בלאט 4 פון 5

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 4:09 am
דורך מאנדלבאום
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האב אלץ געזאגט, און כ'זאג נאך אלץ. מיר וועלן נאך אלע זיצן צוריק אינעם אמאליגער יידישער טיאטער, זאל מען עס מאכן כשר למהדרין מיט א סיסטעם, איידער מיר וועלן עס ממילא אקטצעפטירן אין די נאנטע לויף פונעם עתיד.

דער טעאטער איז שוין אין פוהלן שוואונג א דאנק די באנדע טעאטער שפילער, זינגער.

אנשטאט אויפמאכן דעם קביעות'ן טעאטער און לאדענען דעם עולם, צושפרייט מען די עכט-למהדרין טעאטער קליפס און טרעקס, וואס האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די פרעכע השכלה ליצים דאז.

גם לרבות הני קאנצערטן וואס טראגן א געהעריגע טעאטער כאראקטער לכל הדיעות.

איין אידישע 'כשרות זיגל' האבן זיי, די טריפה טעאטער קליפס און טרעקס: די שפראך איז... יודיש, די סאבדזשעקט איז... אידיש סימבאלן, (שבת טיש, מעביר סדרה זיין, לולב, פינטעלע יוד, אחדות, לשון הרע, צדקה)

כשר'ן דעם טעאטער?! ווער דארף כשר?... גענוג מיטן בארג סיני טעראר... גענוג מיטן תלמוד פרעשור... גענוג מיט רבנישע אטאריטעיטן...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:45 pm
דורך מנשה לוסטיג
נו וואס האב איך געזאגט?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]מאנדלבאום[/tag] פארוואס ביסטו דא אויף ק"ש אינאיינעם מיט פרעכע השכלה ליצים, ביסט אן אגודה'יסט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:07 pm
דורך געפילטע פיש
sefish האט געשריבן:
האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות
דאס איז שקר וכזב.

ווילסט איך זאל דיך פארווארדירן די וואטסעפפ וואויסנאוטס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:34 pm
דורך מנשה לוסטיג
איז אמת אז 'ידידים' גייט יא?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:05 pm
דורך סאשי פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:
האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות
דאס איז שקר וכזב.

ווילסט איך זאל דיך פארווארדירן די וואטסעפפ וואויסנאוטס?

[tag]געפילטע פיש[/tag] איך האב אים אפילו נישט גענטפערט ווייל איך האב געזען מיט וועם איך האב דא צוטון - אבער אז דו נעמסט איבער איז די זאך אין גוטע הענט!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:07 pm
דורך סאשי פיש
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איז אמת אז 'ידידים' גייט יא?

אויף זיי קליפ וואס ער האט ארויסגעגעבן שרייבט ער אז עס גייט זיין מיט ״ליפא׳ס קווייער״, די שאלה איז נאר ווער איז ליפא׳ס קווייער?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:04 pm
דורך געפילטע פיש
סאשי פיש האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag] איך האב אים אפילו נישט גענטפערט ווייל איך האב געזען מיט וועם איך האב דא צוטון - אבער אז דו נעמסט איבער איז די זאך אין גוטע הענט!

איך נעם גארנישט איבער, פליז! אבער אז איינער שרייבט עפעס נגד המציאות קעמעניש שטיל בלייבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:11 am
דורך מאנדלבאום
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'ווייס נישט עד היום הזה, וויאזוי מ'מאכט א ליסטע פון די סארט קאפעלעס, שירה המזמרים ידידים וכדומה, ס'דארף צוזיין א טאלאנט צו סתם א דזשאב?
....
א כא''ר איז נישט מער ווי באגלייטער, זיי האבן נישט דעם דיפלאם פון עצמאות.

איר צייגט עכט הבנה אין מוזיק...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:19 am
דורך מאנדלבאום
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נישטא קיין צייט צו פארשטיין, די פרומע פאליטיק פארנעמט נישט קיין פלאץ אין בראדוועי

אכשר דרא... מ'איז אויפן וועג גענצליך פטור ווערן פון די אור אלטע פאליטישע אתה בחרתנו רעגולאציעס...

קומעדיגע טעמפל גייט זיין אויך אחדות מיט די גענעראלע באפעלקערונג... אלע דעם באשעפערס באשעפענישן... ורחמיו על כל מעשיו... גענוג מיט פרע-מיינענדע בליקן אויף מענטשן...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'רעדט פון די פאקט, וואס עס דארף זיין איז א צווייטע שמועס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:01 pm
דורך מאנדלבאום
עטליסט רעדן מיטן פאסיגן טאן, און אז ס'טוט וויי, כאש בעת'ן רעדן דעם פאקט געבן א זיפץ.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:04 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב א ידיעה אז ער וויל זיך ארויסציען פונעם קאנצערט נאר העכערע כוחות לאזן עם נישט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:07 pm
דורך מאנדלבאום
הלוואי וואלט געוועהן דער פראבלעם דער קאנצערט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
פארוואס זיפצן, ס'גארנישט ראנג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:37 pm
דורך מאנדלבאום
סארי, כ'האב נישט באמערקט וועם איך ענטפער, איך גולם בין געוועהן ראנג...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:44 pm
דורך zurich
ווען איז טאקע די גרויסע קאנצערט?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:45 pm
דורך מנשה לוסטיג
בשעה טובה ומוצלחת.. זונטאג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:17 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:41 pm
דורך סלינקי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:54 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:18 am
דורך מאנדלבאום
מנשה לוסטיג האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=cANALqBfu0E&feature=youtu.be

היידא!
א נקמה אין די מיטלאלטער שלעפערס וואס קוואקען נאך איבער דעם אלטמאדישע בייבל און אירע ערקלערער ביכער.
א נקמה אין די אלע ליכט ווידערשפעניגער וואס מיט דומהייט און קליין קעסטעלע קאפ ווילן נישט אויפנעמען די נייע דעמא-יוד אטאריטעיטן.
א נקמה אין די אלע מרה שחורה און געזעץ היטנדע אראפרייסערס פון דעם אלט/נייעם טעאעטער.
א נקמה אין די באיקאטירער פון די אלע השכלה אונטערהאלטונגס קליפס טרעקס און ביכער, וואס די נייע ליכט-באנדע און זייער סטאדע נאכפאלגער רייסן אריין און ריבילדן דאס בייבל מיט איר פאלק.

היידא! פרייהייט! אויס מיטן ניין! אויס מיט רולס! בלויז אחדות!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'מיין אז וויפיל מ'האט געשאלטן פארן שפיל, וועט מען האבן נאכדעם באמת וואס צו בילן..