בלאט 4 פון 6

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 2:00 pm
דורך זר זהב
גארנישט, אבער פארוואס פרעגסטע פונקט וועגן ראסס סטריט ווען ס'דא נאך 15 בוטשערס אין ווילי ?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 2:07 pm
דורך שמואל הלוי
אפשר ווייל ער איז סאטמאר מהר"א און די אנדערע בוטשער'ס איז נישט גוט פאר אים, פאלט דיר נישט ביי?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 2:09 pm
דורך זר זהב
ניין! ווייל איך האב בכלל נישט ארויפגעברענגט 82 אינעם פיקטשער.

אבער יעצט הער איך וואס דו זאגסט.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 2:11 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:כ'אב נישט קיין אנונג. אפשר "זאלי ענדס" ?

וואס האט טורקי/אינדיק מיט פאליטיק?

איין מינוט... יידל דו ביזט גוטטטטט !!!! :like

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 7:30 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:אויב ווילסטע א ביסל א נאטורליכע זיסע טשולענט (נישט זיס זיס, נאר א זייטיגע שפור פון זיסקייט) דאן לייג אריין א סוויט פאטעיטא, ותמצא נחת!!

די וואך האב איך ב"ה נישט פארגעסן, ס'ליגט שוין אין קרעקפאט א שיין בא'חנ'ט סוויט פאטעיטא'לע און איך האף צו קענען מעלדן מוצ"ש גוטע נייעס.

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 9:51 pm
דורך אוי טאטי
ני וויזוי איזעס געווען?

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:11 pm
דורך געפילטע פיש
אוי טאטי האט געשריבן:ני וויזוי איזעס געווען?

ער האלט ר"ת זמן.

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:20 pm
דורך שמואל הלוי
אוי טאטי האט געשריבן:ני וויזוי איזעס געווען?

איך שעם זיך צו זאגן :oops:

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:29 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:
אוי טאטי האט געשריבן:ני וויזוי איזעס געווען?

איך שעם זיך צו זאגן :oops:

אויש!! גייסטמעך סוען ??

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:36 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז געווען אזוי ווי געווענדליך, די סוויט פאטעיטא האט נישט מעלה ומוריד געווען לשבח :(

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:39 pm
דורך זר זהב
אה, נחמתי. כ'האב געמיינט עפעס ערגערס.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:23 am
דורך זר זהב
דער טשולענט אשכול אישוין לאאאאאנג קאלט געווארן, וועליכעס אנווארעמען מיט 2 טשולענטען וואס מיר האבן לעצטענס טועם געווען (ביידע טאקע נישט אין ווילי). איינס דערפון גאנץ גוט און דער אנדערער איז עפעס גאר פון גן עדן ארויס.

פון גארמעי גלאטט אין בארא פארק איז געווען גאנץ פיין, געווענליך איז א סופער מארקעט טשולענט נישט אין מויל צו נעמען.

אבער די טשולענט וואס איז מיר געקומען אזוי אומגעראכטן און איך דענק נישט ווען איך האב לעצט געהאט אזא 5 סטאר טשולענט איז פון סאטמאר מהרז"ל'ס טעיק אוט אין ב.פ. ס'עפעס אויסערגעווענטליך! פיין ספייסי, גוט געקאכט און פיינע בשר. מיין חבר זאגט מיר אז עימיצער לאנדאו (שלום'ס זון) קאכט דארט.

איי איי להתענג אוי אוי בתענוגים אוי יוי יו ברבורים ושליו ודגי-הי-הים.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:43 am
דורך טאמבל סאס
איך האב א פראבלעם וואס באדערט מיך שוין יארן, אבער כ'האב נאך קיינמאל עכט נישט געטון עפעס דערצו, און דאס איז ווייל כ'האב שנעל שלום געמאכט מיטן מצב, און בכלל בין איך נישט קיין גרויסע מבין אין הל' פרעס, ווי אויך בין איך משלים מיט וואס מיין ווייב סערווירט אויפן טיש.
אבער אז מ'האט שוין יא דערמאנט דעם ענין, וועל איך פרעגן
מיין ווייב שטעלט צו דעם טשאלנט פרייטיג אינדערפרי, יעצט ביי טועמיה אפאר שעה פארן זמן, פארמאגט די טשאלנט אלע טעמים, די בהמה איז ווייעך ווי כאילו ס'זאל זיך רעדן פון 'צונג' און די גאנצע טשאלנט בכלל איז עפעס אויסטערליש, אנדערש איז אבער שבת ביים סעודה, דאן איז די טשאלנט ערגער ווי ארג. ס'האט קיין טעם און קיין גראם, און מ'דארף עליפאנט ציינער צו צעבייסן די פלייש.
פארוואס?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:48 am
דורך זר זהב
וויל שבת ביים סידע קאכט עס שוין איבער 30 שעה, צי לאנג.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:56 am
דורך טאמבל סאס
אלזא דארף מען עס שטעלן קאכן הייסטעס ממש פארן זמן?! איבעריגס איז נישט קיין גרויסע אינטערשיד?!

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:57 am
דורך זר זהב
טאמבל סאס האט געשריבן:אלזא דארף מען עס שטעלן קאכן הייסטעס ממש פארן זמן?! איבעריגס איז נישט קיין גרויסע אינטערשיד?!

איך שטעל עס 2 שעה פאר'ן זמן

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:58 am
דורך טאמבל סאס
נו אוואדאי דאס מיין איך דאך, ס'מוז דאך שוין זיין אפגעקאכט פארן זמן כניסת שבת

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:05 am
דורך זר זהב
נו וואס ווילסטע ? שטעל עס 2 שעה פארן זמן נישט פרייטיג צופרי.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:03 pm
דורך טאמבל סאס
מ'האט דאס שוין איבערגעבן פארן פרוי, און הער א חכמת נשים בנצה ביצה זי זאגט - ענדישער א געשמאקע טשאלנט ערב שבת אויף טועמיה ווי איידער א מיטלגארטיגע טשאלנט אויף אן אנגעפאקטן בויך שבת סוף צופרי סעודה! נישט אזוי?
ממילא עסט מען נישט קיין סאך טשאלנט שבת צופרי, איבערהויפט אויב קום איך נאך עטליכע קדישים

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:16 pm
דורך ריק סאנטורעם
יידל האט געשריבן:זכרנו את הטושלנט אשר אכלנו מהצלחה סופערמארקעט.


יא הצלחה דעלי האט זייער גוטע טשולענט אין קישקע

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:28 pm
דורך קאמפיאטער
אז עס איז שוין דא אזא אשכול וועל איך ארויפשמירן א פיקטשער, זיי האבן צוויי ברענטשעס איינס ביי פרענקל אין איינס ביי לאנדאס גראסערי, דעס איז פין זייער לאקאל ביי לאנדאס גראסערי אויף בעדפארד.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 7:03 pm
דורך איך אויך
גייט עס נישט אריין בגדר פרעס טראק-וועגעלע? אדער שמירט ער די רעדער דארט ווי מען דארף.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 9:10 pm
דורך אברעמעל
טאמבעל סאס ס'קוקט אויס ווי דיין טשאלענט האט מער נישט קיין וואסער צופרי מילא איז אלעס איז אויסגעקאכט, אויב האט עס געניג לחלוחית דארף עס צו זיין גוט ביידע מאל.