזא זאך פאסירט נישט, נאר אמאל אין א יובל, איך בין נישט חושד אז די האסט דאס נישט געוויסט.
די סיבה פארוואס עס איז געווען נייעס איז צוליב וויאזוי ער האט געהארגט, און עס איז געקומען נאך א שטארק פובליצירטער געזוך.
דעיס איז שקר, ווען אימער דו גאווערמאנט פארטשעפעט זיך און א איד, איז עס תיקף הויפט נייעס, עס זיצן הינדערטער מערדערע ראפיסטן אינדע תפיסות, און קיינער ווייס נישט פון זיי, און אז מען ארעסטירט א איד, איז עס גלייך הויפט נייעס, פארוואס ווייל מען איז אינז דן כחוט השערה, יעדער דשזאדש שיקט מעסעדשעס צו אינזער קאמיונעטי, יעדער גלייכט גינסטיגע נייעס, ממילא ווען מען גיבט פאר ראבאשקינען זיבן און צוואנציג, דאן גיבן דו צייטינגען קידוש, זיי געווינען מיט דעים דו לאטארי, ל"ע או נא לנו.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:20 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
צוריק צום ענין!
וואס זענען געוועהן די מאטייוען פו'נעם מערדער ?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
די ערמארדעטע משפחה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:46 pm
דורך ישמעאל הכהן
שוידער תכסה פנינו!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
בא יבא רוצח ממדבר סין
לשפוך דם נקי במדת הדין
שדי יונק וקטנים יקרים
להרוג אם על הבנים
זועקים אנו בקולות וביללות
לבינו נקרע לגזרי גזרות
אוי מה קרה לעולם לאחרונה
שבני אדם כחיות על זה אני בוכה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:43 pm
דורך עץ השדה
איך וויל פארשטיין וויאזוי איז די גוי אריינגעקומען? האט ער זיך איינגעבראכען? איין זאך איז זיכער אז דאס איז א שרעקליכע מעשה, מען וועט דארפן צושטעלן מער קעמערעס.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:57 pm
דורך הרב_שלום
די רוצח האט נארוואס אימעגערירט פון כינע (לעגאל צן אומלעגאל ווייס איך נישט) און איז איינגעשטאנען ביים פאמיליע זייענדיג א קרוב מיטן טאטען און כינע האט ער נישט מצליח געווען ווערענדיג פארשיקט פון יעדע דזאב וואס ער האט געהאט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:00 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נישט נארוואס. ער איז שוין דא זינט 2004
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:06 pm
דורך ניו יארק
און ער קען נאך נישט קיין ווארט ענגליש
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:08 pm
דורך outspoken
מ'קען נישט קוקען אויף די פיקטשור, ס'רייסט שטיקער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:14 pm
דורך גאנצל
ראשעקאל האט געשריבן:די ערמארדעטע משפחה
made in china
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גראדע איז עס מעיד אין אמעריקה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:16 am
דורך דעת תורה
הדד, עס איז גאנץ מסתבר אז ער וועט באקומען טויטשטראף. (אפשר נאר ווען מען הארגעט א פאליציי מאן? ניו יארק האט עפעס זייער שווערע געזעצן וואס מאכן כמעט אוממעגליך צו געבן טויט שטראף, אבער אויב איז דא א פאל ווען מען גיט יא, איז דאס דער פאל וואס מען דארף ווען געבן).
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:21 am
דורך דעת תורה
אגב פון די נייעס קעפלעך האב איך פארשטאנען אז דער רוצח האט געזוכט אזיל רעכט דא אין אמעריקע, איך ווייס נישט אויף וואסערע באזיס. ער איז געווארן אפגעזאגט, און פארארדנט צו דעפארטירן פון אמעריקע פארגאנגענעם יוני, נאר פארשטייט זיך אז ער איז נאך אלס דא, נו נו, יעצט בלייבט ער שוין דא...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:40 am
דורך רויטע וואנצעס
דעת תורה האט געשריבן:הדד, עס איז גאנץ מסתבר אז ער וועט באקומען טויטשטראף. (אפשר נאר ווען מען הארגעט א פאליציי מאן? ניו יארק האט עפעס זייער שווערע געזעצן וואס מאכן כמעט אוממעגליך צו געבן טויט שטראף, אבער אויב איז דא א פאל ווען מען גיט יא, איז דאס דער פאל וואס מען דארף ווען געבן).
ניו יארק'ס טויט שטראף געזעצן זענען געגאנגען שלאפן אין 2008. ס'איז נישט דא אין עפעקט טויט שטראף אין ניו יארק. א רויע געזעץ צו פארסירן טויט שטראף אויף מורדים פון פאליציי און דאס גלייכן, האט געפעסט די ניו יארק סענאט אבער איז געבליבן שטעקן אין די אסעמבלי אין 2005. די איינציגסטע וועג צו באקומען טויט שטראף איז דורך פעדעראלע טויט שטראף געזעצן. די לעצטע טויט שטראף אין ניו יארק איז געווען אין יאר 1963.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:51 am
דורך דער (פינטעל) איד
רויטע איר מאכט א טעות. עטליכע חדשים צוריק האט א אינגער שחור באקומען טויט שטראף אין ניו יארק. ער האט געהארגעט 2 שווארצע פאליציאנטן צען יאר צוריק. גראדע האט זיך דארט אפגעשפילט נאך א אינטערעסאנטע זאך , זיצעדיג אין תפיסה איז ער גוט געווארן מיט א פרוי סעקיוריטי גארד און זי האט געהאט א קינד פון עם!