בלאט 4 פון 5
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:23 am
דורך סאשי פיש
בילדער פון די זוכעריי
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:26 am
דורך סאשי פיש
איך מיין אז ער איז טאקע דא באהאלטען??!!.....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:29 am
דורך סאשי פיש
בילדער פון די מצב אין שפיטאל!!
די קארדינעטיר פון שומרים יענקי איצקוויטש מיט משה נתן בראווער פון הצלה אויפען סצענע,
פארשטייציך יוסעלע פליט איז אויך דארט געווען...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:55 am
דורך סאשי פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:קען איינער אנצייכענען וואס - כ'דענק נישט ווער - האט געשריבען נאכען געפונען א פארלוירן קינד אין קרית יואל, אז ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט אז די זיכעריי האט זיך געענדיגט צוליב די "וואלענטירן".
והוא הדין הכא.
[tag]קאווע טרינקער[/tag]
קוק פון דא און ווייטער די גאנצע מחלוקת איבער די נושא
viewtopic.php?p=137092#p137092
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:17 am
דורך איך אויך
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז קיינעמס נישט שילד אז סנאך דא מענטשען וואס נעמען ערענסט וואטסעפפ מעסעדזש.
יעדער אינגערמאן האט א רעכט צי שפעקעלירן, און שיקן זיינע שפעקעלאציעס פאר ווער סאעז אינטערסיערט דערין.
פאר וואטס עפפ האט אויך יעדע מעשה געהאט זעקס גירסאות.
ביז ווילאנג מיר האבן נישט קיין אמתא מידיע ריפארטס, וועט דאס אזוי זיין.
וויאזוי ווייס איך אז אפאר עסקנים האבן מחליט געווען, משום כבודו נישט צי פארציילען דעם אמת? כרעד נישט פון די יעצטיגע מעשה, כרעד בכללוית.
אז דו פארשטייסט נישט די גרויסע עוולה פון די אלע שפעקעלאציעס ביסטו טאקע נולד מאוחר. און מען קען זיין א 'ווילי יאנטשי' אפילו אויב מען וואוינט אין בארא פארק עס איז די מהות האדם וואס מען רעכנט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 1:58 pm
דורך פאריז
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:56 pm
דורך פרישער
דערווייל איז דו לעצטע קאנפירמד מעשה, אז מען האט גלייך געוויסט זיין נאמען און געבארט טאג, דו אי עם עס, האט געזעין זיין לייסענס, דער וואס האט געריפן דו ניין עלעווען האט אינטער אויספארשינג געזאגט אז ער האט בייגעוואוינט ווי ר' ליפא לאזט איבער דעים קאר, און פאלט אוועק, דעיס איז פארגעקימען גענוי פינף מיניט נאך צוועלעף דאנעשטיג אויפדערנאכט, ער איז געזעין געווארן לעצט איידער ער איז ציזאם געפאלן און וואן סטאפ קאשער אביסל נאך עלעף דרייסיג, ווען עס איז דא רעסיט ווי ער איז ארויס פון דארט, צו ער איז דערשלאגן געווארן איידער ער איז אנגעקימען צים פלאץ ווי ער איז ציזאמגעפאלן, איז נישט קלאר, און איז נישט אויסגעשלאסן, שטארק מעיגלעך, אבער נאך נישט זיכער, ער איז א דורך א אפעראציא נאך פרייטאג אין שפיטאל אין קווינס דארט ווי מען האט אים געפינען, עס איז א טראמע צענטער, און איז אין גיטע הענט.
דו פלא איז, אז מען האט געזיכט ר' ליפא מיט פאליציי און דו זעלבע צייט וואס און שפיטאל האט מען קלאר געוויסט ווער ער איז, נאר קיינעם האט נישט געקימערט געוואויר צו ווערן צו אפשר זיכט מען איינעם מיט דעים נאמען מאזעס ברייער.
עס בלייבט איבער צו ווינטשען אים א רפואה שלימה במהרה, מען זאל ווייטער מתפלל זיין פאר דעים גאלדענעם אינגערמאן, ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, מחיה זיין צעינליגע הינדערטער נפשות מידי יום ביומו.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 9:59 am
דורך גוטע פינטעלך
אויך געהערט פון קראנטע מקורות אז ער איז געווען דערנשטאג ביינאכט אין one stop kosher צו טון מעשה חסד פון פארטיילען עסען (טשולענט וכדומה).
כידוע האט ר' משה א כמו משביע קאך אין זיין קאר, א הכנסת אורחים אויף רעדלעך, עס איז שטענדיג אנגעפולט מיט עסען און ווען ער זעט א איד אין נויט ברענגט ער עם צו אביסל פיינע עסען, ווי אויך פארט ארום מהנה זיין אידען מיט זיינע עסען.
ווער עס ווייסט מער איבער זיינע מעשה חסד איז מכובד.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 10:04 am
דורך דייטל
אינמיטן די עבודת הקודש
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:45 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
א אמת'ע זיסער איד.
עני אינפאו איבער זיין מצב
די בילד איז שוין מער קלאר???????
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:09 am
דורך [NAMELESS]
ק/פ
עס דרייט זיך ארום א שמועה אז ........ וואס דרייט זיך און ראדני האט אן געהאקט ליפא ברייער מען גייט אים נעמען אויף א פארהער
ער הייסט .........., פלעגט זיך אסאך דרייען אין סקולען, די לעצטע יאר צייט איז ער נעלם געווארען.
ער דריידט זיך אבער ווייטער אסאך אין ראדני.
ער איז שוין געזיצען אין תפיסה
לעצטענס א גריש פין קווינס אין ער נעמט אויך קעיר פין די עסן.
עקיבע הענדלער זאגט אז ער האט געהערט אז ליפא ברייער האט אפגעשמיעסט דאנערשטאג אז ער גייט אים אהיימפירן!... זיי זאגן אז ער קען ווערן זייער מסוכן, זייער שוואכע שאנסן אז ער גייט זיך אויפוועקן וויאזוי ס'קיקט יעצט אויס, ער האט נעכטן נאכט באקימען פיבער. אויך זאגט יענער אז דער ליפא פארט קיינמאל נישט אוועק אן דער תפילין זיינער אין די תפילין איז אין ראדני
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:07 am
דורך רויטע וואנצעס
OMG איך האף ס'איז נישט אמת. טוביה טוביה איך האף ביסט נישט אזוי משוגא.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:00 pm
דורך פרישער
@ראשעקאל, איך וועל אנעמען דיין מעשה צווישן אלע אנדערע מעשות אלס פאלש, ביז דו וועסט האבן דיין מעשה קאנפירמד פון א קראנטע מקור.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:11 pm
דורך berlbalaguleh
פרישער האט געשריבן:@ראשעקאל, איך וועל אנעמען דיין מעשה צווישן אלע אנדערע מעשות אלס פאלש, ביז דו וועסט האבן דיין מעשה קאנפירמד פון א קראנטע מקור.
אבער למיחש מיהא בעי (נישט געשריבן אויף פרידיש.( מ'דארף איהם לכה"פ נעמען אויף אן ערנסטן פארהער(.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:22 pm
דורך מ. גליקמאן
דאס דרייט זיך יעצט ארום.
"ק/פ פון פעמעלי; און שוין ווייטער שטעלט זיך ארויס די רשעות פון די פארווערדן די מעסעדזשעס אנע קראנטע מקור!
די מעשה פון דעם ספרדישן מיט די בילד פון איהם איז שקר וכזב עס האט נישט נישט קיין הענט און קיין פוס! ניטאמאל האט מען איהם אריינגענומען פאר קוועסטשענינג, עס איז בלויז רשעות פון אפאר גאסן אינגען וואס ווילן זיין אפדעיטעד.
ביטע פארווערד ווייטער די מעסעדזש אביסל אראפצונעמן דעם חרון אף."
ממילא [tag]ראשעקאל[/tag] ביטע פארמעק די בילד.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב אויסגעמעקט די פיקטשער און די נאמען
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 1:16 am
דורך נולד מאוחר
פליצלינג זענען מיר זייער פארן אמת . אויב ח''ן איז דא אוואטסעפפ רומער איז דאס עפעס אזא מין רשעות .
הלאו מיר זענען נישט אזוי סענסיטיו צי ליגענט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 1:35 am
דורך דער (פינטעל) איד
ווענזעך ווי דער ליגענט שטייט איין. אויב איז א איד דער קרבן פון דיינע ליגיונות זאלסטע בעסער קערן, מה דעלך תענה לחבריך וכו
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 2:17 am
דורך בשםואין
נולד מאוחר האט געשריבן:פליצלינג זענען מיר זייער פארן אמת . אויב ח''ן איז דא אוואטסעפפ רומער איז דאס עפעס אזא מין רשעות .
הלאו מיר זענען נישט אזוי סענסיטיו צי ליגענט.
דו ביזט ברעין דעיד אדער וואס?
וואס פארשטייסטו נישט?
טאמער טוט מען באשולדיגן איינעם אהן קיין באווייזן אז ער האט צושלאגן און בארויבט ר׳ ליפא׳נען איז דאך עס א רשעות שאין כמוהו.
דער איד איז א צובראכענער אומשולדיגער איד מיט א ביטערע מזל, און איצטערט וועט קיינער מער נישט זיך אומקוקען אויף אים ווייל א נידערטרעטיגער רשע האט ארויפגעלייגט א נאס ליילעך אויף אים.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא א שמועה (נישט קאנפירמד) אז ר' ליפא איז נפטר געווארן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 11:12 pm
דורך גאנצל
שוין ווידער שמועות
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 11:20 pm
דורך פרישער
עס איז נאך דערווייל נישט אמת
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 12:05 am
דורך smartinof
הערטס אויף מיך צו צורייסען דאס הארץ נאכט נאך נאכט שוין די גאנצע וואך וואס איך קען נישט פארמאכען קיין אויג