בלאט 4 פון 5
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 1:08 pm
דורך טרויבן88
אישתישבי האט געשריבן:און צום שלוס, דער טאכטער וואס איז געשטארבן קען זיין אז זי איז גע'הרג'עט געווארן, און סקווירא איז נישטא אזעלכע ספיקות.
ווייל אויב מיר נעמען אן אז די תפקיד פון די וועלט איז נאר זיך אנציגרייטן צי עולם הבא, טוט דאס העלבראנץ און אלע אנדערע זאכן זענען א טפל
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 4:56 pm
דורך קומזיץ
טרויבן88 האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:און צום שלוס, דער טאכטער וואס איז געשטארבן קען זיין אז זי איז גע'הרג'עט געווארן, און סקווירא איז נישטא אזעלכע ספיקות.
ווייל אויב מיר נעמען אן אז די תפקיד פון די וועלט איז נאר זיך אנציגרייטן צי עולם הבא, טוט דאס העלבראנץ און אלע אנדערע זאכן זענען א טפל
און די תורה שטייט וחי בהם מ'דארף לעבן און אכטונג געבן אויפן גוף און נישט ג'יין צו א מדינה וואס איז נישט דא קיין נארמאלע לעבן אומשטענדן , לעבן ווי א נארמאלע מענטש איז נישט קיין סתירה צו זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:37 am
דורך להתודע
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה,
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:27 am
דורך להתודע
קומזיץ האט געשריבן:און די תורה שטייט וחי בהם מ'דארף לעבן און אכטונג געבן אויפן גוף און נישט ג'יין צו א מדינה וואס איז נישט דא קיין נארמאלע לעבן אומשטענדן , לעבן ווי א נארמאלע מענטש איז נישט קיין סתירה צו זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא
גערעכט אבער אין די תורה שטייט נישט נאר 1 מצוה וחי בהם עס שטייט דארט נאך 612 מצות ווואס בערך 300 מצות זענען נוהגות בזה הזמן איז טאמער ווילסטו רעדן וועלכע מצוות מקיים זיין ערשט אדער וועלכען איז א סתירה מיטן אנדערן (טאמער עס איז דא) קען מען עפענען פאר דעם א נייען אשכול.
(בדרך אגב לעבן אין גוואטעמאלא איז לכאורה אויך נישט קיין סתירה מיטן זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא חוץ אויב די נפטרת איז דיר געקומען און חלום מודיע זיין אז זי איז נישט אין עוה"ב ווייל זי האט נישט געוואוינט כל ימי חייה אין ד USA
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:31 am
דורך להתודע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ...ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה, ...
Sk
אנטשולידגט בכלל פארן זיך דא אריין מישן אלץ א נייער ניק דא אין ק"ש אין אזא הייסען טעמע און בפרט פארן זיך פארמעסטן מיט אזא תלמיד ותיק ווי ר' ליטוואק אבער איך מוז דיר אונמערקן אויף דיין שטיקל\גרויסן טעות איך האף אז עס איז נאר א טעות דפוס. ווייל ווי פארשטייט זיך אז עס פאסט נישט פאר אזא איר אלטער שרייבער ווי אייך דא צו סתם מאכן אזעלעכע גרייזן און קיין באדייט.
און אם סארי במחילת כבודך אבער ערשטנ'ס פאר איך צו נעם יעדע ווארט וואס איר האט דא געשריבן אום אריינטראכט וואס איר שרייבט (הגם איך פארשטיי אביסל דיין סברה אז במילא שרייבט מען דא אויף לב טהור און בפרט אז מען שרייבט נעגאטיוו וועם גייט און וואס מען שרייבט און ווי אזוי מען שרייבט אבי מען האקט) אבער... קודם באצי איך זיך צו דעם אויסדרוק: אז צו שרייבן די ווערטער "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה" איז אזוי ווי צו שרייבן: "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער גוי און די איד," אדער ווי איינער זאגט: "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען די בעל הויואל משה און די ציונים," אדער בעסער געזאגט ווי איינער שרייבט: "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דעם אייבערשטן און יושקע".
אזוי ווי די זענען די פונקט פארקערטע פונעם אנדערן די זעלבער איז "די וועלט און די מסורה" (איך ווייס נישט וואס די מיינסט די מסורה אבער לויט פשוט פשט זענען זיי) די אפאזיט איינער פונעם אנדערן כנראה בימינו אז אלע וואס "פייפן נישט און די מסורה פייפן געווענדליך און די וועלט" און אלע וואס "פייפן יא און די מסורה פייפן געווענדליך נישט און די וועלט" נאר אדרבה זיי זענען טאקע "די רוב וועלט"
במחילה מראש
להתודע
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:52 am
דורך להתודע
להתודע האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:און די תורה שטייט וחי בהם מ'דארף לעבן און אכטונג געבן אויפן גוף און נישט ג'יין צו א מדינה וואס איז נישט דא קיין נארמאלע לעבן אומשטענדן , לעבן ווי א נארמאלע מענטש איז נישט קיין סתירה צו זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא
גערעכט אבער אין די תורה שטייט נישט נאר 1 מצוה וחי בהם עס שטייט דארט נאך 612 מצות ווואס בערך 300 מצות זענען נוהגות בזה הזמן איז טאמער ווילסטו רעדן וועלכע מצוות מקיים זיין ערשט אדער וועלכען איז א סתירה מיטן אנדערן (טאמער עס איז דא) קען מען עפענען פאר דעם א נייען אשכול.
(בדרך אגב לעבן אין גוואטעמאלא איז לכאורה אויך נישט קיין סתירה מיטן זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא חוץ אויב די נפטרת איז דיר געקומען און חלום מודיע זיין אז זי איז נישט אין עוה"ב ווייל זי האט נישט געוואוינט כל ימי חייה אין ד USA
כל היוצא מארץ ישראל (מה NY -NJ \USA) לחוצה לארץ (לגוואטעמאלא \ מעקסיקא \דריטע וועלט) בזמן בהמ"ק (מלכות טראמפ \ אובאמא) אין לו חלק (בהקעטסקיל'ס \קאנטרי \) לעוה"ב (של האייסקרים טראק \ סווימינג פאל\ שבת נחמו טריפ)
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב [tag]להתודע[/tag] ווארשיינדליך האט איהר נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבען. איינער וואס איז באגרעניצט מיט עפעס, אפגערעדט וואס, איז ער שוין נישט קיין פרא אדם. ווען ער איז באגרעניצט אי מיט די מסורה אדער די וועלט, די צוויי הפכים, מאכט נישט אויס, איז ער שוין באגרעניצט און נישט קיין ווילדע חיה. דאס דבר והיפוכו איז גאר געווען מיין מכוון.
יעצט טראכט איבער דיין גאנצע ביקורת צו דו מאכסט די זעלבע גרייז. נייע ניקס, אדער אלטע ניקס מיט נייע נעמען, מאכען אויך צומאל גרייזען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 2:47 pm
דורך diff
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:43 am
דורך Chasidishmashpia
זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:06 pm
דורך חיים'ס ישיבה
"אחי ורעי". לענ"ד די חילוק פון שלמה העלבראנץ'ס קולט און אלע אנדערע היינטיגע חסידות'ן איז נישט אזא גרויסע חילוק, נאר דאס איז %100 א קולט און אנדערע חסידות'ן זענען %70 קולט און %30 א פארטיי.
דהיינו, רובא דרובא היינטיגע חסידים האבן אויפגעגעבן %100 זייער אייגענע שכל פאר א יחיד/מאוומענט, צי פאר א "רבי שליט"א" צי פאר א "רבי זי"ע", און לעבן אונטער אן השתלטות פון זייער מאוומענט (חסידות).
נאר די חילוק איז, שלמה העלבראנץ'ס קולט האט נישט געהאט קיין שום עבר פון קיין אמת'ע ערליכע איד, האט ער טאקע געהאט נאר א קליינע עולם און ער האט געטוען מיט זיי וואס ער האט געוואלט, משא"כ רוב אנדערע חסידות'ן האבן זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע ערליכע אידן וואס זיי האבן זיך בכלל נישט משתלט געווען אויף קיין אידן, נאר פארקערט, די אידן זענען געקומען פון זיך אליין צום רבי'ן און מען האט זיך שואל עצה געווען און מען האט זיך געווארעמט ביי זיין טיש און זיינע תפילות, און צעביסלעך האט זיך עס אנגעהויבן אויסצופארעמען ווי א קולט, צי וועגן מען האט געפרעדיגט אמונת צדיקים (פארשטייט זיך נאר אין יענע רבי פון יענע חסידות) צי מען האט געפרעדיגט א שיטה הקדושה אז נאר זיי זענען ערליכע אידן און די גאנצע וועלט נישט (כידוע אז מיט די 2 זאכן האט שלמה העלבראנץ געפארעמט זיין קולט, מען קען עס זעהן אויף זייער תקנות הקהלה). און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.
נישט אומזיסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזשינער זי"ע אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אז א רבי וועט פארן אויף א וואגן מיט אן אשת איש און די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:38 pm
דורך אישתישבי
קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:44 pm
דורך איש את רעהו
אישתישבי האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
די מימרא איז נישט היינט געבוירען
אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזעלכע סארט רעביס איז געווען א צאנזער רב לדוגמא וואס האט זיך געשטעלט פון די אנדערע זייט, היינט שטופן די חברה דעם וואגן, קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:39 pm
דורך diff
היינט טוהן זיי עס ציווישן זיך
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
די מימרא איז נישט היינט געבוירען
אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזעלכע סארט רעביס איז געווען א צאנזער רב לדוגמא וואס האט זיך געשטעלט פון די אנדערע זייט, היינט שטופן די חברה דעם וואגן, קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
איש את רעהו: זיי דיך מודה. דו האלטסט אז דער ארוני רעבע איז א שייגעץ און ווער שמועסט נאך דער בעלזער. ער איז שוין א פאר דורות א משומד, רח"ל...! נאר אונזער רעבע דער זאאולי'קא שליט"א ביי איהם שטייט איין דער אמת.. די אלע אנדערע זענען פון די סיטרא אחרא...!
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Chasidishmashpia האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
דע שלשלת וואס דו מאכסט פון די חסידות'ר ניטורי קרתא, סאטמאר, וויזשניץ, בעלז וכדומה איז דוקא אין דע רייע, אדער ס'קען צוריק צו וועגס אויך??[emoji12]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:52 am
דורך Chasidishmashpia
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:Chasidishmashpia האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
דע שלשלת וואס דו מאכסט פון די חסידות'ר ניטורי קרתא, סאטמאר, וויזשניץ, בעלז וכדומה איז דוקא אין דע רייע, אדער ס'קען צוריק צו וועגס אויך??[emoji12]
הפך בה והפך בה -באופן הפוך על הפוך- דכולה בה...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 11:48 am
דורך פרייוויליג
קריאה מעורר את הזמן.
אויף א סקעיל פון איינס ביז צען. איינס איז זייער ליבעראל און צען איז קיצוני:
העלבראנץ איז ביי נומער 10
חסידים זענען ביים נומער 9
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 12:35 pm
דורך Chuchem
איך האלט אז עטלעכע חסידישע קהילות זענען א 6, אבער ווי נעמסטו די ברייטקייט צי צוזאמווארפען אלע חסידים אלס א 9
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 4:04 pm
דורך אונטער חכם
א גוט שטיקל פון Russia Today, וואס האט מיר דערמאנט פון די וואס פארגלייכן אונז אלע צו לב טהור.
https://m.youtube.com/watch?v=MpAgXc4Z02E
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:12 am
דורך הקטן
פרייוויליג האט געשריבן:אויף א סקעיל פון איינס ביז צען. איינס איז זייער ליבעראל און צען איז קיצוני:
די goalpost וואו איז דער איינס און וואו איז דער צען לייגט אידער לויט זיין קעשמאק.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 12:03 am
דורך ביבער
א רייכער דאקומענטארי איבער די חרדים קולט.
ער נוצט די BITE מאדעל אויף צו דייאגנאזן חרדיזם. די BITE מאדעל איז דעוועלאפט דורך סטיוו חתן א אידישער פיכאלאג פון ספרדישן אפשטאם און עס איז היינט די אנגענומענע סטאנדארד אין די מעדיקל וועלט און גאווערמענט אויף צו דייאגנאזן א קולט ווי שטארק שעדליך עס איז.
חלק א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tsMvNZIN72E[/youtube]
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 6:30 pm
דורך ביבער
חלק ב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gVdVViqbppY[/youtube]
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:43 pm
דורך איך אויך
בקיצור נאך א שוטה וואס פראבירט צו מאכן אפאר דאלער אויף אונזער רוקן.
אבער אויב די נארישקייט הייסט ביי דיר 'רייך' האב איך פשוט רחמנות אויף דיר.