בלאט 4 פון 29

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 10:42 pm
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:יאפס, גערעכט. יואליש, פון וואו קראצטו אפיר די אלע סחורה?


יו"ט עהרליך איז מיין פעט פיוו. און כ'האב חבירים וואס שטודירן מוזיקאלאגיע און שיקן מיר געפינסן פון צייט צו צייט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:27 am
דורך געפילטע פיש
האט זיך ר' יו"ט ערליך אפציעל אויפגעטוהן אז ער האט אליין פארפאסט די ניגונים? אדער איז דאס געווען קאמאן נאלעדז' אז ער נאשט נאר ס'איז פארגעסן געווארן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:28 am
דורך יאיר
אויף די מארש 'פוילן, פוילן' האב איך אלץ געוואוסט אז ס'איז א גע'גנב'עטער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:57 am
דורך געפילטע פיש
נישט דו, איך וויל וויסן אויב ער האט פארקויפט די סחורה אלס אייגענס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:05 am
דורך טעפל
יואליש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:מקור פאר יו"ט עהרליך'ס "דער גענעראל." דאגעזינגן דורך אברהם פריעד אויף אידיש אוצרות ב'.

(כ'זעה פראפ. דוד אסף האט עס געפאוסט אויף יוא-טוב, איז מעגליך אז מ'האט שוין דאס באהאנדעלט פריער מיט אסף'ס געפינסן.)

אויב עהרליך האט עס גענומען פון דא האט ער עס היבש געטוישט. זיינס איז פיל שענער.


נאדיר פיל שענער נאך פאר עהרליך


http://www.youtube.com/watch?v=GmVKv9xQ ... ata_player

יאנקל האט עס שוין צוגעברענגט אויפן ערשטען פעידש דא..

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:06 am
דורך טעפל
יואליש האט געשריבן:מקור פאר יו"ט עהרליך'ס "דער גענעראל." דא געזינגן דורך אברהם פריעד אויף אידיש אוצרות ב'.

(כ'זעה פראפ. דוד אסף האט עס געפאוסט אויף יוא-טוב, איז מעגליך אז מ'האט שוין דאס באהאנדעלט פריער מיט אסף'ס געפינסן.)

און דאס שרייבט דוד אסף דארט:
שיר שחיבר החסיד יום טוב עהרליך על בסיס המנגינה הרוסית 'על פסגות מנצ'וריה' שהלחין איליה שטרוב.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:11 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:האט זיך ר' יו"ט ערליך אפציעל אויפגעטוהן אז ער האט אליין פארפאסט די ניגונים? אדער איז דאס געווען קאמאן נאלעדז' אז ער נאשט נאר ס'איז פארגעסן געווארן?


כ'גלייב אז ער האט נישט געמאכט קיין קלעים אז די ניגונים זענען זיינס. קומענדיג פון רוסלאנד און זייענדיג אויסגעקאכט אין ארקעסטראל און קלאסישע אייראפע'ער מוזיק האט ער נאטירליך צוגעפאסט זיינע לידער צו די ניגונים וואס זענען אים געווען באקאנט און זענען אים געפאלן, א שטייגער ווי יונותן שווארץ'ס סעריע פון רעקארדירונגן ( א גיטע וואך, א גיט שבת, א גיטע, איד, וכו') ווי ער האט גענומען פאלקס אדער קאנטעמפרערי ניגונים און צוזאמגעפארט מיט זיינע גראמען.

ווארשיינליך זענען רוב פון עהרליך'ס קונדען געווען חסידישע און וויליאמסבורג'ע אונגארישע אפשטאמיגע (קריג איבערלעבער און זייערע קינדער) וועלכע האבן געוויס נישט געהאט די ידיעות און קלאסישע מוזיק און האבן זיך אויף די אייגענע האנט זיך פארגעשטעלט אז דאס איז אלעס עהרליך'ס אייגענע קאמפאזיציעס. כנלע"ד.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
ווען יואליש וועט ארויפקומען אויבן אין הימל, וועט מען אים געבן א ווארף אריין אינעם היכל פון ר' יום טוב ערליך, און מען וועט זאגן רבי יום טוב'ן, "נא דיר, די בלאפער, פארהער זיך מיט אים"

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:15 pm
דורך יואליש
קופערניקוס האט געשריבן:ווען יואליש וועט ארויפקומען אויבן אין הימל, וועט מען אים געבן א ווארף אריין אינעם היכל פון ר' יום טוב ערליך, און מען וועט זאגן רבי יום טוב'ן, "נא דיר, די בלאפער, פארהער זיך מיט אים"


כ'וועל מיט ציטערדיגע איברים קניען צו זיין בארוועסע ציכטיגע פערשט, מייט מיינע ברייט-אפענע בלויע אויגן קוקענדיג ארויף צו זיין לעכטיגע צורה, וועל איך מיט א פלאטערדיגע שטימע פרעגן מיט פחד און ווינדער, "מורי ורבי, איר האט טאקע געגלייבט אין יוא. עף. או. בול שיט?"

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:32 pm
דורך געפילטע פיש
און ער וועט ארויס-בימען פון א שוועבעדיג באלאכטענע טעלערל, און זאגן קום מיין קינד, לאז מיר נאר נעמען א סעמפעל פון דיין האר.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:41 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:און ער וועט ארויס-בימען פון א שוועבעדיג באלאכטענע טעלערל, און זאגן קום מיין קינד, לאז מיר נאר נעמען א סעמפעל פון דיין האר.


און איך וועל אינסטיקטיוו אויסשרייען מיין צומישעניש געמישט מיט רוגזה, "קודם אהער מיט א ראשי תיבות אדער גימטריא!!!!!"

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
כ'גלויב נישט אז ufo איז די איינציגסטער אבערגלויבן וואס שטערט דיר (און מיר) אין עהרליך'ס ווערק. אפשר נישט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:03 pm
דורך משה געציל
מיינע צוויי סענט...
אפגעזען צו יא געגנב׳ט צו נישט, איז דאס וויסן וואס צו גנבנ׳ן נישט זעלבסט א קונסט? אדרבה איך זיך נאך אפאר אזעלכע גנבים וואס האבן געגנב׳ט אזא הערליכע סעלעקציע פון אבנארמאלע נגונים און תנועות! נגונים קונסטליך און מלא חידושים!
נאכער, די חלק הגראמען איז דאך אפגערעדט אז ער איז געווען ממש א יחיד, נישט נאר בדורו, ווי מאכט מען היינט אזעלכע גראמען? פונקט געהערט פריער דעם ניגון ווי ער לייגט אראפ וויאזוי טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, טרעפן זיך בביאת גואלינו אויפן באן, קודם דער ניגון זעלבסט עפעס הפלא ופלא! דערנאך די גראמען און די געדאנק בכלל עפעס נורא נוראות! ווי אויך דער זיסקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, איז דאס זעלבסט נישט א אויסערגווענדליכע קונסט וואס ברויך עקסטערע אנערקענונג?!
מיין מיינונג, דריי ווערטער; חבל על דאבדין...

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:30 am
דורך טעפל
משה געציל האט געשריבן:מיינע צוויי סענט...
אפגעזען צו יא געגנב׳ט צו נישט, איז דאס וויסן וואס צו גנבנ׳ן נישט זעלבסט א קונסט? אדרבה איך זיך נאך אפאר אזעלכע גנבים וואס האבן געגנב׳ט אזא הערליכע סעלעקציע פון אבנארמאלע נגונים און תנועות! נגונים קונסטליך און מלא חידושים!
נאכער, די חלק הגראמען איז דאך אפגערעדט אז ער איז געווען ממש א יחיד, נישט נאר בדורו, ווי מאכט מען היינט אזעלכע גראמען? פונקט געהערט פריער דעם ניגון ווי ער לייגט אראפ וויאזוי טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, טרעפן זיך בביאת גואלינו אויפן באן, קודם דער ניגון זעלבסט עפעס הפלא ופלא! דערנאך די גראמען און די געדאנק בכלל עפעס נורא נוראות! ווי אויך דער זיסקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, איז דאס זעלבסט נישט א אויסערגווענדליכע קונסט וואס ברויך עקסטערע אנערקענונג?!
מיין מיינונג, דריי ווערטער; חבל על דאבדין...

כ'משה געציל ועוד לקרא כ'האב אויך אזוי געטראכט ער האט געוואסט וואס צו נעמען איין ניגון בעסער פארן צווייטען..

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:51 am
דורך יואליש
א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:10 am
דורך טעפל
יואליש האט געשריבן:א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.

ס'איז נישט פשוט די מצב!! די קעפל דארט איז "SONG NOT SO ERLICH"

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:21 am
דורך יואליש
יאנקל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.

איך כאפ נישט וואס דער "פלייש מיט בולבעס" ניגון האט מיט עהרליכ'ס "שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן..."


די ערשטע תנועה. יוא קענט מיס איט. און זינט בולבעס איז א קלאסיק, איז גלייך אנצונעמען אז ס'איז נישט קיין פערצופאל, קיין מן הסתם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:22 am
דורך יואליש
טעפל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.

ס'איז נישט פשוט די מצב!! די קעפל דארט איז "SONG NOT SO ERLICH"


הא! כ'האב נישט באמערקט. שיינע ווערטער-שפיל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:03 am
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.

כ'זעה אז דער ידיד דיינער (.....) האט אויך גאנץ שוואכע qualms איבער plagiarism. די גאנצע פאר וועם ער ערלויבט זיך צו credit'ן איז זיין 13 יעריגע בר מצווה בחור'ל און זיין ברודער, פאר אסף למשל פארגינט ער נישט מער ווי "seems to be found", און אנדערע דערמאנט ער לגמרי נישט.

בבחינת איהו גופיה מחזר עליה לשורפה מיכל קאכיל מיניה, אהן קיין לשון בתמיה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:43 am
דורך יואליש
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.

כ'זעה אז דער ידיד דיינער (.....) האט אויך גאנץ שוואכע qualms איבער plagiarism. די גאנצע פאר וועם ער ערלויבט זיך צו credit'ן איז זיין 13 יעריגע בר מצווה בחור'ל און זיין ברודער, פאר אסף למשל פארגינט ער נישט מער ווי "seems to be found", און אנדערע דערמאנט ער לגמרי נישט.

בבחינת איהו גופיה מחזר עליה לשורפה מיכל קאכיל מיניה, אהן קיין לשון בתמיה.


לויט ווי איך זעה ניצט ער א קאליר סיסטעם און איז זייער קלאר וועלכע ער האט (אויך?) געפינען, וועלכע זיין ברודער און זוהן האבן אים צוגעצייגט. ס'אנדערע גיט ער אן פאר אסף. אמת ער וואלט ווען געברויכט לינקן צו אסף'ס עונג שבת בלאג, און כ'האף ער וועט דאס נאך מתקן זיין, אבער ער לינקט צו אונזער אשכול דא ווי דאס אלעס ווערט דיסקוסירט מיט לינקס, אריינגערעכענט אסף.

שוואכע פלאגאריזים. (אדער בין איך משוחד ווייל ער האט מיך ציטירט?)

וועם מיינסטו מיט "אנדערע" וועם ער דערמיינט לגמרי נישט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:52 am
דורך [NAMELESS]
איך רעד פון די קאלירלאזע, למשל 'קינדער' און 'כל נדרי'

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:55 am
דורך יואליש
וועם'ס קרעדיט איז עס טאקע, די צוויי?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:57 am
דורך יואליש
כ'זעה טאקע אז דא האסטו עס געברענגט. איז דאס טאקע דיין געפינס? האסטו דאך טאקע א גערעכטע טענה.

viewtopic.php?f=34&t=52&start=25#p2325