מאיר הערש האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:וי פאסט פאר קאווע שטיבל וואס געבט דער איינדרוק אז מען האנדלט דא מיט חרידישע אידן צו ערלויבן אפיציעל זיך דורכשמועסן מיט פרעמדע פרויען? אז איך ווייס נישט (אז זיי זענען פרויען ווייל זיי האבן נישט קיין פרויען נעמען) נו, ווייס איך נישט.
[tag]מאיר הערש[/tag], איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט דא. ערקלער ביטע.
איך ענטפער דיר און אויך טיטאניק. גאנץ פשוט "ולא תתורו אחרי לבבכם
ואחרי עיניכם", א מצות לא תעשה אין אונזער תורה נישט ווייניגער ווערט ווי עסן חזיר פלייש אדער גנב'ענע'ן.
זיסקייט,
מאכסט א שטיקעלע טעות, די פסוק איז אסאך מער נוגע פאר די סארט וואס האלטן ווי די, די פרומע חברה, ביי זיי איז דאס שייך, ביי אינז נישט, ליין וועסטו פארשטיין!
בְּזֹאת תִּבָּחֵנוּ
פאלגט מיר און פראבירט דאס אויס. נעם דיין ווייב, טוה איר אן אביסל שיין, נישט פריצות'דיג חלילה, נאר אביסל "שבע ברכות'דיג", און שפאציר מיט איר אין די גאסן פון וויליאמסבורג, דערנאך בארא פארק, און נאכדעם פלעטבוש, וועסטו זען א פלא,
וואס מער "פרום" די געגענט איז אלץ מער וועסטו זען ווי מענער וועלען קוקען אויף איר ווי דער האן אין די בני אדם אריין, און ניטאמאל וועלען זיי דאס באהאלטען, זיי וועלען גיין אקעגן דיר מיט אויפגעריסענע אויגען, ווי א חולה נפש ממש, ווי די פאטריקאנער גוי, עפעס שלא מעלמא הדין, קוק וועסט נישט גלייבען!
און דאס וועט געשען דייקא אין וויליאמסבורג, אין דייקא דורעך די מענטשען וואס האלטען זיך פאר "די פרומע", אבער גיי אין בארא פארק וועסטו שוין זען א ריזיגע חילוק, דארט זענען דא ביידע סארטען, און דו וועסט זען אז 90% פרומע וואס גייען דורעך וועלן ווידער גיין מיט ריזיגע אויגן, משא"כ די נישט "פרומע" וועלן קוים 30% קוקען דיין (איר) זייט, די חילוק וועט זיין נאך מער אין פלעטבוש, ווי קיינער וועט נישט געבען קיין ערנסטע בליק בכלל.
מה הפשט? לכאורה וואלט דאך געברויכט צו זיין פארקערט, דער איז דאך פרום כלומפערשט און דער נישט,
אלא מאי, וועלען צדוקים דא זאגען, "אז די אלע פרומע זענען נישט געוואוינט צי זען שיינע נקיבות ממילא ווערען זיי שנעלער נתעורר, משא"כ די מאדערענע זעען דאס טאג טעגליך, און ווי דער גוי שפילט דאס נישט קיין ראלע ביי זיי". איך זאג אויף דעם תירוץ פלעין BS!
איך זאג נישט, עס איז א תירוץ! אבער נישט קיין גוטע! ווייל אויב טוט ער אן זיין ווייב פרום ווייל ער האלט אז דאס איז דעת תורה, וועט ער ניטאמאל הייבען זיינע אויגען אין גאס, ווייל ער ווייסט אז דאס טאר מען זיכער נישט, ס'שטייט דאך אין תורה "ולא תתורו", סא וואס קוקסטי? דו ביסט דאך דער פרומער!? די גייסט דאך על פי דעת תורה, ספעשעל ווען עס קימט צי עניני קדושה, סא טאקע די וואלסט געדארפט גיין איינגעזינקען די אויגען אין די ערד, און די פארקערטע היפוך!
אלא מאי? ביסט פרום אזוי ווי איך בין טשייניז, מען האט עס נאר פשוט ארויף געצווינגען אויף דיר, דו האסט נישט קיין ברירה ולפנים מוזטו מיט-טאנצען דערמיט, ווייל דו ווילסט הייסען א "רעספעקטפולער מענטש", שיינע שידוכים טאן מיט די קינדער, באקומען כבוד, וכו', אבער תוך תוכו דארף ער דאס נישט, און בעצם ווען דו קימסט אהיים און דו זעסט דיין באפינטעלטע ווייב מיט די ראציגע פרומע לבוש ווי א מצורעת, עקעלסטו זיך פון איר, דיינע געפילען טוסטו אליינס אראפקעוועטשען, ממילא ווען דו גייסט ארויס, אטאמאטיש שפרינגען דיינע אויגען אויף יעדע זאך וואס רירט זיך נאר, ווייל ביסט פארט א בן אדם, פארט א בשר ודם, דו געבסט נישט אויס דיינע מענטשליכע געפילען ריכטיג, און עס צושפילט זיך אין דיר יעדע ליאדע רגע, און דאס מאכט דיר אויך מאלעסטען קינדער, און דאס איז וואס עס שטיפט דיר צו ליב האבען זיך צו ווייקען שעות אין מקוה, אלץ איין יסוד, (פארשטייט זיך אז דיין גיין אין מקוה אין כולו לה'
)
משא"כ דער נישט "פרומער", דער נארמאלער איד, ער קוועטשט נישט אראפ זיינע נאטירליכע רצונות, ער געבט זיך אויס במותר לו, זיין ווייב גייט אנגעטוען אין שטיב ווי א מאדעל, א נחת אהיים צוקומען, ב"ה א יפת תואר ווי איר באבע רחל, שרה, ורבקה, ער איז צופרידען מיט זיך און מיט זיין ווייב, אטאמאטיש האט ער נישט קיין הרהורים דעם נעקסטען טאג, ווייל ער איז זאט, על כל גדותיו, דערנאך קען ער רואיג גיין אין גאס און עס ציט עם נישט קיין אנדערע נקיבות, און דעם פסוק פון ולא תתורו קען ער מקיים זיין אן קיין ערנסטע נסיונות,
און דאס זעהסטו אין פלעטבוש און אין די מקומות, דארט איז דא מקוואות אבער דער עולם פלאטשעקט נישט אזוי, איך גיי נישט זאגען אז דארט זענען נישט דא קיין מאלעסטעישאן אדער "אויפגעריסענע אויגען", אבער זיכער זיכער אסאך אסאך ווייניגער, און וועמען דו וועסט טרעפן יא זיין אזוי, קיק נאך זיין בעקגראנד, זיין ווייב, און אזוי ווייטער, וועסטו זיין סופרייזט צי זען אז ער האט נישט קיין צופרידענע לעבן אין שטיב וד"ל, אויף אזא אדער אויף א אנדערע אופן, אבער דארט הייבט זיך אן די חורבן!
קראנקע מענטשען איז דא איבעראל! אבער אז אין איין שטאט זאל זיין אזויפיל קראנקע דאס איז שוין א מצב פון "מקרא זה אומר דרשונו"!
פונקט ווי ביי די גלחים, זיי קוועטשט מען אויך אראפ און אלע ווייסען די תוצאות, ווען זייער קראנטע קוועלער געבן אן אז דער געוועזנער פויבסט האט זיך אפגעזאגט וועגן א גרויסע סקאנדאל וואס האט עם געדראעט!
נישט אומזיסט זעען מיר all over אין די תורה "לא דיברה תורה אלא כנגד יצר הרע", אדער "קדש עצמך במותר לך" און אזוי ווייטער, תורה נביאים כתובים משנה גמרא הלכה מוסר, איבעראל איז מען ביזי מיט דעם, ווייל א מענטש איז א מענטש, וועסט עם צונעמען זיינע מענטשליכע געפילען וועט ער זיך אויפפירען ווי א חיה ווי א בהמה! ער וועט נישט זיין קיין איד און נישט קיין גוי, נישט אהין און נישט אהער,
אין איין ווארט, א לאגער איד האט אלעס געגעסען אפילו פארשימעלטע פלייש, און גע'חלומט פון עסען 24 שעה א טאג, און יעדע גערוך פון עסען האט עם משוגע געמאכט, פארוואס? ווייל ער האט דאס נישט געהאט, מען האט עם צוגענומען דאס וואס ער "דארף האבען אלץ בשר ודם", די זעלבע מיט די אלע "פרומע", מען נעמט זיי צו "וואס זיי דארפן" און דערפאר האבען זיי הרהורים 24/7, דערפאר ווען זיי זעען א נקיבה ווערען זיי ווילד, אלץ איין חשבון
יעצט צוריק צו דיין פסוק ולא תתורו, גלייב מיר אז איך בין נישט אזויפיל עובר אויף דעם פסוק ווי דו! איך בין צופרידען ב"ה, איך געב מיר אויס זייער שטארק, אבער פון דיין געשרייבעכץ ווייס איך נישט....
דעריבער ביסטו ביזי מיט די פסוק, ווייל דאס איז דיין סטראגעל 24/7