אקעי, איך גיי פרעגן א מאטעמאטישע פראגע, איך האב נישט קיין אהנונג אין וועלכע (הויכגעשפריצטע) אשכול עס באלאנגט, אבער דא זע איך קען מען גיין ביז אין סוף.. איך גלייב מיין שאלה איז נאך אין די גבולות..
אויך קען זיין עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן ערגעץ, בכל אופן רוף איך אויס צו
@יידל @דיכטער @פארוואס @מי אני - עמוד על ימיני לסמכנו.
עס האט זיך אנגעהויבן מיטן עפענען מיין טעלעפאן ווי געווענדליך, אבער אנדערש ווי געווענדליך האב איך מיר אפגעשטעלט באטראכטן דעם פעטערן לאק (pattern lock) וואס איך האב אויפצועפענען דעם סקרין, און איך האב פראבירט אויסצופיגערן וויפיל מעגליכע וועגן און קאמבינאציעס עס האט. גראד האב איך איינגעזען אז עס איז יותר מיכלתי, קיין קאלקולעיטער האט מיר נישט קיין סאך געהאלפן, און אנגעפרעגענדיג ביי AI איז ער אויך אריינגעקומען מיט פשוט'ע טעותים און מיסקאלקולאציעס, בין איך צוריק צום פענע און פאפיר מעטאדע, פון וואו איך האב מיר דערווייל נישט ארויסדערזען.
איך גיי אויסשמועסן ביז וואו איך בין אנגעקומען, און ווי געזאגט איז הילף וועלקאם.
קודם, פון וואס מ'רעדט:
Screenshot.png
איך בין נישט זיכער וויאזוי עס ארבייט ביי אנדערע, איך וועל אבער גיין מיט די גרינגערע הנחות אז -
1. יעדע פעטערן קען באשטיין פון 2 ביז 9 פינטלעך, דהיינו, איין פינטל אליין איז גארנישט, אבער א ליניע פון איין פינטל ביז א צווייטן איז שוין א פעטערן, אדער אויב מ'וויל קען מען אריינשליידערן אלע ניין פינטלעך צו פארמירן א לאנגע פעטערן.
2. מ'קען גיין שיעף פון איין פינטל צו א צווייטן פונקט ווי גראד. לדוגמא פון דער ביים עק גלייך צו די מיטעלסטע.
3. מ'קען נישט איבערנוצן קיין פינטלעך אינעם זעלבן פעטערן - אדער איבערגיין/צוריקגיין א בריק וואס מ'האט שוין גענוצט.
לאמיר אנהייבן ביי די צוויי פינטעלדיגע פעטערנס.
פון יעדע עק האט מען 3 מעגליכע דעסטינאציעס - די צוויי זייטיגע אין דאס מיטעלסטע.
פון יעדע זייטיגע (איך רוף זייטיגע נאר די פיר וואס זענען נישט קיין עק,) קען מען האבן 5 מעגליכע דעסטינאציעס - צוויי עקן, מיטעלסטע, און צוויי אנדערע זייטיגע וואו מ'קען דעגרייכן שיפערהייט.
און פון די מיטעלסטע ארויס קען מען גיין צו אלע אנדערע 8.
האמיר בסך הכל 40 מעגליכע פעטערנס - 4 עקן וואס יעדע איינס האט 3 מעגליכקייטן (3X4=12), 4 זייטיגע מיט 5 מעגליכקייטן (4X5=20), און 8 פאר די מיטעלסטע. 12+20+8=40.
גייענדיג צו די פעטערנס מיט דריי פינטלעך ווערט עס שוין מער קאמפליצירט, ווייל עס גייט זיך ווענדן וואו די ערשטע בריק איז געמאכט געווארן און וואו עס ענדיגט - צו אויסרעכענען די מעגליכקייטן פונעם צווייטן צום דריטן פינטל.
אבער לאמיר זען.
אויב איז די צווייטע פינטל דאס מיטעלסטע דאן האמיר 7 ווייטערדיגע מעגליכקייטן (די אכטע איז געווען די וועג אריין וואס מ'קען נישט איבערנוצן..)
אויב איז עס איינער פון די עקן בלייבן מיר מיט 2 ווייטערדיגע מעגליכקייטן.
און אויב איז עס א זייטיגע, דאן האבן מיר 4 ווייטערדיגע מעגליכקייטן (פאר יעדע זייט באזונדער).
בסך הכל: פאר די מיטעלסטע האמיר 8 מאל 7 (8 וועגן אנצוקומען און 7 ארויסצוגיין) = 56.
פאר די עקן האמיר 3 מאל 2 (3 אריין 2 ארויס) מאל 4 פאר די פיר עקן = 24.
און פאר די זייטיגע האמיר 5 מאל 4 (5 אריין 4 ארויס) מאל פיר = 80.
צוזאמען איז 160.
[עס צו מאכן סימפל פון דא און ווייטער וואלט געווען צו אינפערן אז עס קוואדריפלט זיך פון דא און ווייטער (נעמליך, מיט יעדע צוגעקומענע פינטל צום פעטערן שאפט זיך פיר מאל די נומער פון די פריערדיגע). אבער דאס וואלט קלאר פארזען די נקודה אז די מעגליכקייטן ארויס פון א פינטל ווערן אלץ מער איינגעצוימט ווייל עס קומען אלץ צו 'אויסגענוצטע' פינטלעך וואס מ'קען שוין נישט איבערנוצן..
עס קען זיין די גרינגערע וועג וואלט געווען צו איגנארירן די פינטלעך וואס מ'קען נישט איבערנוצן און לאזן די חשבון סימעטריקאל, און ביי די ענדע סובטרעקטן די איבערגענוצטע. יכול להיות, איך ווייס נאר נישט וויאזוי די פראצעדור פון אראפרעכענען וואלט געארבייט..]
גייענדיג צו פיר פינטעלדיגע פעטערנס האט מיין פענע שוין נישט געארבייט (פיגעראטיוולי..)
יעצט דארף מען קענען אויסרעכענען וויפיל פון די פריערדיגע 160 האבן זיך געענדיגט מיט א מיטעלסטע (וואס איז די גרינגסטע פלאץ אנצוהייבן - עס איז נאר דא איינס דערפון..), און דאן עס דאפלען אין 6 לכאו'. ווייל צוויי אנדערע קען מען שוין נישט מער נוצן אויף ארויס.
די חשבון דארף בפשטות צו זיין 24. (איך האב עס אויסגערעכענט אז פון יעדע עק איז דא צוויי אומדיירעקטע וועגן אריין צום מיטעלסטען, און פון יעדע זייט איז דא פיר..)
ווען מ'קומט אבער צו די עקן און זייטן ווערט עס נאך שווערער, ווייל לאמיר שוין זאגן אז צו די עקן איז דא 56 און צו די זייטן 80 וועגן אריין (אננעמענדיג די אינווערס פון פריער.. איך בין נאר נישט קאנווינסד עס איז אקוראט), דארף מען יעצט אויך חשבונ'ען וויפיל וועגן ארויס עס איז געבליבן פאר יעדעם.
וואס דאס ווענד זיך שטארק אין די דיירעקציע אריין, אויב איז מען געקומען פון צוויי שכנים אריין בלייבט מען מיט איין עקסיט פאר יעדע עק און צוויי פאר יעדע זייט, אויב אבער איז מען געקומען פון א ווייטערע אריין בלייבט מען מיט צוויי וועגן ארויס פארן עק און דריי פארן זייטל..
און איך האב נישט קיין כח/נערוון/סקיללס אויסצורעכענען וויפיל זענען טאקע געקומען פון דערנעבן און וויפיל פון ווייטער..
אפגערעדט צו נעמען דעם חשבון ווייטער צו פינף ארויף ביז ניין...
איז דא א גרינגערע פארמולא דאס אויסצורעכענען?
מאך איך עס מער קאמפליצירט ווי עס באלאנגט?
(מאך איך א טעכנישע טעות מיט די מעגליכע אפציעס פון דעם פעטערן שלאס?)
אדער אויב איר האט סתם אזוי דעם ענטפער (- פון גוגל האב איך אויך.. יישר כח.)
קומט אריין און טיילט מיט.