בלאט 4 פון 5

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:35 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה דו ברענגסט כסדר לינקס צו פעיסבוך ווי איך און אסאך אנדערע קענען נישט צוקומען,
עס וואלט געווען כדאי זאלסט אראפברענגען א קיצור וואס דער לינק איז

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך ווייס נישט ווי נאך מ'קען עס זען, דארט האב איך עס געזען, און עס רעדט דארט שלומי דאסקאל און נאך, וועגן די שווערע געפילן פון קאפיען טעיפס, און די מעוות לא יוכל לתקון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך טראכט, אז אויב יעדער גייט עס קאפיען גיי איך עס אויך קאפיען.. פארוואס זאל איך עס קויפן? כ'האב געצאלט גענוג פאר די סטודיא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:44 pm
דורך קאווע טרינקער
שלומי דאסקאל, (דא האט איר א בילד ווי ער זינגט ביים סיום הש"ס)
sh.jpg
sh.jpg (31.55 KiB) געזען געווארן 2127 מאל

איז פון מיינע באליבטע זינגערס. אין די טעג האט רעקארדירט א ספעציעלע מעלדונג פאר די וואס האבן וואטצעפפ.
אין דעם קליפ, איינגעטיילט אין צוויי, א סך הכל פון 7-8 מינוט, מעלדט דאסקאל אז ער קומט ארויס אט אט מיט א נייע אלבוים, הארציג2 (לבבך, בשני לבב"ך)
און ער בעהט זיך בתחנונים אז מ'זאל ארומשיקען דעם קליפ זעלבסט, וואס אין דעם בעהט ער שטארק, אז מ'זאל נישט ארומשיקן שטיקער פון זיין CD אויף וואטצעפפ.
פון די תחנונים ווערטער גייט ער אריבער צו שטרענגע גיהנום און גלגולים סטראשערייען, לפי דעתו, לוינט זיך נישט די הנאה פון איין מינוט שיקן צו א חבר, לעומת די יסורים פון נאכאמאל אראפקומען אויף דעם וועלט.
ער לייגט צו גאר אינטערסאנט, אז ליידער ווערן מענטשן נכשל אין בין אדם לחבירו, כאטש מ'איז זייער נזהר בעניני בין אדם למקום.
אן דערמאנען אונזער באליבטען שריפטשטעללער [tag]הוגה[/tag], דערציילט ער א מעשה איבער א גלעזל מילך וואס מ'האט גע'גנב'ט טעגליך, ביז ער האט ארויפגעלייגט א "חלב עכו"ם" אויפשריפט.
סא לאנגע אריכות. כ'האב נאר איין שאלה, און אויב איינער קען מיר ברענגן א תירוץ פון אים וואלט איך אים געקושט אויף זיין שטערן.
שלומי טייערע! ריקארדען א ווידיאו קליפ פון זיך בשעת מ'דרייווט א קאר אויף 13'נטע עוועניו לוינט זיך יא????!!!!!
די סכנה וואס דו לייגסט אריין דיך און אלע פיסגייער איז נישט גענוג ווערט זאלסט ווארטן ביז דו קומסט אהיים און דארט רעקארדירן דיין קליפ?
איך פארשטיי דיך נישט!

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:16 pm
דורך משה געציל
רעקאדירן בשעת'ן דרייוון איז דעפענעטלי ראנג, אבער עס נעמט נישט אוועק פונעם עוולה פון קאפיען.
איך בין מקפיד צו קויפן וועם איך גלייך, ער האט אריינגעלייגט אזויפיל געלט און מיה, איז נישט מן היושר צו הנאה האבן אומבאצאלט. ועוד, דאס קאפיען נעמט אוועק דאס אפעטיט פון ארויסגעבן פרישע שטאף.

בד"וו קאווע, עקארדינג צו ונבנתה איז דיין איי קיו עעעעםםם כככעעעםםםם -.... שוין, בעסער מ'רעדט נישט....

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:52 am
דורך טעפל
[tag]קאווע טרינקער[/tag] אהער מיט'ן קליפ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:22 pm
דורך ברסלבער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JcqXs2t26Yk[/youtube]

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:28 pm
דורך ברסלבער
ער זאגט זייער גוט. מילא איינער קאפיעט פאר זיך, האט ער א יצר הרע. אבער פארוואס זאל מען עס ארום שיקן פאר יעדן איינעם? וואסערע הנאה האט מען פון דעם?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:38 pm
דורך ברעט מענינג
די עיקר פינעם קליפ איז די הענגער וואס שאקעלט זיך און די בעק :lol:

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:48 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'ווייס נישט וואס שלומי גייט טון, אויב ער פארדינט נישט, קען זיין ער ובדומה לו מאכן עס פאר אדווערטייזינג און פאר ביזנעס מארקעטינג, אבער איך מנשה לוסטיג, מאך עס נישט פאר פירסום ווייל איך ברויך עס נישט. איך מאך עס צו זען אויב די אלע מעריצים מיינע זענען גרייט צו געבן אפאר פיאסטער אויך פאר מיינע שטיק, אדער בלויז בחינם בין איך גוט.
און אז בחינם באקומט מען נאכדעם ברעקלעך.. אויב מ'וועט פארדינען וועט מען ממשיך זיין

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:23 pm
דורך לאליפאפ
shem-tov האט געשריבן:די היסטאריע פון ענקער שטעטעל וויאזוי דער אייבערשטער האט געשיקט פייער פאר די אלע שונאים וואס האבן נאר פרובירט צו טשעפענען און אונטערברענגן מלכות בית דוד.

:lol: :lol: :lol: :like :like :like

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:34 pm
דורך לאליפאפ
ברעט מענינג האט געשריבן:די עיקר פינעם קליפ איז די הענגער וואס שאקעלט זיך און די בעק :lol:

As if you'd read my mind

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:43 pm
דורך איך אויך
ווי קאווע האט שוין אנגעמערקט ,האט ער געבעטן רשות פון הוגה צו פארציילן די מעשה מיט די מילך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
אפשר מאכט מען א אנקעטע ווער ס'קאפיט און ווער נישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:54 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ducC_szYoXI[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:11 pm
דורך טעפל
דאס איז זיין נייע טעיפ? צוהאקט? צופליקט? צופראסקעט?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 6:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
ברסלבער האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JcqXs2t26Yk[/youtube]

שלומי וועט שוין לכאורה קיינמאל נישט קאפירן קיין שום קאסעטע צו סידי, ער שפירט וואס דאס מיינט אריינגיסן געלט, און אנדערע מאכן לעכער אינעם השקעה

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 7:59 am
דורך טעפל
וואס הייסט, ביז יעצט האט ער אלעס געקאפיעט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:54 pm
דורך שעפטל
ליפא פלעגט

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:28 am
דורך טעפל
שעפטל האט געשריבן:ליפא פלעגט

פון וואו ווייסטו??

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 6:15 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:03 am
דורך איש אשכולות
איך פלאן בל״נ נישט צו קויפן די סידי, און עס נישט קאפיען.