בלאט 4 פון 7

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
גנדי האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'איז שוין אין יענע געגענט טשעק אוט נשר, די עסן איז געוואלדיג און די פרייזן זענען כמעשה.


נשר איז נאך אפען? דוכט זיך עס איז שוין פארשלאסען.

קען איינער קאנפירמען?


יא סארי ס'איז פארמאכט, איינער ווייסט מער אינפא? איז ער געגאנגן קאמורשאל only?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:41 pm
דורך איך אויך
איך ווייס אז נישט יעדער האט ליב געהאט נשר אבער איך האב יא און ער פלעגט מיר שיין איינפאקן פארציעס מיטצונעמען אויפן פליגער בשני כיסוים. שמעתי אז ער איז טאקע געגאנגען קאמערשל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:47 pm
דורך שר האופים
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:סארי. איך מיין זיי מעגן זאגן די גוים אביסל נארמאלקייט, זיי מעגן עיהם זאגן אז ווען א גוטע קאסטימער האט אין זיי קארט $33 מעג מען בייגן די פאליסיז
ס'דא גענוג היימישע געשעפטען וואס אזא מעשה וואלט נישט פאסירט. אלץ ווענט זיך אין די טרעינונג זיי בעקומען

גיי לערן א גוי ברטנורא נאכדערצו אזא דעליווערימענטש אדער באקסקלעבער קאם אן שטילע זענען געווענטלאך קלוגער נעם עס נישט פערסענאל דערעולעם גלייכט דיר זייער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:איין געשעפט וואס איך וואלט הילכיג רעקאמאנדירט איז דיפס ביי 13 און 53 ,איך בין לעצטענס דארט געווען אפאר מאל און יעדעס מאל געווען זייער צופרידן

איך אויך. פיינע עסן!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:02 pm
דורך איך אויך
שר האופים ,דו מוזט העכערן די גראד פון דיין אויוון ווייל דיין ברויט קומט ארויס האלב רוי און מען פארשטייט נישט קיין ווארט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:07 pm
דורך פישלע העררינג
נשר איז געגאנגען קיין גארמעי גלאט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:19 pm
דורך קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:. גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.

ביידע סאטמערע בוטשערס האבן טעיק אוטס
וועלעכע רעדסטו וועגען? וואס האסטו ליב געהאט דארט? איך וויל קויפן עפעס וואס קאווע טרינקער האט טועם געווען אין זאגט אז ס'איז פיין. נישט סתם אין די וועלט אריין

די ארונים'ס, נעבען די גראך פון שומר שבת, האב איך נאך נישט טועם געווען. כ'שטעל אויף די חזקה, אז ווען ס'קומט צו פלייש (אדער בלוט) איז סאטמאר פיין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:20 pm
דורך קאווע טרינקער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נשר איז געפלויגן פון גארמעי גלאט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:21 pm
דורך איך אויך
כך שמעתי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:25 am
דורך דער (פינטעל) איד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן: וואס איז גוט דא? נע גיי צו שניצי באר. עד כאן
פליז עי געוואלדיג טו סטעי, אין רבותי ס'איז געלונגען, מלא טעם, אזוי גוט אז כ'האב באשטעלע א צווייטע
אי''ה מארגען דארף איך נאכאמאל ארויס גיין עסען, האט איינער אין געדאנק א פיינע סענדוויטש?
לאמיר צוען די אשכול אויף פיינע פרעס געשעפטען וגו'

וואס איז געווען מלא טעם? איך זע נישט זאלסט ארויסשרייבן ווי דו האסט צום סוף איינגעקויפן און איז געווען אזוי גוט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:30 am
דורך איך אויך
כהאב'מיך אויך אביסעל געמוטשעט צו זעצן זיינע ווערטער ביז איך בין געקומען צו די מסקנה אז האט גע'אכלט א סענדוויטש דמתקריא 'געוואלדיג' ביי ביג פליישיגס. יעזור השי"ת כשם שאכל סענוויטש זה ונהנה כך יהנה מעוד הרבה סענוויטשס עד מאה ועשרים מתוך בריאות השלימות שלו ושל אשתו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:33 am
דורך רויטע וואנצעס
כן נראה לי כוונת עומק דבריו, וב"ה כוונתי אל האמת.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:33 am
דורך שטילע אינגערמאן
כאן מקום להודות [tag]רויטע וואנצעס[/tag] פארן זאגן אין דעים אשכול פאר צוויי וואכן צירוק וועגען מייזנערס, ממש א ברכה. גוטע פרישע עסען, אין נארמאלע פרייזן, אין ועל כלם ריין ווי טישו, איך וואלט געלעקט דער ערד דארט שנעלער ווי אריין גיין אין שומר שבת בעיסמענט אפי' מיט גאלאשען, (אפי' נאכ'ן איבערמאכען)
כ'האב געכאפט א בליק אין קאך, שפיגל ריין, (די גוים האבן געמיינט כ'בין משגיח).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:39 am
דורך איך אויך
יא מייזנערס איז א גוטע דוגמא פון א גוט גייענדיג געשעפט וואס טוישט נישט יעדע שני וחמישי די מעניו פון אונגאריש צו טשייניז צו יאפאניש צו מעקסיקאניש צו איזרעלי וחוזר חלילה ,נאר בלייבט ווייטער סאליד און גוט על דרך הסלולה לנו אזוי אז דו ווייסט פונקליך וואס צו עקספעקטן נאך פאר דו טרעטס אריין. אפילו די ארבייטערס זענען דארט לאנג טערם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:41 am
דורך ירחמיאל הויטשינדער
איינער האט דא געשריבן אז סאטמאר טעיקאוט אויף 50 איז טייער. איך האב עס נישט געזען פון מיין עקספיריענס אבער ערשטענס דארף מען אפטיילן צווישן סאטמאר טעיקאוט און מייזנער פון אלע אנדערע, זיי ביידע נעמען פוד סטעמפס און זיי רעכענען דיר נישט טעקס!
און מיין עקספיריענס מיט סאטמאר עסן איז זייער גוט און נארמאלע פרייזן אויכעט. קענסט למשל האבן א גוטן זופ פאר דריי דאלער איבעראל צאלט מען באלד 5, (נאר א פרייז דוגמה איך פארשטיי אז דער עולם זוכט נישט זופס) זיי מאכן אלעס געשמאק. טריי אויס זייער פאטעיטא טשיפס קריספי און זאלציג אזוי צום טעם. מייזנער איז אויך גוט. הדר גאולה אויף 18 איז אויך נישט אוועקצומאכן זיינע דיפס איז יחיד במינו און זיין VIP טשולענט איז פון גן עדן אדער פון ערגעץ דערנעבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:45 am
דורך ירחמיאל הויטשינדער
דאס זעלבע איז מיט מיל מארט אויף 13 און זיינע עסן זענען גוט. געהאט פאריגע וואך פון זיינע ספער ריבס ס'געווען זאפטיג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:48 am
דורך שטילע אינגערמאן
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז געווען מלא טעם? איך זע נישט זאלסט ארויסשרייבן ווי דו האסט צום סוף איינגעקויפן און איז געווען אזוי גוט

כ'האב מיך געיאגט ביים שרייבען סארי, די געוואלדיג סענדוויטש איז מיר געפאלען. ס'איז אביסעל טייער אזוי ווי [tag]איך אויך[/tag] האט אזוי זיס אראפ ''געלייקט''

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:02 am
דורך ירחמיאל הויטשינדער
וואס האלט דער עולם וועגן טשיינא גלאט?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:06 am
דורך שטילע אינגערמאן
ירחמיאל, כ'האב נישט געוואלט רעדן דערוועגן אבער אז די פרעגסט וועל איך זאגן
דער געשעפט דארף מען פארהאקען נאך היינט נאכט, א בייזע הינט וואחט איך נישט געלאסט אהין גיין אפי' ווען דאס הונט איז זאט, די גרעיד וואס די שטאט טיילט בין איך זיכער ער האט זוכה געווען צו א C plus

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:08 am
דורך איך אויך
הממ שאלה קשה שאלת. זיכער ווייט נישט וואס עס איז געווען אמאל אבער דאך נישט אוועקצומאכן.

עס איז א שמועס באריכות די סוד פון די געשעפטן וואס באווייזן אנצוהאלטן די קאסטומערס צופרידן במשך לאנגע יארן און טוישענדע טעיסטס בעולם ווערסוס די געשעפטן וואס טוישן כסדר בעלי בתים און מעניו און דאך טויג עס נישט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:55 pm
דורך מעקע-ניק
וויאזוי ווערט מען אזוי א רעסטאראנט קריטיק? איך האב אויך ליב ארויסצוגיין עסן, איך פארשטיי אז מיט סערוויס און זויבערקייט קען זיי א חילוק אבער איך קען נישט לעבלען ווער ס'איז גוט און ווער שלעכט יעדער איינער מאכט מאכלים וואס זענען גוט און זיי אלע מאכן אויך וואס איז נישט גוט. סאבסעשנעל מאכט גוטע קרעיזי טשיקן סענדוויטש איך האב עס זייער געגליכן מיינט דאס אז איך בין נישט א מבין?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
דערפאר איז דא א רעיטינג סיסטעם וואס איז בדרך כלל פון 1 ביז 5 שטערנס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
A MUST WATCH
די צודרייטסטע עפעסאד פון kitchen nightmares[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Rxgb5W0AS58[/youtube] ever